בית פורומים אידישע געדאנק

א ציטער: אהרונים אין בג"ץ הציוני קעגן חבר הביד"ץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/8/2010 14:48 לינק ישיר 
א ציטער: אהרונים אין בג"ץ הציוני קעגן חבר הביד"ץ

פרייטאג מיטאג איז ארויסגערינען די ווייטאגליכע אינפארמאציע אז פירער פון די "אהרונים" אין ירושלים זענען אריין אנהייב די פארלאפענע וואך מיט א פערזענליכע קלאגע קעגן הגאון האדיר רבי חיים אורי' פריינד שליט"א חבר הביד"ץ דהעדה החרדית

די תביעה ליגט אין געריכט אן קיין היתר בי"ד.


הרב חיים ראטה שליט"א חבר הנהלת העדה החרדית א שוואגער פונעם חבר הביד"ץ האט זיך געוואנדן צו ר' אהרן אז ער זאל עס פארדאמען און זעהן אז די קלאגע זאל צוריקגעצויגן ווערן, אבער ר' אהרן האט זיך אנטזאגט.

רבותי! עס איז נישט קיין ספין, די פרטים זענען גאר קראנט.

אויס עס וועט אויספעלן וועט דאקומענטן נאכפאלגן.





תוקן על ידי סוג ב- 22/08/2010 15:21:29




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 18:47 לינק ישיר 

מער פרטים ביטע. אויף וואס קלאגן זיי אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 21:57 לינק ישיר 

דער וואס קלאגט אין געריכט איז דער געוועזענער מנהל המוסדות פון ירושלים מיט 13 יאר צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 22:40 לינק ישיר 

סוג רעדט ווערטער

וואס וויל ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 23:05 לינק ישיר 

לויט ווי כ'הער איז דער קלעגער אנטשיל שווארץ, וועם רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט באזייטיגט פון די הנהלת המוסדות יטב לב אין ארה"ק. ער קלאגט דעם חשובן חבר הביד"ץ הגה"צ ר' חיים אורי פריינד שליט"א, איבער א סכסוך מיט זיין מאמע'ס הויז.
 
בושה תכסה פניו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 00:21 לינק ישיר 

פארוואס קען מען נישט דערציילן גאנצע זאכן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 00:33 לינק ישיר 

ביסטו א חכם די חסיד 152 אז מען זאגט דער מנהל פון 13 יאהר צוריק ווייסטו גלייך ווער דאס איז ממש חכם הרזים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2010 12:11 לינק ישיר 

עס כאפט א פחד און וואספארא דיוטא התחתונה ר' אהרן מיט זיינע מענטשן האבן זיך דערקייקעלט

דער הולך לבג"ץ הציוני וועלכע האט געקלאגט דעם שר התורה ר' חיים אורי פריינד שליט"א חבר בי דינא רבא דירושלים קרתא דשופרייא, זיצט נאך ביז איצט אין בג"ץ, און האלט נישט ביים אויפגעבן די קלאגע.


דער ירושלימ'ער רב האט געלאזט רופן הרה"ג ר' משה טייטלבוים מסעמיאהלי דער דיין פון ר' אהרן אין ירושלים, וועלכער לערענט ביי זיין כולל פארמיטאג, און איהם געזאגט אז עפ"י הלכה טאר מען נישט מכבד זיין דעם הולך לבג"ץ מיט קיין שום כיבוד ביי זיין ביהמ"ד איבערהויפט נישט לאזן צוגיין לפני התיבה אלס ש"צ און איבערהויפט ימים נוראים. דער דיין זייערער האט גענטפערט אז ער וועט איבערגעבן די ווערטער פאר זיין רבי'ן ר' אהרן.

דער ירושלימער רב שליט"א איז דערציטערט געווארן צו הערן אז טראץ וואס די הנהלת הביהמ"ד פון די אהרונים אין ירושלים האבן באשטאנען צו אויספאלגן די הוראה פונעם ירושלימער רב שליט"א דער מרא דאתרא פון שטאט האט ר' אהרן געהייסן אריינפייפן אין ירושלימ'ער רב  אין האט פארארדאנט אז מ'זאל יא מכבד זיין דעם הולך לבג"ץ אלס שליח ציבור ימים נוראים פונקט ווי יעדעס יאר.

אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה.


אזא פנים טראגט ר' אהרן ! ווען עס קומט צו זיינע פערזענליכע נקמות האט ער נישט קיין טראפ בושה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2010 18:32 לינק ישיר 

איך גלייב נישט די אלע מעשיות, מסתמה וועט זיין א גינגאטישע מחאה אויפן פראנט פעידש פונעם בלאט ווי דער בלאט וועט מוחה זיין בכל תוקף ועוז קעגן די געפערליכע פירצה פון גיין אין בג"ץ הציוני



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2010 18:36 לינק ישיר 

עס קומט מיר צום לאכן ווען די ארונים רעדען פון בג"ץ,

אפאר טעג צוריק האב איך געהאט עפעס א שמחה אין די משפחה, זאגענדיג פאר מיין ב"ב אז איך גיי צו זאגן מזל טוב, רופט זיך אן מיין קליינער צוויי יעריגער: איך אויך גיין צו מזל טוב!

אזוי קוקן אויס די ארונים ווען זיי רעדען פון בג"ץ, זיי האבן קיין השגה פון וואס מען רעדט, אבער מען מען זונגט נאך וואס מען הערט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 21:10 לינק ישיר 

אפדעיט:

דערווייל איז ירושלימ'ער רב צוגעקומען צו אן אופמאך אז ביז צווי וואכן דארף דער הולך לבג"ץ פארלאזן דעם בג"ץ הציוני, אנדערש וועט די העדה החרדית ארויסטרעטן מיט א כתב סירוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2010 22:57 לינק ישיר 

דערווייל זיצט מען נאך ווייטער אין בג"ץ , אין דער ראבינער ראביי אהרון טייטלבוים שווייגט.

אבער טאמער א פאר ירושלימ'ער אידן טרעטן אריין אין בג"ץ קעגן די ציונים און זייער ממשלה פארדינען זיי פארדאמונג ארטיקלעך אינעם שונד "בלאט".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2010 00:22 לינק ישיר 

סוג כתב:
אפדעיט:

דערווייל איז ירושלימ'ער רב צוגעקומען צו אן אופמאך אז ביז צווי וואכן דארף דער הולך לבג"ץ פארלאזן דעם בג"ץ הציוני, אנדערש וועט די העדה החרדית ארויסטרעטן מיט א כתב סירוב.
יעצט גי איך פרעגן די שאלה וואס איר פרעגט אייביג. ווי איז דער כתב סירוב? עס איז שוין איבער דאפלט פון די 2 וואכן.... אלא מאי דארפט איר בעסער נאכפרעגן וואס די מעשה איז און נאכדעם שרייבן. איך קען די מעשה פון די נאנט. איך האף אי"ה עס צו שרייבן די וואך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2010 01:42 לינק ישיר 

אדרבה אפשר ברענגסטו ארויס אלע פאקטן

עס איז מיר א וואונדער אז שמעלקא בדחן וועלכער איז אזוי אלערגיש צו די "בג"ץ" סימפטום, איז שטיל און לאזט די זאך לויפן.



תוקן על ידי ברעקינג ב- 15/11/2010 01:44:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2010 15:16 לינק ישיר 

קודם פארוואס זאל ער שרייבן? עס איז א פריוואטע סכסוך איבער ר' אנשיל'ס מאמעס דירה. די נעשה איז בערך דאס(איך דארף נאך מברר זיין אלע פרטים אבער דאס איז אויבערפלעכליך די מעשה)רב פריינד האט א דירה נעבן זיין מאמעס הויז און ער וויל צובויען א שטיקל און קאנעקטן צו שווארץ'ס הויז. און ער וויל נישט(פאר פארשטענדליכע סיבות. עס איז גענוג צושטופט דארט. און די לאט באלאנגט צו אים) און להוי ידוע. עס איז שוין געווען ביי די"ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2010 19:17 לינק ישיר 

דעריבער מעג מען גיין אין בג"ץ וואס איז יהרוג ובל יעבור


האט ער דען אן היתר בי"ד? איז דען שייך אויף יהרוג בל יעבור אן היתר בי"ד?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א ציטער: אהרונים אין בג"ץ הציוני קעגן חבר הביד"ץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext