רעב יוד פאשקעווילן שטערט נישט קיינעם (איך רעד פיזיש. נישט אויב עס באדערט)
משא"כ ווארפן גארביטש טוסטו אפ "יעדעם" אינעם שטעטל אריינגערעכנט צד מהרז"ל. אמת די ווילידזש דארף עס אפרייניגן. אבער די רעגירונג צאלט דאך עס. ניין?(אלעס איז פון פראגראמען)
און אויפן נאמען ליידט צד מהרז"ל זיכער מער ווייל פאשקעווילן פלעגט מען אייביג ווארפן משא"כ גארביטש. (ביטע! אויב איינער וויל שמועסן/טענהן זאל ביטע נישט אטאקירן פערסאנעל. איך באקום נישט באצאלט פארן שרייבן[איך האף אז איר אויך נישט...] איך שרייב נאר פאר הנאה. שכוח פון פאראויס!)
נשלח ב-19/8/2010 07:45
פריינדליך א שיינע פשט'ל לאמיר נאכאמאל איבערגיין,
וויבאלד אינטער אהרן חארינער פאשקווילן פלעגט מען אייביג ווארפן, און מען פלעגט אייביג טעראריזירן (אנרופן די נאכט פון די חתונה וכדומה- כאפן שטריימלעך - נאכשרייען קאפלס אין די גאסן - פארשפרייטן פיקטשער'ס פון אינגעלייט מיט זייערע טעלעפאן נומבערס - און נאך און נאך )
ממילא (א דריי מיט די פינגער) איז עס בכלל נישט קיין בזיון פאר ארוינים וואס טוען דאס ווייל מען (ליין= "זיי") האבן דאך עס אייביג געטוהן
טאקע נישט קיין שום בזיון פאר די ארוינים עס איז א כבוד און א פראכט פאר זיי
נשלח ב-19/8/2010 07:49
ירידות הדורות איז שרעקליך, אחוץ דעם פעיראל דיין בעל העגל דבש האט זיך נאכנישט געטראפן קיין איין איינציגע רב אדער דיין וואס זאל רעדן אדער שרייבן סיי וואס איבער די 9 אזויגעריפענע פסולע חתונות. בדרך אגב וואלט איך געוועלט וויסען פארוואס איז דער שר הצבאות הגאון הקדוש אהרן טייטעלבוים נישט מוחה מיט זיין הייליג מויל אויף די שרעקליכע מכשולות איז זיין שטאט? אזוי נעמט א מרא דאתרא קעיר? ער וואלט זיך דעדארפף אויפשטעלן און אריינרייסן ביז דעם זיבעטען ריפ.
נשלח ב-19/8/2010 08:32
רעב יוד. ביי מיר איז היסטאריע נישט נאר ק"י נאר היסטאריע בכלל. מען האט נישט אויסגעטראפן אין ק"י די זאך פון ווארפן פאשקעווילן און נישט שנת תש"מ...(איך רעד נישט די סיבה פון ווארפן וואס פארשטייט זיך אז קעגן בני יואל האט מען אנגעהויבן אין ק"י. אין סאטמאר. קראלע. אורשיווע. סיגוט וכו' איז נישט געווען בנ"י...)
נשלח ב-19/8/2010 08:36
פריינטליך -
די פשקעווילן שטערן מיר פיזיש איך עקל מיך בטבע פון אזאנע קליינע פאפירן, וויפיל כ'האב מיר געבעטן ביי די ווארפער און ביים מייסטערבירגער איז עס געפאלן אויף טויבע אויערן, ביז היינט פלעג איך עס אליין'ס אויפהייבן, איז מיר בייגעפאלן א המצאה, לייג צו קאפ, די ווילידזש הא א סאניטאציע דעפארטמענט וואז זיי געברויכן אויפצוהייבן די גרויליכע פאפירן וואס די רופסט פאשקעוויצעס, אבער מחמת איזה סיבה באמערקן זיי דאס נישט, איז מיר בייגעפאלן אז מ'וועט אויסמישן מיט פארשידענע געמישאכצער וועלן זיי דאס שפירן אין די נאז, וכך הוה
והכל על מקומו יבוא בשלום, און ח"ו קיינער טוט נישט אפ קיינעם, נאר ליידער אז צו געווינען אויפמערקזאמקייט פון די גארבעטש קאלעקטאר פעלט אויס אביסל גרעסערע פארציעס