יעשיווע אף קעי דזעי צייכענט אפ סוקסעספולע זומער
ככלות שנת תש"ע לפ"ק צייכנט די באוויסטע יוניווערסיטעט על קברו א סוקסעספולע שולע פעריאד
מאנכע זאגן אז ס'איז א בחינה פון החזרת עטרה ליושנה,
אנגעהויבן האט זיך עס מיט א גרויס טאראראם אז מ'גייט פיקסן די יעשיווע, מ'גייט עס צוברעכן אויף פארשידענע פארטס און צוריק אופיבויען פון דאסניי,
אז איר וועט אוודאי פרעגן וואס האט האט אויסגעפעלט צופיקסן?, איז אזוי,
צובראכן מיינט אז מ'קריגט זיך פון דערינען, דהיינו די פאליציי פלעגט זיין א אפטער גאסט אינעם יעשיווע צו מאבן ארדענונג צווישן א לערער אין א סטודענט אדער צווישן די סטודענטן זעלבסט,
ווי עס געדענקט געוויס א יעדער, אז בילדינגס פלעגן ברענען קלעפ פלעגן פליען הקיצור די יוניווערסיטי האט געברענגט גרויס נחת פאר די קעלבישע עלטערן וואס האבן מקריב געווען זייערע קינדער פארן זבל אהרן,
אבער אויסער די גרעניצן פונעם יעשיווע קעמפוס איז געווען פארהעלטענמעסיג שטיל, די שטעטל איז געווע רואיג וויזוי דער פסוק זאגט, "דדא איז שטיל"
הקיצור אנפאנג שנת הלמודים תש"ע, נאכן ריעלייזן אז די צאל שטודענטן שרינקן איין יערליך בעת די ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג איז מוסף והולך, איז מען געקומען אויף די החלטה אז דאס איז משום די אינערליכע געפעכטן אינעם יעשיווע קעמפוס, די הנהלה האט פארגעשטעלט א געניאלן פלאן אז מ'וועט אפטיילן די יארגאנג'ס אין מ'וועט ארויס ברענגען די סטודענטן אויף די שטעטלישע גאסן,
קרית יואל'ע איינוואונער האבן זיך אויפגעוועקט צו א אלט-נייעם ריאליטעט, מחנות יונגאטשעס לויפן נאך יונגע ווייבלעך אין שרייען זונה, בילדער קורסירן אין די קארידארן פון די פרישע פארפעלקער, מיט אלע דעטאלן, לאנגע רייעס מיט בחורים ווארטן אויף זייער נעקסט ביים טעלעפאן צו קענען טעלעפאנירן דרייע אויפדערנאכט א שנה ראשונה פרוי, און זיך איינטענהן מיט איר צו שוין גיין איבער מאכן די קידושין ווייל זי טאר נישט וואונען מיט איר מאן,א.א.וו.
די נעכט אין שטעטל זענען ווי טאג פאר די מתמידים און שטאט, געמיינע פאשקעווילן קעגן יעדן רב אדער דיין וואס האט די העזה צוטראכטן אנדערש פונעם זבלי אהרן ובית דינו בצ"ל וגצ"ל, אנגעפירקעלטע פלויטן מיט געמיינע גראפיטישע לאזונגען, עמערס מיט פעינט ווערן אויסגעשאטן אויף אויטאמאבילן פון מחותנים, פאמי קאלס צו גדולי רבני העיר,
די גאר גרויסע מצוינים (ווי דער בלאט גלייכט זיי אנצורופן) ווערן מכובד צו ברעכן שויבן פון בתי מדרשים אין שטאט, גרעבערע מצוינים לאזן זיך ארויס אויף לאנג דיסטענס רייזעס ביז די הרי הקעטסקילס צו ווארפן שמוציגע פלוגבלעטליך אויף אומשולדיגע פארפעלקער,
די קלימאקס איז געווען די וואך שבת, די סטודענטן האבן זיך מחמם געווען לאור הזבל פרייטיג צונאכטס נאכן געהויבענעם טיש ווען דער בעל פעור האט במתיקת געזינגען דעם קה אכסוף, האבן זיך די כוליגאנעס ארויסגעלאזט אויף א וויכטיגע מיסיע, מ'האט זיך געשטעלט אפווארטן א פארפאלק און באגלייט אהיים מיט מיאוסע געמיינע שוחרישע לאזונגען, א גויאישע דורך פארער וואס האט געזעהן דעם ספעקטאהל ווי דריי הונדערט בחורי חמד ראיאטירן אנטקעגן פרידליכע דורך גייער האט אנגערופן די פאליציי, וואס זענען גלייך געקומען און אריינגעשליידערט א באוויסטע מצויין וואס איז נאר פערצופאל דארט געווען, אן אייניקעל פונעם ראש המסוקאוויס נח גפן.
הקיצור די יעשיווע האט געהאט איר תכלית, עס איז צום האפן אז אלע חשובע דעקליך וועלן שוין ענדליך איינזעהן אז מ'קען שוין שיקן דא די קינדער, סססס איז שששוין וווייטטטער ששטיל....
בקיצור די יעיווע האט פיינעלי געהאט איר תכלית
 |
|
|