|
|
| נשלח ב-24/8/2010 05:05 |
|
| |
איך פארשטיי אפילו נישט וואס עס איז זיך דא צו טענהן איבער די נומערן, אמת די זאל האט געהאט נאר 10 חתונות זינט זי איז אפן, אבער זייט מיר מסביר איז דאס א סימן אז די מערכה איז א געלונגענער? מיינט איר אז עס וועט זיך אפשטעלן ביי 10? ווען דער זאל האט זיך געעפענט האבן קיין איינע פון די צדדים נישט געחלומט אויף אזויפיל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 06:27 |
|
| |
אמת - אבער ס'איז אזוי זיס צו הערן און אויסשמיעסן די נערוינישע טיפשות
בדרך כלל זענען אלע דעקלעך צובראכענע טעיפ ריקארדערס ברעכן אויס וואסערע טיפשות מ'זאל נאר אריינזינגען אין איהר, מיטין פילסטן תמימות מיט א ערנסטקייט, ער באגרייפט ניטאמאל אז ער איז מאדנע.
אז מ'טראכט אריין בגופו של הענין איז שווער צופארשטיין ווי ווייט די מאס רציחה פון די נערוינישע קעפ אנטקעגן זייער אייגענע קיעלעך גרייכט, ממש אזוי צומאכן ביזי בזיונות פון אייגענע בעלי חיים, אזא בארבאריזם איז זעלטנהייט אפילו ביי די גרועי או"ה
עס איז צו האפן אז די עסקנים פיט"א וועלן זיך אריינלייגן בעובי הקורה, ס'איז פיינפול צוצקוקן די שרעקליכע צער בעלי חיים.
תוקן על ידי zibala ב- 24/08/2010 06:48:59
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 16:47 |
|
| |
זיבעלע שרייט אז דער זאל האט זיך געפענט נאך שבועות איי די ערשטע חתונות זענען געווען אינמיטן ווינטער, אבער דער זאל איז נאכנישט אפן געווען, דאס זענען געווען נאר פאר נחשונים און נישט פאר זאלונים, כא כא כא... למעשה איז נאך דער זאל נישט אפן, ווייל די וואס מאכן דארט חתונה גייען אריין פון פענסטער, ווייל די טירן זענען נאך פארשפארט, איר גלייבט נישט? פרעגט מיילך שטערן, שמואל דוד בירנבוים און אברהם יושע פריינד.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 17:35 |
|
| |
יוא מוישעלע, ביזט דאך אזא ראחמאנעס, די זעסט דאס נישט אליין? שטעל דיך ביים שפיגל קוק דיר גוט אריין אין דיין אייגענע אויגן און לייען הויעך איבער דיינע תגובות
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 17:49 |
|
| |
זיבעלע האסט שוין גערעדט צו פיט''א?, ס'איז צער בעלי חיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 18:13 |
|
| |
ווי אזוי האט פארמעגליך געזאגט אז מטאר נישט מצער זיין א ארוני סאיז צער בעלי חיים
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 19:12 |
|
| |
עס איז בכלל נישט קיין נפקא מינא דער סכום פון חתונות וואס זענען דערווייל געווען. דער עיקר איז אז די עצם זאך מען זאל קענען האבן נאך א האלל אין קרית יואל איז געווארן דורכגעבראכן.
אמת, נישט יעדער מענטש קען דערהייבן פאשקווילן מיט פאני קאלס, אבער דער זאל רוקט זיך פאראויס, און ס'איז נישט קיין שום ספק אז נאך א שטיק צייט (קען זיין אפילו א יאר אדער צוויי) וועט די זאך זיין געהעריג עסטאביליזירט, און יעדער מאן דהו וועט דארט חתונה מאכן.
די אהרונים וועלכע האבן גע'דמיון'ט אז ר' אהרן איז "מרא דאתרא" אויף אלע קהלות, זענען ממש געווען יצא מדעתם ווען זיי האבן זיך אנגעקלאפט מיטן אמת, און מיטן מציאות. ממילא זענען זיי אינגאנצן משוגע, און פירן זיך אויף מיט פראסטקייט.
אבער קיין סאך וועט עס נישט העלפן, עס וועט מסתמא טאקע צייטווייליג אפשרעקן אפאר פחדנים, און עס וועט טאקע זיין ווייניגער חתונות וואס עס וואלטן געקענט זיין, אבער די עצם זאך איז דורכגעבראכן, און וועט מצליח זיין.
די זאל האט מען נישט געבויט פאר תש"ע אדער פאר תשע"א, מען האט עס נאר "געעפנט" אין תש"ע, דאס איז א לאנג טערמיניגע זאך, און עס וועט זיכער מצליח זיין!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 19:28 |
|
| |
האט דער ויואל משה באנקראטירט ווייל אלפים ורבבות גייען יא צו די בחירות? איז דער על הגאולה ועל התמורה א דורכפאל ווייל אלפים ורבבות גייען יא צום כותל?, האט די מלחמת הזאליס מיטן עירוב אין וויליאמסבורג קאפיטאלירט ווייל הונדערטער אידן טראגן יא מיטן עירוב? ניין און נאכאמאל נייןן, צו דארט וועלן זיין 10 חתונות א יאר צו הונדערט פופציג חתונות א יאר איז נישט די אישוי, און נישט קיין דורכפאל פאר די אוסרים, דער פאקט אז די פארפעלקער מיט זייערע מסדרי קידושין זענען ביי א גרויס חלק פון כלל ישראל מהרסים און פורצי גדר, קיין שום נארמאלער רב וויל אהין נישט גיין מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, דאס צייגט קלאר אז די מלחמה גייט ווי געראכטן, און דאס אז די פאשקעווילן טוען דעם ריכטיגן דזשאב און אז דאס נעמט ארויס די זאליס/בני יואל פון גלייכגעוויכט טראגט גאר אסאך וואג אין די מלחמה, אינטרעסאנט א גאנצן ווינטער זענען געפלויגן פאשקעווילן אויף רבי אהרן און דוד עקשטיין מיט איינעם וויינשטאק און קיינער האט נישט אנגעהויבן צו ווארפן פארשטינקנע פעמפערס, מען האט פראטעסטירט אויף די גאסן פון קרית יואל און פון וויליאמסבורג א קעגן רבי אהרן ווי די נידעריגסטע עלעמענטן פון הארלעם, אבער די אהרונים זענען פשוט נישט צושרויפט געווארן, און דא אפאר פאשקעווילן נעמט ענק ארויס פון די כלים, ווייסט איר פארוואס, הכל לפי המבייש והמתבייש, אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז טייטש, פרעג מיין קינד און איך וועל דיר ענטפערן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 19:36 |
|
| |
די חלה דעקלעך ווילן צושטעלן א שטאט ווי וו"ב מיט 15 טויזענט משפחות וואס פארמאגן קארגע 9 חתונה זאלן (דאס איז חוץ אלע חתונות פון פלעטבוש, לעקוואד, ניו דזורסי וכו' וואס קומען פאר כסדר אין די זאלן פון עטרת אברהם, דאס לאזט איבער וו"ב מיט 8 חתונה זאלן). וואס קומט אויס איין זאל פאר 1875 משפחות
דאס ווילן זיי צושטעלן צו א שטעטל ווי מאנרא מיט קארגע 3 טויזענט משפחות וואס פארמאגן 4 חתונה זאלן וואס דאס קומט אויס א זאל פאר 750 משפחות!
חלה דעקלעך הייב אן רעכענען 1+1 = 2
חוץ מזה איז אין וו"ב דא א גרעסערע פראצענט פון מענטשן וואס מאכן חתונה.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 19:39 |
|
| |
פארגעסן נאך א נקודה, ווארט נאר ווארט ביז די זאליס עפענען זייער אייגענע זאל! די זאליס קענען בעסער פייטן די אהרוינים ווי בני יואל קען.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 19:41 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | האט די מלחמת הזאליס מיטן עירוב אין וויליאמסבורג קאפיטאלירט ווייל הונדערטער אידן טראגן יא מיטן עירוב? ניין און נאכאמאל נייןן,
וואס האט די עירוב מיט די זאליס ? האט דען דער סבלן נישט אינטערגעשריבן זייער שארף דערוועגן?
אינטרעסאנט א גאנצן ווינטער זענען געפלויגן פאשקעווילן אויף רבי אהרן און דוד עקשטיין מיט איינעם וויינשטאק און קיינער האט נישט אנגעהויבן צו ווארפן פארשטינקנע פעמפערס, מען האט פראטעסטירט אויף די גאסן פון קרית יואל און פון וויליאמסבורג א קעגן רבי אהרן ווי די נידעריגסטע עלעמענטן פון הארלעם, אבער די אהרונים זענען פשוט נישט צושרויפט געווארן, און דא אפאר פאשקעווילן נעמט ענק ארויס פון די כלים, ווייסט איר פארוואס, הכל לפי המבייש והמתבייש,
איך געדענק ווען די יעשיבע בקברו האט געמאכט פארטעסטן אין ק"י כסדר אין אנהויב נ' יארן איז עס דעמאלטץ אויך געווען הארלעם? ניין ! פארוואס ? הא לן והא להו איך מעג אין די נישט! אין אז 300 הינדערט איידעלע בחורים שרייען אין שטויסן א פרוי איז נישט הארלעם! נאכאמאל הא לן והא להו איך יא אין די נישט!!
אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז טייטש, פרעג מיין קינד און איך וועל דיר ענטפערן.
מפרעגט זיין קינד אין ער ענפערט איינער ווייסט פארוואס ווייל סאיז קינד מדבר מתוך גרונו!! |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 20:45 |
|
| |
די ערשטע פראגע וועט דיר ענטפערן רבי זלמן לייב פיליפ, ער וועט דיר זאגן וואס די מלחמת הזאליס האט צוטון מיטן עירוב, און אויב שפילט ער גולם ווי געווענדליך און ענטפערט אז ער דארף דיר נישט ענטפערן, וועסטו פרעגן די צענדליגע קווינס בויעס וואס שלאגן און שרייען נאך פרויען און מיידלעך, זיי וועלן זיכער וויסן דעם שייכות פון זאלונים צו עירוב,
איי דארפסטו האבן א מוח עצום, ממש א איינשטיין'ס קאפ צו געדענקען היסטאריע פון 20 יאר צוריק, ממש אמעזינג, און ווי זענען די אלע שלעגערס פון 20 יאר צוריק, אלע זענען ביי אייך, ווייסט פארוואס, ווייל פאר 12 יאר צוריק ווען רבי אהרן האט געזאגט עד כאן, ביי אונז וועט איר אדער זיין נארמאלע מענטשן אדער קענט איר גיין צו מיין קליינעם ברודער, דעמאלטס האבן אלע אפגעצויגן און אריבער צו אייך,
פון די נעקסטע שורה ווי דו שרייבסט: אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז טייטש, פרעג מיין קינד און איך וועל דיר ענטפערן. מפרעגט זיין קינד אין ער ענפערט איינער ווייסט פארוואס ווייל סאיז קינד מדבר מתוך גרונו!!
בין איך זייער ענציגט, ממש א קאפשטיק, נאו וואונדער אז די ביסט א זאלי, אזוי לערנט דיין רבי פשט און אלעם, כבלעו כך פלטו, א חסיד א שטיק רבי, דאס עפעלע פאלט נישט ווייט פון זיין קלאץ, (איך מיין בוים).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 21:15 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | די צענדליגע קווינס בויעס וואס שלאגן און שרייען נאך פרויען און מיידלעך,
איי דארפסטו האבן א מוח עצום, ממש א איינשטיין'ס קאפ צו געדענקען היסטאריע פון 20 יאר צוריק, ממש אמעזינג, און ווי זענען די אלע שלעגערס פון 20 יאר צוריק, אלע זענען ביי אייך, ווייסט פארוואס, ווייל פאר 12 יאר צוריק ווען רבי אהרן האט געזאגט עד כאן, ביי אונז וועט איר אדער זיין נארמאלע מענטשן אדער קענט איר גיין צו מיין קליינעם ברודער, דעמאלטס האבן אלע אפגעצויגן און אריבער צו אייך,
|
|
משה'לע, דאכט זיך אז די האסט פארגעסן אז די ביסט נישט אין ר' אהרן'ס פורום, דארט קענסטו דמיונען וויפיל די ווילסט, וכל המרבה הרי זה משובח.
מאך כאטש דיינע דמיונות "אויסזען" עכט... פארוואס שרייבסטו זאכן וואס די אליינס גלייבסט נישט? האלט זיך כאטש איין און שרייב זאכן וואס לכה"פ די אליינס גלייבסט. די גלייבסט אז עס זענען דא "צענדליגע בחורים וואס שלאגן פרויען אין מיידלעך"?!
דיין צווייטן דמיון אז ר' אהרן האט פארשיקט אלע שלעגער איז אויך א דמיון וואס די אליינס גלייבסט נישט! ווער האט אנגעבראכן די ביינער פארן כלומר'שטן פארמעגליך 2 וואכן צוריק, די זאליס וואס זענען אמאל געווען אהרוינים און ר' אהרן האט זיי פארשיקט אדער אהרוינים וואס זענען נאך אלס אהרוינים?! ווער האט אראפגעכאפט דעם שטריימל פונם כהן-סרוגא אינגערמאן?! איך וועל נישט ענדיגן רעכענען בלייב איך שטיין דא. גיי קוק דיר אן אין שפיגל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 22:37 |
|
| |
| נפל כתב: |  | פארגעסן נאך א נקודה, ווארט נאר ווארט ביז די זאליס עפענען זייער אייגענע זאל! די זאליס קענען בעסער פייטן די אהרוינים ווי בני יואל קען. |
| איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. אויב ביסטו געווען פאריגע/די וואך און ק"י האסטו געקענט זעהן אז זיי זענען פונקט אזוי איינגעטינקן אין די בנ"י מערכה!! אדרבה! וואו איז געווען מער גארביטש אויסגעגאסן די וואך שבת??? פאר חרדים. אדער פאר ענקער ביהמ"ד??וואו האט פאליס געכאפט דעם בחור גיסן גארביטש??? וואו פירט בנ"י די קאנטער מערכה??? אויף "זייער" פורום אויף הייד פארק? אדער אויף ענקער???עס איז נישט שכלדיג צו זאגן אז ווען עטס וועטס האבן. די אייגענע זאל וועט זיין ערגער. עטס זענט יעצט אריינגעמישט ביז איבערן קאפ. טאמער עפעס וועט דעמאלס בנ"י זיין ביזי מיט זייער זאל
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 23:00 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | האט דער ויואל משה באנקראטירט...? איז דער על הגאולה ועל התמורה א דורכפאל...?
|
|
ניין און טאקע אדאנק די אלע פעולות וואס זענען געטאן געווארן במשך די יארן, וואס זענען אנגעקומען שווער, און האבן פארלאנגט מסירות נפש.
דער נייער חתונה זאל אין קרית יואל, איז פון די זאכן וואס וועלן בעזרת השי"ת שטיין אויף די וואך, אז דער ויואל משה זאל נישט באנקראטירן, און דער על הגאולה ועל התמורה זאל נישט זיין קיין דורכפאל.
יא עס וועט געדויערן אביסעלע צייט, עס וועט נישט גיין איבער נאכט, און עס וועט אנקומען אביסעלע שווער אויך, אבער בעזרת ה' איז עס א געלונגענע מערכה, און עס רוקט זיך פאראויס טאג נאך טאג.
דאס אז די אהרונים שפרינגען אזוי וועגן דעם "סידור קידושין", דאס ווייזט אז דאס איז געווען די ריכטיגע שריט צו טאן!
|
|
|
|
|