בית פורומים אידישע געדאנק

רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/8/2010 00:28 לינק ישיר 
רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!

די רעזולטאטן פון די פאשקעווילן געווארפעריי קאמפיין וואס די בני הסבלנים/אהרונים האבן אונטערגענומען די לעצטע פאר וואכן האט נישט געשפעטיגט צו קומען. עס האט אויפגעטוהן אז יעדער איינער זעהט און שטוינט ווי זיי גייען מיטן קאפ אין וואנט, זיי דארפן שוין באלד האבן מערערע צעטליך ווייל די ליסטע מיט נעמען הערט נישט אויף וואקסן ב"ה. אבער דאס האט געוויזן פאר צענדליגער אנ"ש וואס א עקלדיגע ברואים זיי זענען, פון נאכשרייען פארפעלקער ביזן מבזה זיין די רבנים אויפן ערגסטן אופן, און דאס האט געגעבן א שטופ פאר די וואס זענען נאך מסופק געווען פארוואס מ'טאר נישט חתונה מאכן ביי די אהרונים וואו ר' געציל אדער ר' אהרן זאלן זיין די מסדרי קידושין, און ווי די הנהלת האולם גיבט איבער איז אין די לעצטע פאר טאג אליינס צוגעקומען 8 פרישע באשטעלונגען פאר חתונות אינעם נייעם זאל.
 
יא! די אהרונים האבן אויסגעפירט, זיי האבן ארויפגעברענגט פאר יעדן תושב קרית יואל אין קאפ פראגעס וואס וואלטן קיינמאל נישט געפרעגט געווארן, און אין ליכט פון זייער וואנזיניגע שריט איז דאס דער רעדע פון יעדן איינעם און די רעזולטאטן זענען חתונות אן א שיעור אינעם נייעם זאל...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 00:55 לינק ישיר 

שוטים שבעולם!


וואס מיינען זיי אז זיי לעבן אין תשמ"ט?

די בני יואל האט ב"ה דורכגעלעבט מעכטיגע טעראר אטאקעס קעגן זיך וואס די היינטיגע טעראר איז עס פשוט א געלעכטער קעגן דעם.

דאס וועט נישט אפשטעלן קיין חתונות, נאר פשוט צוברענגען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 01:48 לינק ישיר 


זאג מאיר הערש אזויווי די 16 חתונות וואס גייט זיין ביז ראש השנה?, אדער אזויווי די פסק פון בארא פארקער דין תורה?,

און צו דיר עכטער חסיד, ניין מיר לעבען נישט און די מ"ט יארן ווען דער מנהיג איז געווען משה גבאי מיט א צודרייטע שיטה, תשמ"ט האט משה געזאגט פאר די בני יואל, גייטס פייגערען, מיר נעמען נישט אן אייערע קינדער ביי אונזער מוסדות, איר טארט זיך נישט עפענען א מוסדות אליין, איר קענט נישט גיין אויף וומ"ס וכדומה, יעצט וואס האט משה געמיינד אז דער מנחת יצחק וועט זאגן אז וואלדמאן אדער הירש זאלן זיך נעמען דעם לעבען, וועלן זיי דאס מאכן?, דאס הייסט א נערישע אסטראטעגיע, ווייל ער האט נישט ווי צו גיין

אבער דא זאגן מיר נישט גייסט נעמט זיך דאס לעבן, 20 יאר האט איר חתונה געמאכט און מאנסי אדער ווען די סטרא אחרא איז נישטא?, מאכט ווייטער אזוי, דאס איז דער חילוק פאר ווער עס וויל הערן נישט שריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 01:55 לינק ישיר 

20 יאר זעמער געגאנגען קיין מאנסי חתנה מאכן ,

צען יאר האמער קיין בוטשער נישט געהאט

5 יאר האמער קיין מקוה טהרה נישט געהט

דריי יאר קיין בית החיים

צוויי חדשים קיין היי סקול
א.א.וו.  אזוי בויעט זיך א מוסד, ווען מיר זאלן זיך רעכענען מיט דיין מיינונג וואלטן מיר נישט געהאט קיין
תלמוד תורה
מיידל סקול
מקוה
שחיטה
בית החיים
און אויך נישט דעם פראכטפולן חתונה זאל, מיר וועלן חתונה מאכן ווי ס'איז אונז באקוועם אין נישט ווי ס'דיר פארשטאנען??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 02:08 לינק ישיר 

זעט אויס אז דער משה גבאי איז נאך באלעבאס אין מאנראו.


פארפאלן: דיין רבי קען זיך פשוט נישט ארויסדרייען פון אונטער זיינע הענט, און מוז אים כסדר פאלגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 02:08 לינק ישיר 

אינעם יעשיווע על קברו בלאג, האט יעצט אריינגשטורעמט  ברעקינג ניוס

דהיינו א רעפארט איז געקומען אז צוויי מחותנים האבן אנגערופן בסוד סודות הבחור המצוין מחולל קידושין איהם איינצומעלדן אז נישט מער און נישט ווייניגער זיי האבן געקענסלט זייער חתונה אין עטרת מאיר צבי וויבאלד מ'האט ארויס געשטעלט זבל פרדוסיו של אהרן אויף די קרית יואלע גאסן,

הערט און שטוינט נישט בצ"ל און נישט גצ"ל נישט פאשקעווילן נישט די פנקס נישט טראק נישט די פאאני קאלס נישט לעבאוויטש נישט אשכנתזי נישט מאסרי התימני, נישט דער גרוש הארוויץ, גארנישט האט זיי נישט געשראקן נאר די זבל אהרן...

לאכטס א גוטס,
דער בחור המצויין פירט אויס אז ער קען נישט פארענטפליכן די נעמען ווייל די משפחות זענען פארשטייצעך באזארגט פון די טערארסטישע בני יואל'ס האבן זיי נאר איהם איינגעמאלדן פון די קענסלעשאן נישט די בני יואל'ס זיי ווייסן נאך נישט פון גארנישט, אבער ער ווייסט שוין אז ער האט געקענסלט אין צוריקגענומען די דיפאזיטס (מסתם פונעם ATM מאשין ווייל בני יואל זאל נישט געוואר ווערן...) מ'קען זיך ווענדן אויף אישית צו הבחור המצויין וואס פארברענגעט ביז פירע פארטאגס אויף מלוה מלכה ביי זיין מגי"ש - און נאר צו יחידי סגולה וועט ער מגלה זיין די שמות,


היכי דמי אדר באלול...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 02:25 לינק ישיר 

דאס איז א מורא'דיגע קאפשטיק פונעם בעל זבח אהרן אליינס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 05:44 לינק ישיר 

זעהט אויס אז די ערליכע קרית יואלער אידן לערנען שוין די קומענדע שבת תשובה דרשה אין די סוגיא פון המוציא זבל.
זיי זענען עוסק אין מס' בבא מציעא. און מ'לערנט בפועל ווי רבי יהודה וואס זאגט אז בשעת הוצאת זבלים אדם מוציא זבלו לרשה"ר וצוברו כל שלשים יום כדי שיהא נישוף ברגלי אדם וברגלי בהמה שעל מנת כן הנחיל יהושע לישראל את הארץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 22:00 לינק ישיר 

מודעה משמחת!

נאך די געוואלדיגער סוקסעס פון די נייע חתונה זאל ווען נאך באלד 9 חדשים פון איר עקזיסטענץ זענען פארגעקומען בליעה"ר 9 חתנות! (אויף קיין שום זאל געוואונטשן) איז יעצט געקומען די פרייליכע מעלדונג אז צום קומענדיגען יאר איז שוין דא נאך 8 חתונה באשטעלונגען!! דאס הייסט אז עס איז שוין כמעט פולי געבוקט! (לויט מיין חשבון קען מען חתונה מאכן איין מאל פער חודש)

די סיבה דערצו איז גאר פארשטענדליך. וויבאלד עס איז לעצטענס געפלויגן פאשקעווילן איבערן שטעטל און דאס האט געברענגט אז די בני יואל זאלן אויך וועלן זיין אויף די געווארפענע פאפירן דעריבער האבן זיי זיך געיאגט צו באשטעלן דעם האאל. דערפון זעהט מען קלאר אז עס באדערט זיי בכלל נישט די פאשקעווילן, אדרבא! דאס ברענגט נאך מער שמחות.

איין זאך וואס איז אביסל אומפארשטענדליך אז אויב ברענגט דאס טאקע די געוואונטשענע רעזולטאטן דאן פארוואס  ווארפן זיי גארבידזש און מאכן געוואלדעוועס אין שטעטל. מעגליך אז די אהרונים ווארפן גאר די גארבידזש...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 22:57 לינק ישיר 

יאקוש פייוויש מאכסט מעך לאכן

קודם ביי אונז איז א פלאס א יעדע איינציגע חתונה וואס ווערט געמאכט על טהרת הקודש,  פארגעס נישט, לעצטע יאר איז נישט געווען ניטאמאל איין חתונה פון 0 ביז ניין (אגב די וואך איז די צענטע) איז א שיינע שפרינג

צווייטענס 10 חתונות די ערשטע האלבע יאר פון א זאל איז גאנץ א שיינע ציפער נישט אוועקצומאכן, נעמענדיג אין חשבון אז די זאל איז אפיציעל געפענט געווארן נאך שבועות. און אוודאי וועלן מיר נישט פארגעסן אז נישט יעדער איז געבוירן אויסצושטיין טעראר פון משה גבאי'ס יעשיווע על קיווראו.

אגב פאר די רעקארד: זינט שבועות איז דא אינגאנצען 6-7 וואכן וואס מ'האט געקענט חתונה מאכן אין די צייט איז פארגעקומען 7 חתונות אין עטרת מאיר צבי.

יעצט בנוגע די זבלי פרדוסיו של אהרן וואס די שטאלצירסט דיך אזוי, וועל איך דיר מגלה סוד זיין אז דאס איז נישט קיין חידוש ביי בני יואל'ס, זיי זענען שוין אמיונ'ט צו דעם זינט די יארן ווען עטס האט'ס טרומפירט אז בני יואל האט נאר 10 טאטעס אדאנק די אבני אהרן (כ'מיין משה גבאי),

גיסן גארבעטש אויף די זבלי אהרן איז נישט קיין נקמה און נישט קיין כעס, ס'איז סך הכל אן עפראפריעט ענטפער אויף ענקער טעראר

יא אמת נישט יעדער דערהייבט טעראר, אבער קלעמען וויקטארי?? 
 היסטאריע האט געוויזן אז טעראר האט קיינמאל נישט געזיגט אין קרית יואל און וועט אוודאי קיינמאל נישט זיגן ווי איר קענט זיך אליין איבערצייגן...

צו די מיסט איז צייכן אז די פאשקעווילן באדערן איז אפען צו דעבאטירן, אבער דאס איז זיכער אז די פאשקעוולין איז א צייכן פון טאטאלע פארלוירנקייט,

 נאך צעהן יאר זיך שווערן אז דאס וועט נישט מער נישט פאסירן און עס אנווארפען אויף משה גבאי - זאלן טאטעס פריש מקריב זיין זייערע קינדער אין בחורים פארן בעל פעור דאס איז קלארע צייכן פון פרויסטעראציע און דעמארלעזאציע,

יעצט פייווישעל טייערער לייג דיך צוריק צו א זיסן חלום, צייל מיט די האנט אין די פיס די אומצאליגע קענסאלאציעס, פיקטשער דיך אין אלוזיע ווי עטרת מאיר צבי ווערט פארשפארט א דאנק די שטארקע כח פון די זבלים וואס די בחורליך זענען מזבל די שטאט,

חלום זיס


תוקן על ידי zibala ב- 23/08/2010 23:02:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 00:36 לינק ישיר 

און פארגעסט נישט, אין זאלילענד פאלט שבועות ערגעץ חודש טבת, ווייל די ערשטע חתונה איז געווען אינמיטן ווינטער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 01:13 לינק ישיר 

נו אז דו האסט א שוואכע זכרון על איך דיר ענטפערן נאכאמאל.
דער דרך העולם איז צו מאכן רעזערוועישן מיט א דיפאזיט נאכן שידוך/תנאים, נישט א וואך בעפאר די חתונה (עכ"פ ביי אונז משוגעים)
די אלע וואס זענען א חתן געווארן זומער תשס"ט האבן שוין יענעם זומער געבוקט אין אנדערע זאלן און געגעבן א דעפאזיט פאר די ווינטער חתונות, דאס איז די פיסיכלאגישע גאונ'ישע סיבה פארוואס ווינטער איז געווען "בלויז" 2 חתונות... און זומער 8 חתונות! און אין חשון איז נישט עוועילעבל קיין דעיטס ביז חצי כסליו.
 
האלט אן מיט די פאשקעווילן בשפע.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 01:48 לינק ישיר 

אינטערסאנט אז פרדס פיגא אין אולם עקשטיין (די 2 היימישע נייע זאלען וואס איך געדענק יעצט) זענען יא געבוקט פין די דעיט וואס מען האט אנאנסירט אז די זאל גייט זיין אפען


תוקן על ידי דיןתורה ב- 24/08/2010 01:52:52




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2010 02:19 לינק ישיר 

כבר הי' לעולמים.
מיט 90 יאהר צוריק בערך ווען די ערליכע ירושלימ'ער אידן זענען ארויס מיט א בויקאט אקעגן הרב קוק'ס סידור קידושין. די מלחמת הקודש אקעגן דעם רמאי האט געדויערט א לאנגע צייט פון רדיפות און עגמת נפש ביז די ערליכע אידן האבן זיך געקאנט צוזאמען קלויבן און פראווען זייערע אייגענע קהילות און לעגאלע אייגענע חתונות אהנע שטערונג ובלי רדיפות.

די היינטיגע אדמורי"ם מצד הטומאה זענען גארנישט בעסער פון עהם. אויך הרב קוק איז געוועהן א גרויסער אדמו"ר מיט טויזענטער חסידים וחסידות'טעס געגאנגען מיט א שטריימל (ספאדיק) און א ווייסע קאפטן. אבער די אמת'דיגע ערליכע אידן האבן זיך אפגעשאקעלט פון עהם. און פון זיי איז געבליבן די ערליכע קהלות אין ירושלים. 

ערליכע אידן האבן זיך נישט וואס צו שרעקן. אזוי איז אלעמאהל געוועהן אז די עזי פנים האבן געוואלט מושל זיין אויף די ערליכע אידן, אויך רבי יוחנן בן זכאי האט אסאך צוזאמען געליטן פון די בריונים. ומכל שכן בעיקבתא דמשיחא וואס די גמרא זאגט דאך שוין אז ס'וועט זיין פני הדור כפני הכלב.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 03:42 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
אינטערסאנט אז פרדס פיגא אין אולם עקשטיין (די 2 היימישע נייע זאלען וואס איך געדענק יעצט) זענען יא געבוקט פין די דעיט וואס מען האט אנאנסירט אז די זאל גייט זיין אפען


תוקן על ידי דיןתורה ב- 24/08/2010 01:52:52


 ס'טאקע אינטערסאנט, די נייע זאל אין מאנסי האט איז אויך די ערשטע האלב יאר געווען ליידיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 04:59 לינק ישיר 

קעלבער איך ווינטש ענק אזאנע געווינסן טעגליך

טייערע מוישי, ליין איבער מיין תגובה, כ'האב געשריבן 7 חתונות זינט שבועות, נישט זינט טבת
דיןתורה - בני יואל האט אנאנסירט די זאל אויף נאך שבועות, אמת ס'איז געווען אפאר נחשונים וואס האבן געוולט חתונה מאכן אינעם רויען זאל, אבער אפיציעל האט זיך דער זאל געפענט נאך שבועות

בדרך אגב בני יואל איז א באשיידענע קהלה, אינגאנצן אפאר הונדערט מעמבערס, און קוים צוואנציג יאר אלט, כ'האף אז די פארשטייסט אז זיי מאכן נישט חתונה טעגליך ,  אלע זייערע מעמבערס וואס האבן חתונה געמאכט די פאר וואכן פון שבועות ביז איצט, האבן גענוצט עטרת מאיר צבי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext