* מסע המלכות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א קיין לאנדאן *
אין דעם אשכול וועט באריכטעט ווערן אלע נייעסער און מעלדונגען ארום געהויבענע נסיעה פון רבינו שליט"א אויף לאנדאן, די קומענדיגע וואך פרשת כי תבא, לטובת דעם חומה בצורה קאמפיין לחיזוק מבצר החינוך בית רחל באנטווערפן.
רבינו שליט"א וועט האבן די אכסני' בבית הרבני הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו דער ראה"ק, וועלכער האט נאך געהאט די זכי' צו זיין דער בעל אכסני' פאר מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל.
רבינו שליט"א האט שוין ב"ה געלאנדעט בשלום אין היטראוי לופט-פעלד אין לאנדאן וואו עס האבן אפגעווארט די ראשי הקהלה והמוסדות.
אין די סוויטע פון רבין שליט"א זענען מיטגעקומען די חשבוע ראשי קהלה פון ברוקלין, הרה"ח ר' שאול פערלשטיין הי"ו סגן ראה"ק, הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק, הרב שלמה יעקב געלבמאן שליט"א, הרה"ח ר' מיכל שלעזינגער הי"ו און נאך פילע אנגעזעהנע פון די קהילה.
נשלח ב-23/8/2010 00:26
נשלח ב-23/8/2010 00:26
נשלח ב-23/8/2010 00:27
נשלח ב-23/8/2010 00:28
נשלח ב-23/8/2010 00:29
נשלח ב-23/8/2010 00:30
נשלח ב-23/8/2010 00:31
נשלח ב-23/8/2010 00:57
נעם אראפ די גראבע בילדער
אדער מאך עס קלענער
נשלח ב-23/8/2010 01:19
אין די מינוטן קומט פאר דער דערהויבענער מעמד קבלת פנים אין גרויסן סאטמארע ביהמ"ד אין לאנדאן, טויזענטער אנ"ש ובראשם הרבנים הגאונים שליט"א תושבי העיר זענען אויפן ארט.