|
|
| נשלח ב-19/8/2010 02:18 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 05:50 |
|
| |
איך וויל פארשטיין איין זאך, איך נעם נישט קיין מיינונג און די פרשה פשוט ווייל איך ווייס נישט ווער עס זאגט אמת און ווער נישט, אבער איין זאך זעה איך עס איז ר' אהרן יאקטער קעגען אתרא קדישא, וויל איך פארשטיין ווער זאגט אז ר' אהרן יאקטער איז גערעכט אפשר איז גאר אתרא קדישא גערעכט? קיינער ברענגט נישט קיין אויפוייז צו זיין זייט, סך הכל ער זאגט אזוי און ער פארקערט, ווי איך זעה וועט יעדער נעמען א מיינונג ווי עס שפיעלט זיין זייט פאליטיק, און כבר היה אז א עסקן איז משום איזה סיבה געווארן ברוגז און אונגעפאנגען באשמיצען זיינע פריערדיגע מיטארבייטער, אזוי ווי משי זהב, דאס מיינט נישט גארנישט,
איך מיין אז מען דארף דא נאך גיט מברר זיין און ערשט דערנאך נעמען א שטעלונג, און אז עס שטעלט זיך ארויס רב יאקטער איז גערעכט, איז ביטער ווי א זית.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 06:55 |
|
| |
ביטער. ליידער
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 08:22 |
|
| |
צו אתורהאיד
1)איך מיין אז די תירוץ איז אז יאקטער איז נישט פארמישט מיט פאליטיק. און זאג מיר "איין" יוד וואס האט טאג טעגליך איבערגעלאזט זיין קאמפאני און פאר טייער געלט געדינגען איינעם וואס זאל אים פארטרעטן דארט. און געגאנגען פארהאנדלען.
2) וויפיל מאל האסטו געהערט אהרלע יאקטער ביי די פרשה און וויפיל מאל אתרא קדישא?? וויפיל ריזיגע צעטלעך וואס נעמען קרעדיט האסטו געזען פון יאקטער? און וויפיל פון א"ק??
3)איעדער האט זיך געוואונדערט. פארוואס האבן זיך די ציונים אזוי "צולאזט" יעצט ווי קיינמאל בעפאר?? פארוואס אמאל פלעגט מען קענען פארהאנדלען און היינט נישט??? די תירוץ איז פשוט... אז מען פארהאנדלט נישט פארהאנדלט מען נישט... די תירוץ איז אז נישט אז אמאל האט מען געקענט און היינט נישט. נאר אמאל "האט מען" פארהאנדלט און היינט נישט!!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 09:04 |
|
| |
גבאקן א מעשה, און בעט טשיינג'
| הולך_לבגץ כתב: |  | יא יא ליידער איז אזוי די מעשה אין ירושלים דאס איז אמת ויציב ונכון וקיים, דא ביסטו גערעכט מיט די טענה, אבער מיין טענה קעקען גערעכט איז פארוואס פאר 10 יאר צוריק ווען די חברה האבן מוחה געווען קעגען תולדות אברהם יצחק רבי וואס פירט א טיש אין שוק מאה שערים, נגד רצונו של הגר"א האט דער תולדות הארון זיך נישט אנגענומען נאר מיט געלאכט |
|
באגאצניק:
דאס וואס דו שרייבסט דא, איז א שקר גס - נישט געשטויגן און נישט געפלויגן - אין אפילו קיין משל נישט געווהן - א קעייק וואס די האסט געבאקן - אהן קיין טעם און אהן קיין ריח.
קענסטו מיר אפשר געבן א דאטום, אדער עפעס אנדערע אינפראמיישען, ווען איז געוועהן א מחאה בכלל, קעגן תוא"י? און אפילו לפי דבריך, וואס פונקטליך האסטו ערווארטעט אז תו"א זאל טוהן???
איך וועל גיין נאך א טריט מיט דיין עקלדיגע - שקר'דיגע, געמויזעכטס: וואלטן די חברה מוחה געווהן קעגן די זאליס, וואלסטו זיך אנגענומען פאר די זאליס???
אויששש, 'באגאצניק' - קיין טראפ אינטעלעגנציע פארמאגסטו נישט, די שנאה צו תו"א נעמט דיר צו דעם דעת, און טראסקעסט תגובות אויף רעכטס און לינקס - אהן קיין שום אחיזה במציאות הדברים.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 09:56 |
|
| |
א קליין אנאליז, מענין לענין - באותו ענין
פייו שרייבט: .....הולך, נישט אין יעדע אשכול מוז אריינקומען די נושא פון תו"א. (אגב, היינט ווייס איך שוין נישט ווער עס איז באמת גערעכט, אפשר דאס אלעס וואס איך ווייס אז תו"א ציהט צו לינקס איז א תורה שלימה פון טייטלבוים און עתיק וועמען מיר האבן געגלייבט בלינדערהייט? ווער ווייס).
פייו: איך ווייס יא, נישט פון היינט, נאר שוין צענדליגע יאהרן, נישט ביי דעם היינטיגן תו"א רבי'ן, נאר שוין ביי זיין טאטן - דעם פריערדיגן תו"א רבי''ן זי"ע.
בכללות רעדט זיך דא פון א חבורה פוסטע ליידיגערס, וואס האבן נישט - און ווילן נישט אהן נעמען קיין שום סמכות אדער דעת תורה.
קיין פרנסה דארפן זיי נישט ברענגען, ווייל ענק 'קעלבעלך' שטאפן - און פיטערן זיי - מיט גרויס געלט, די אלע מערכות - אדער רוב מערכות וואס די פוסטע ליידיגער באקן אונז חדשים לבקרים, ווענדעט זיך וויפל גרינע עס ליגט אין סעייף, ווען עס ווערט אויסגעליידיגט דער סעייף, באקט מען א פרישה מערכה - און די 'קעלבעלעך' פון ברוקלין - און אומגעגענט, שיקן פילע הויפענס מיט גרינע - כיד המלך.
בפרטות כלפי תו"א: המפורסמות אינם צריכים ראיה, תו"א איז היינט צום טאג, די גרעסטע - שענסטע - און ערליכסטע היימישע קהילה אין ארץ ישראל, תו"א איז שטענדיג - וויא היינט, געשטאנען בראש מערכות קודשי ישראל - לפי הוראת רבם זי"ע - ולהבחל"ח שליט"א - און דעם ירושליימער בית דין פון די העדה החרדית.
דו פוסטע ליידאקעס - זענען שוין באקאנט צענדליגער יאהרן, אלס מחוצפים קעגן דעם בית דין פון העדה"ח, זיי פלעגן קיינמאהל קיין הפגנות נישט מיט האלטן - אנטשולדיגט זיי פלעגן יא מיטהאלטן - איר ווייסט ווען? ווען א מערכה איז געגעאנגען געלייזט ווערן דורך די עסקנים פון די העדה"ח, דענסמאהל האבן זיי געשיקט מייקס אין די גאסן - און געשריגן 'געוואלד' - געווארפן פאשקעווילן קעגן דעם בי"ד - און קעגן די עסקנים.
תולדות אהרן - אלס סאלדאטן פון העדה"ח, וויא שטענדיג פלעגן זיי זיין די ערשטע און עומדים בראש המחנה, צו ערשיינען און מיטאהלטן - כאפן קלעפ - און ווערן ארעסטירט אין די ציוניסטישע תפיסות, איז וויא פארשטענדליך תולדות אהרן אויך געוועהן די הערשטע צו האפשטעלן די הפגנות - וויא נאר עס איז ארויס א הוראה פונעם בי"ד - אז די מערכה איז געפארטיגט - זענען די עסקנים פון תו"א, ארויס און גאס - לויט די הוראה פונעם בית דין - און א היים געשיקט דעם עולם, שוין צענדליגער יאהרן וואס תולדות אהרן נויגט צו 'לינקס' - ווייל זיי זענען די סאלדאטן פון בית דין העדה"ח - על ימין - ועל שמאל.
עס פלעגט זיך ארויס שטעלן א סיטאעיישן, אז ווען תו"א לפי הוראות הבית דין - איז ארויס, איז געוועהן א מערכה - ווען דער בית דין האט פארשטאנען נישט צו מיטהאלטן א מערכה פון די 'עקשען' זיכערס, זענען די תו"א אינגעלייט געבליבן ביים בלאט גמרא - קומט נישט פאר תולדות אהרן צו ווערן אנגעריפען אז זיי ווערן גענויגט לינקס?
אלס דעם 'חטא' - פון נישט מיטהאלטן די מערכות פון די פוסטע ליידיגער, האבן די ליידיגערס מחליט געוועהן, צו יורד זיין לחיים פון תולדות אהרן בכלל - און דעם תולדות אהרן רבי'ן בפרט.
און עטס - יא עטס ארוינים, כאפן זיך צו, צי יעדן נארישן פאטשקעוויל - קעגן תו"א, וויא צו א געבראטנס, און יעדע מעשה וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס - אבער עס איז קעגן תו"א - ווערט דאס אויפגענומען מיט פילע הויפענס.
תוקן על ידי גערעכט ב- 19/08/2010 10:01:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 16:18 |
|
| |
גערעכט. ווואס ווילסטו ארויסברענגען? עמרם ט"ב איז א תולדות אהרן'ער?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 17:10 |
|
| |
| פריינדליך כתב: |  | | גערעכט. ווואס ווילסטו ארויסברענגען? עמרם ט"ב איז א תולדות אהרן'ער? |
|
איך אין דעם אשכול רעד נאר וועגן דעם נושא פון אתרא קדישא, נישט וועגן ע"ט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:10 |
|
| |
קיען קעלבלעך
רבותי!
זייט נישט קיין קעלבלעך.
אנהייב פון די יעצטיגע מערכה פון די קברים קומט זיך איינער א צודרייטער וואס רופט זיך עפעס א יאקטר און ער זאגט אז ער איז אתרא קדישא, האט איינער געזעהן עפעס א מודעה אז ער איז אתרא קדישא?, האט איינער געזעהן עפעס א בריוו אז ער איז אתרא קדישא?, האט איינער געזעהן ביי עפעס אן אסיפה ביים בית הדין פון די עדה החרדית דעם יאקטר?, האט איינער געזהען עפעס א בילד פון דעם יאקטר מיט ר' דוד שמידל?. ער קומט און רעדט און שרייט און לויפט צו די פאליציי און קאמאנדעוועט, ווער האט אים בכלל געבעטן?, ווער האט אים געשטעלט, ווער רעדט צו אים בכלל (חוץ דער נארישער פון די טלפון ליין...). ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז א טיפש פון ערשטן קלאס, ווער עס רעדט מיט אים 2 ווערטער זעהט זיין גרויס חכמה. איי וועט איר פרעגן, אפילו די אינטרנט שרייבערס ברענגען זיין חכמה, צו דאס איז די אפיציעלע "בחדר חרדים" סייט צו דאס איז די "ככר השבת" סייט, וועל איך אייך פרעגן בעסער, וויא קומט דאס אז די אפיציעלע גרויסע צייטונגען פון מדינת ישראל האבן אזויפיל געדעקט די נארישע פעולות פון דעם צודרייטן משה הירש וואס האט זיך געקושט מיט יאסער אראפאט און זיי האבן געשלינגען איעדע ווארט וואס ער האט נאר ארויס גערעדט פון מויל, נאר וואס קיינער פון די נארמאלע פרומע ערליכע אידן אין ירושלים גייען נישט רעדן מיט די מידיא (תקשורת) און אז עס קומט איינער און רעדט יא צו זיי כאפן זיי זיך צו צו אים אזויווי א געבראטנ'ס, אזוי הויך די נארישע מידיא פון בח"ח האבן זיך צוגעכאפט צו דעם צודרייטן יאקטר. און דא קומט דער פוינט!
וויבאלד די אהרוינים האבן א חשבון מיט מיילעך שטערן, און וויבאלד מיילעך שטערן איז דע נציג פון אתרא קדישא אין אמעריקע, ווערט אתרא קדישא פסול, לאמיר זאגן מילא אין אמעריקע אפשר איז דאס פסול נוווווו, אבער נעמען איינע פון די הייליגסטע ארגונים אין ארץ ישראל און דאס פסלענען ווייל עפעס א מיילעך שטרן איז דא אריין געמישט? נעמען א גאון ר' דוד שמידל און רעדן אויף אים כאחד הריקים?, איך בין אויך נישט אלעס איינשטימיג מיט ר' דוד אבער אים אוועק מאכן, און מיט וועמען פארבייט מען אים? מיט עפעס א צודרייטן אנאנימער מענטש וואס איז איין טאג אויפגעשטאנען און מחליט געווען אז ער פארשטייט עפעס און קברים, ער פארשטייט וויאזוי צו האנדלען מיט די ארכעאולאגן, ער טענהעט אז ער האט גערעדט מיט דעם הויפט ארכאלאג און ער האט געזעהן אז מ'קען האנדלען מיט אים, וואס מיינט איר אז ר' דוד שמידל איז היינט געבוירן געווארן? ער איז נישט געזעצן מיט די בלאפערס די ארכאלאגן?, אהרוינים און זאלוינים איך בעט ענק מישט נישט אריין ענקער מחלוקת אין יעדע אידישע זאך, מישט נישט אריין דעם רבונו של עולם אין ענקער מחלוקת, און מ'בעהט ענק ברחמים שטייט מיט מיט די מסירות נפשדיגע אידן אין ארץ ישראל וואס אנשטאט צו זיך פאשקען אין די וואסערן פון די סווימינג פולס אויף די בערג זענען זיי געגאנגען חאפן מכות אין די הייסע יפו גאסן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:22 |
|
| |
איי, ווען דו זאלסט וויסן וואס טעראר מיינט...
לדוגמה וועל איך פארציילן איין פאקט וואו מען קען אביסל באגרייפן וואספארא טעראר זיי פירן אן, און וואספארא פחד יעדער האט פון זייער באנדע:
מיט אפאר וואכן צוריק (אין די צייט ווען מהאט נישט געגראבן אין יאפו) האט זיך געטוהן, ווען מען איז געוואויר געווארן פון איין טאג אויפן צווייטן אז מגייט גראבן אין "תלפיות", און אויפצומארגנס צופרי האט מען געמאכט פראטעסטן אויפן פלאץ, און די ארבעט האט זיך אפגעשטעלט.
ווייסט איינער וואס איז געווען דארט ווייטער? ווידעראמאל: קיינער ווייסט נישט. וועל איך פארציילן.
"אהרעלע יאקטער" האט זיך אראפגעזעצט מיט זיי (נישט אתרא קדישא, סיי ווייל זיי ווילן מען זאל יא גראבן [!] און סיי ווייל די ארכילאגן ווילן שוין נישט הערן פון דאס ווארט אתרא קדישא) און זיי בויען יעצט ווייטער אן צורירן צו די קברים, און ארבייטן לויט די הוראות פון א משגיח וואס קומט יעדן טאג אויפן פלאץ. דער משגיח איז א איד וואס האט געארבעט פאר אתרא קדישא ביז בערך 15 יאר צוריק, ווען ער האט זיך אפגעטיילט פון זיי פאר די זעלבע סיבות ואכמ"ל.
ווילט איר הערן דער עיקר שאק?
דער משגיח גייט יעדן טאג אריין, מיט א "שייטל"! ער זאל אויזעהן ווי א פרייער. (איך ווייס נישט צו איך מעג דאס פארציילן דא, אבער כקען מיך נישט איינהאלטן!) פארוואס? ווייל אויב זאל אתרא קדישא געוואויר ווערן אז ער איז דארט משגיח אן זייער רשות, איז זיין לעבן - און די לעבן פון זיין משפחה - אין געפאר!
יא! איר הערט גוט.
(גערעכט, ביטע נישט גיין ווייטער מיט תו"א דא, אבער מיינע ווערטער זענען געווען בנוגע זייער געלינקטקייט, עס זענען דא נאך אישוס, וואס זייער פלאץ איז נישט דא).
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:53 |
|
| |
יענקי, אויב איז דיין טענה אז ער איז א מענטש אליינס, דאן הער צוויי פונקטן:
1) דו ווייסט בעסער ווי מיר אז ער איז נישט קיין יחיד וואס האט ארויס דעם פראבלעים, און דו ווייסט אויך וואספארא גענגסטער גרופע אתרא קדישא איז, ער איז אבער יא א יחיד אין איין זאך: ער איז דער יחיד וואס האט באשלאסן צו איינשטעלן זיין לעבן און מפרסם זיין דעם אמת!
2) עס ערווארט דיר גרויסע סורפרייזעס בעז"ה...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 21:44 |
|
| |
גערעכטער
ביטע ניץ נישט די סקאנדאל אין אויפדעקונג אויף אתרא קדישא צו ריינוואשען תולדות אהרן אויף אנדערע שמיץ,
עד היום הזה זענען זיי אריינגמישט אין גענוג שמיץ אין זייער רבי ברעכט זיך צו די דרוק פין לעפקאוויטשעס אין גאדינגער פאר די פאר דאללער וואס זיי געבן אים
אז די ווילסט עפן א עקסטערע אשכול וועגן דעם
יענקי
ר' אהרן יאקטער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער פארטרעט אתרא קדישא
ס''ה האט אתרא קדישא גענומען קרעדיט אויף אסאך השתדלות וואס ער האט געטוהן
דאס שרייען אז ער איז א טיפוש, מאכט אים נישט אפגעפרעגט ווייל אין א''ק ארבעטן נישט נאר טיפשום נאר אסאך ערגער כידוע, שוין נאכדעם וואס ער קוקט שוין גארניש אויס צו זיין אזא טיפוש. אין ברענג נישט קיין ראי' פין משה הירש, ווייל ער טוט מאדנע זאכען אין פינקט ווי נטורי קרתא האט א ווארט ביי די פרעסע אין די גאנצע וועלט מיט זייערע פראטעסטן אין מעשים האט ער אויך געהאט, טראץ וואס די ריזיגע פראטעסטן אין אמעריקא באקומען גאנץ שוואכע דעקונג קעגן די נטו''ק פראטעסטן
אין די אישו וואס מיר ברענגן פין מילך שטערן איז אויף אזויפיל
ביי די שמיציגע פרשות פין מילך שטערן ווי די פרשה אין שפאניע מיט די רעפארמער פין די זכור באוועגונג ווען מ'האט מפנה געווען א גאנצע ביה''ח ר''ל
אין ביי די שמיציגע פרשה אין טאלעדא ווי מען האט געמאכט א חילול ד' אין התגרות באומות אין ווען די רעגירונג האט שוין געהאלטען טיעף אינמיטן פארהאנדעלן מיט וועד להצלת בתי חיים האט זיי נאך ארגענזירט א דורכגעפאלענע פראטעסט קעגן די רעגירונג פארגלייכענדיג די יעצטיגע רעגירונג מיט די אינקוויזיציע,
אין ביי אלע אנדערע פרשות פין מילך שטערן ווי ווילנא אדער קראקא אא''וו (אז איך קען נישט זאל קיינער נישט קענען)
(עס איז נישטו קיין איין בית החיים וואס זיי זאלען האבען געראטעוועט אין אויסלאנד (פין א''י רעדט איך נישט יעצט) נאר חרבנות ווי זיי האבען נאר געקענט)
האט מען אלס פארענטפרט ר' דוד שמידל אז מילך שטערן איז נאר א''ק ''בארה''ב'' אין ר' דוד איז נישט אינוואלווד אין די פאקטן אין גלייבט מילך שטערן בליענדערהייט, אבער דא זעהט מען א מעשה וואס דער עסקן אנדעקט אז אין ארץ ישראל איז דא די זעלבע חורבן, אין די זעלבע פראבלעם וואס מען שוין געזעהן אין צפת ווען די עדה האט מיסד געווען קדמונינו קעגן א''ק איז נאך דא עד היום הזה, אין ר' דוד'ס כבוד במקומו מונח איז אבער א''ק בארה''ק גארנישט בעסער פין א''ק בארה''ב
אין נאכמאל די סקאנדאל נעמט נישט אוועק פין ר' דוד'ס פערזענליכע חשיבות, מען האט נישט געהייסען מאכען פאר אים פאני קאללס, אדער נאכשרייען קעציל פרעציל, ס''ה אנדעקט מען אז מען ניצט מען זיין נאמען צו פארטיידיגען א ארגענזעציע וואס טוט אזעלכע זאכען..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 23:56 |
|
| |
יענקי123 וואס זאגסטו יעצט????איז בי"ד משוגע געווארן??? גענומען עפעס א "צודרייטן" יאקטער צו אנפירן אין יפו????
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 00:12 |
|
| |
זעהט אויס אז בי"ד האט נישט קיין אנדער ברירה, קיין שום נארמאלער מענטש גייט נישט אריין אין לייבן גרוב, און קיינער האט זיך נישט געוואגט זיך צו אנהויבן מיט די טרוריסטיטן חוץ פון איין נאר
|
|
|
|
|