פון אימעיל
אלס א תושב קרית יואל קען איך מיר נישט איינהאלטן צו שרייבן און מיטטיילן די שוידערליכע מעשה נבלה, וואס עס האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם ליל שב"ק פר' כי תצא אין קרית יואל, וואס מיינע אייגענע אויגן האבן מיטגעהאלטן. ווי יעדע וואך האבן די מתיבתא בחורים אהיימבאגלייט דעם מנהיג און אויסגעהערט זיינע מעשיות, אין די זעלבע צייט איז א משפחה אין קרית יואל אהיימגעגאנגען פון א נאנטע משפחה שמחה, די משפחה איז געגאנגען אן ערך פון דריי מענער און 7 פרויען מיט קערעדזשעס אין זייערע קינדער, ארגאניזירטערהייט האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט מיט אן פלאם פייער, און די בחורים פון די מתיבתא ה'... , באגלייט מיט די בחורים פון ישיבה קטנה, צעירים, און עטליכע הארצלאזע אינגעלייט, האבן זיך גענומען נאכגיין די משפחה דעם גאנצן וועג אהיים, מיט באנומענע קולי קולות ווי ציושעטע חיות וואס קומען גלייך פונעם דזשאנגל, און האבן זיי נאכגעשריגן מיט מיאוס'ע ווערטער )אשר אסור להעלותן על הכתב משום הרחק מן הכיעור וד"ל( וואס איר האט מן הסתם קיינמאל נאכנישט געהערט, ותסמר שערות אנוש אז מען האט אין קרית יואל וואס רביה"ק האט אויפגעשטעלט בקדושה וטהרה, געהערט פון בחורים אזאנע פרעכע און מיסע ווערטער, אין צוגאב צו וואס זיי האבן זיך אריינגעשטופט אין די נשים בפועל ממש און געשטופט און געשטויסן די פרויען, און דאס האבן מיטגעהאלטן אום 3 אזייגער ביינאכט הונדערטער ערשיטעטע אידן וואס האבן זיך דערוועקט צו די געשרייען פון די חיות טורפות, אידן האבן זיך געריבן די אויגן צו מען איז אויף אדער איז דאס א שרעקליכער בייזער חלום, עס האט זיך אפגעשטעלט איינער וואס האט נישט געוואוסט וואס די קולות זענען, און געפרעגט איינעם פון די חברה וואס עס גייט פאר און אויף וואס מען שרייט, האט ער אים געענטפערט מיט רציחה אין די אויגן, אז די גייסט נישט איצט אוועק פון דא פארגעס פון דיין שטריימל, עס האט אויסגעזעהן אז מען האט איצט ארויסגעלאזט א מחנה אויפגערייצטע לייבן פון זייער צוים. דאס איז אויסער די שפיכות דמים בפועל, און די גייסטישע שפיכות דמים וואס קומט פאר דורך די זעלבע יונגען אין די לעצטע תקופה, פון טעראריזירן אינגע פארפעלקער רון רופן יעדע נאכט א גאנצע נאכט און ארייזאגן כל דבר אסור, בלשונם הטמא, און דאס איז אויסער די פאשקיווילען וואס פארפלייצן די קרית יואל'ער גאסן יעדע נאכט דורך די חברה וואס מן הסתם חזר'ן די בחורים נישט איבער גפ"ת בעיון, בשעת'ן ווארפן די טעראר ליפלעטן. און איך קען נישט פארשטיין וויאזוי שיקט א טאטע זיין בחור לערנען אהין אין אזא ישיבה ווי מען ווערט אויפגעצויגן אויף טעראר?! וויאזוי איז א טאטע מפקיר זיין טייערן אוצר אויף אזא פלאץ, האט ער שוין טאקע נישט אזויפיל געפיהל פאר זיינע דורות?! מען האט געמיינט און געוואלט מיינען אז די אלע טעראר מיטלען וואס די בחורים ווערן גענוצט איז א זאך וואס באלאנגט צו די פארגאנגנהייט, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז ניין די טעראר גייט אן אין פולן שוואונג, און מיט א פעסטן אייפער ווען עס איז נאר דא די מעגליכקייט, ע"כ זאלן עלטערן נעמען אין באטראכט ᠒ אז אין די ישיבה גייט אן א סיסטעמאטישע קאמפיין, פון גילוי עריות און שפיכות דמים, מיט די איצטלא פון קדושת ישראל און אמונת צדיקים, )נישט לאנג צוריק האט אויפגעטרעטן מ.א. זבל )גארבידזש בלע"ז( מיט א העצע דרשה אין ישיבה פאר די בחורים(. ᠒ אז אין די ישיבה איז נישט פארהאן קיין קאנטראל אויף די בחורים, אויב שבת האבן אזא גרופע בחורים זיך געקענט ארומדרייען אין די גאסן אין די שפעטע שעות אן קיין השגחה, און איר ווייסט נישט אויף וואס נאך עס איז נישט פארהאן קיין השגחה. ᠒ אז אין די ישיבה וועט אייער קינד פארלירן די קדושה און צניעות וואס איר האט אלע יארן אריינגעלייגט אין אים. ᠒ אז אין די ישיבה לערנט מען אויך נישט דורך די וואך, ווייל מען איז זיכער פארנומען צו צוגרייטן די פארשידענע אקציעס. ᠒ אז די הנהלת הישיבה נעמט אייערע קינדער און נוצט זיי אויס פאר די אייגענע וואנזיניגע מערכות, אנשטאט אייך צו סערווירן און צושטעלן פאר אייער בחור א פלאץ ווי ער זאל שטייגן בתורה ויראת שמים. ᠒ אז אויף יענע וועלט וועט מען אייך פארהאלטן פארוואס איר האט מועל געווען אין אייער שליחות, איר האט פושע געווען אינעם פקדון וואס מען האט אייך פארטרויעט, איר האט עובר געווען אויף ולפני עור לא תתן מכשול און נאך, וואס קיין שום תירוץ וועט נישט העלפן. לא אלמן ישראל! עס זענען פארהאן פילע אנדערע ישיבות, קליינע און גרויסע, אפי' אין זייערע קרייזן, אין וועלכע זייערע קינדער קענען שטייגן אין תורה און אין יראת שמים, און זיי פיל אידיש נחת פארשאפן. די זעלבע זאך פאר די וואס שטיצן די ישיבה מיט געלט, די מעשי צדקה וחסד ווערן זייער געשעצט, ספעציעל טוט עס זייער ווירקן אין הימל, אפצורופן שלעכטע גזירות, ממשיך צו זיין ברכות און השפעות פאר אלע אידן, און באזונדער פאר זיי און זייערע משפחות, זאל דער אויבערשטער טאקע זיי באצאלן פאר דעם אלעם. אבער ווען עס קומט אז מען זאלט שטיצן א פלאץ וועלכע איז מחנך דורות פון שמוציגע יונגען, וואס זענען אומשטאנד צוטון ווי אויבנדערמאנט, איז זיכער אז איר וועט פארשטיין אז קיין שכר וועט מען נישט געבן, און קיין ברכות ברענגט עס נישט. די תורה זאגט ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך, אז ווען עס איז דא א חסרון אין קדושה, גייט אוועק די שכינה, וואס דאס מיינט אז עס איז נישט פארהאן קיין ברכה, און פארקערט, דארט ווי עס איז פארהאן טומאה קומען אן אלע קליפות און סטרא אחרא, און לאזן איבער קללות מיט צרות יגון ואנחה רח"ל. איר ווילט זיכער נישט האבן קיין טייל אין ברענגען צרות אויף כלל ישראל, דעריבער פארמיידט זיך פון געבן שטיצע פאר די אלע וועלכע זענען אחריות אויף מחנך צו זיין דעם יוגענט צו גילוי עריות און שפיכות דמים. זאל דער אויבערשטער אייך בענטשן מיט א כתיבה וחתימה טובה, איר זאלט האבן א יאר פון פרנסה בריוח, נחת דקדושה, געזונט פאר די גאנצע משפחה, און א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן. מ.ד. פיש, קרית יואל
 |
|
|