|
|
| נשלח ב-24/8/2010 23:13 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | |
איי דארפסטו האבן א מוח עצום, ממש א איינשטיין'ס קאפ צו געדענקען היסטאריע פון 20 יאר צוריק, ממש אמעזינג, און ווי זענען די אלע שלעגערס פון 20 יאר צוריק, אלע זענען ביי אייך, ווייסט פארוואס, ווייל פאר 12 יאר צוריק ווען רבי אהרן האט געזאגט עד כאן, ביי אונז וועט איר אדער זיין נארמאלע מענטשן אדער קענט איר גיין צו מיין קליינעם ברודער, דעמאלטס האבן אלע אפגעצויגן און אריבער צו אייך,
|
|
טאקע מיילך דייטש דער באקאנטער שלעגער אין רוצח איז א זאלי אין איז מיט געפארן מיט מהז"ל קיין לאנדן אין אזוי אויך א. כ. מיט ל. ט. אין נאך אזאך די ווייסט נישט אז די קווינסער חיות האבן געגאסן פעינט אויף קארס אין נאכגעשריגן פרויען אין אזוי ווייטער ביי די ארונים איז ריין קיינער טיט נישט אזאנע זאכן
(אויף די אנדערע זאכן ווייס איך נישט וואס די זאגסט איך האב עס ארויס געפרינט אין איך וועל פרעגן מיין יונגל וואס די זאגסט דארט אפשר פארשטייט איין קינד דעם אנדערן בעסער ווייל איך פארשטיי נישט )
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 04:10 |
|
| |
דער מיינונג עקספערט נפל ווייסט פונקטליך וואס איך מיין און וואס נישט, איך דארף הילף, וואס מיין איך? גיי איך די וואך געווינען דעם לאטא? ענטפער מיר נישט אז אויב האסטו געקויפט מיינסטו זיכער אז דו גייסט געווינען, ווייל וואס איך טו און וואס איך מיין איז לויט נפל צוויי באזונדערע זאכן, הער מיך צו מיין גיטער פריינט, איך שרייב נאר וואס איך האלט אז ס'איז ריכטיג און אמת, און דריי מיר נישט קיין קאפ מיט וואס איך מיין, דעם תירוץ קענסטו ענטפערן פאר די זאליס, אז באמת האט דער רבי זי''ע געשריבן אז ווער עס גייט אין ערכאות איז א שונא פון באשעפער און א שונה פון כלל ישראל און האט פיינט די תורה (ד''י פרשת שופטים) אבער עכט האט ער גע'דמיון'ט, ער האט דאס אפילו נישט געמיינט, לויט דיר האט רבי אהרן פשוט נישט געקענט האבן יודעלע וויינשטאק מיט סיני טייטלבוים, זיי האבן פשוט אנערקענט דעם אמת אז רבי זלמן לייב איז צדיק הדור, איי יודעלע ווינשטאק איז רויף געשפרינגען אויפן טיש אין די סוכה (עליה השלום) און געשטויסן ר' חיים אליעזר גראס בו בזמן ווען מיילך דייטש האט אין די לעצטע 11 יאר זייט ער האט זיך פון ענק אפגעלאזט נישט געטשעפעט א פליג, תיק''ו. די אלטע שלעגערס פון פאר 20 יאר זענען נאך היינט צו טאג שלעגערס, נאר זיי טוען דאס ביי אייך, און די פאר וואס זענען געבליבן ביי די אהרונים זענען היינט צוטאג וואוילע יונגעלייט און לערנען פלייסיג דעם עמוד היומי,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 04:10 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | זיבעלע שרייט אז דער זאל האט זיך געפענט נאך שבועות איי די ערשטע חתונות זענען געווען אינמיטן ווינטער, אבער דער זאל איז נאכנישט אפן געווען, דאס זענען געווען נאר פאר נחשונים און נישט פאר זאלונים, כא כא כא... למעשה איז נאך דער זאל נישט אפן, ווייל די וואס מאכן דארט חתונה גייען אריין פון פענסטער, ווייל די טירן זענען נאך פארשפארט, איר גלייבט נישט? פרעגט מיילך שטערן, שמואל דוד בירנבוים און אברהם יושע פריינד. |
|
ביטע ברענג אראפ ווי איך שרייב אז דער זאל האט זיך געפענט נאך שבועות
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 04:18 |
|
| |
אקעי לאמיר אלע מסכים זיין אז אלע טעראריסטן האבן דעפעקטירט, אין די אלע טעראר - וואס די בני יואל שפרינגען - זענען פון משה גבאי, די ארוינים מאכן זיך נישט צוטאהן פון די בני יואל, מיילעך דייטש איז נישט איבערגעפארן א בנ"י יונגערמאן דעם זומער, די קווינס בחורים באגלייטן שבת ביינאכט יונגע קאפלעך צו זייער וואונונגען אין שרייען פוי יעדע נאכט פון די פענסטערס פן די באסעס, והכל על מקומו יבוא בשלום
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 04:21 |
|
| |
| zibala כתב: |  | יאקוש פייוויש מאכסט מעך לאכן
קודם ביי אונז איז א פלאס א יעדע איינציגע חתונה וואס ווערט געמאכט על טהרת הקודש, פארגעס נישט, לעצטע יאר איז נישט געווען ניטאמאל איין חתונה פון 0 ביז ניין (אגב די וואך איז די צענטע) איז א שיינע שפרינג
צווייטענס 10 חתונות די ערשטע האלבע יאר פון א זאל איז גאנץ א שיינע ציפער נישט אוועקצומאכן, נעמענדיג אין חשבון אז די זאל איז אפיציעל געפענט געווארן נאך שבועות. און אוודאי וועלן מיר נישט פארגעסן אז נישט יעדער איז געבוירן אויסצושטיין טעראר פון משה גבאי'ס יעשיווע על קיווראו.
אגב פאר די רעקארד: זינט שבועות איז דא אינגאנצען 6-7 וואכן וואס מ'האט געקענט חתונה מאכן אין די צייט איז פארגעקומען 7 חתונות אין עטרת מאיר צבי.
יעצט בנוגע די זבלי פרדוסיו של אהרן וואס די שטאלצירסט דיך אזוי, וועל איך דיר מגלה סוד זיין אז דאס איז נישט קיין חידוש ביי בני יואל'ס, זיי זענען שוין אמיונ'ט צו דעם זינט די יארן ווען עטס האט'ס טרומפירט אז בני יואל האט נאר 10 טאטעס אדאנק די אבני אהרן (כ'מיין משה גבאי),
גיסן גארבעטש אויף די זבלי אהרן איז נישט קיין נקמה און נישט קיין כעס, ס'איז סך הכל אן עפראפריעט ענטפער אויף ענקער טעראר
יא אמת נישט יעדער דערהייבט טעראר, אבער קלעמען וויקטארי??
היסטאריע האט געוויזן אז טעראר האט קיינמאל נישט געזיגט אין קרית יואל און וועט אוודאי קיינמאל נישט זיגן ווי איר קענט זיך אליין איבערצייגן...
צו די מיסט איז צייכן אז די פאשקעווילן באדערן איז אפען צו דעבאטירן, אבער דאס איז זיכער אז די פאשקעוולין איז א צייכן פון טאטאלע פארלוירנקייט,
נאך צעהן יאר זיך שווערן אז דאס וועט נישט מער נישט פאסירן און עס אנווארפען אויף משה גבאי - זאלן טאטעס פריש מקריב זיין זייערע קינדער אין בחורים פארן בעל פעור דאס איז קלארע צייכן פון פרויסטעראציע און דעמארלעזאציע,
יעצט פייווישעל טייערער לייג דיך צוריק צו א זיסן חלום, צייל מיט די האנט אין די פיס די אומצאליגע קענסאלאציעס, פיקטשער דיך אין אלוזיע ווי עטרת מאיר צבי ווערט פארשפארט א דאנק די שטארקע כח פון די זבלים וואס די בחורליך זענען מזבל די שטאט,
חלום זיס |
|
נאדיר!!! יעצט מאך א זאלי פשעטל, פון אפיציעל און פלעין אפן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 04:30 |
|
| |
| zibala כתב: |  | אקעי לאמיר אלע מסכים זיין אז אלע טעראריסטן האבן דעפעקטירט, אין די אלע טעראר - וואס די בני יואל שפרינגען - זענען פון משה גבאי, די ארוינים מאכן זיך נישט צוטאהן פון די בני יואל, מיילעך דייטש איז נישט איבערגעפארן א בנ"י יונגערמאן דעם זומער, די קווינס בחורים באגלייטן שבת ביינאכט יונגע קאפלעך צו זייער וואונונגען אין שרייען פוי יעדע נאכט פון די פענסטערס פן די באסעס, והכל על מקומו יבוא בשלום |
|
דער אראפגעקלאפטער איז בכלל נישט געווען קיין בני יואל יונגערמאן, ער איז געווען א פלעינער קווינס בחור, דער דרייווער איז נישט געווען מיילך דייטש נאר א פאלנער זאלי, און די מעשה איז בכלל נישט געווען אין קרית יואל, נאר אין קווינס קעמפ, דו האסט פארמישט די יוצרות, דו טראכסט צופיל פון די אהרונים, אגב, נאכשרייען ווייבלעך איז אויך נישט די מאדע אין קרית יואל, דאס פאסירט יעדן שבת אין די שטאט וויליאמסבורג, געט יור פעקטס סטרייט. און קרית יואל איז מען נאר מקיים דעם פסק פונעם דברי יואל ווי ער שרייבט אז מען דארף מפרסם זיין די עושי רשעה מען זאל זיך אפשיידן פון זיי, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, אבער נאכשרייען, מאן דכר שמיה, איינס פון אייערע שקרים.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 06:50 |
|
| |
העי דערמאנסט מיך פונעם פראפעגאנדע מיניסטער פון איראק...
האסט פארגעסן צוצוענדיגן, און דער זבל אהרן איז דער סאטמארער רעבע, ראזענוואסער האט דעליווערט ראדני, י זאליס גייען אין בג"ץ, משה גבאי האט געגרינדעט די פאבליק סקול און געשריגן עפרא לפומיה, רבינו מרן י"י שליט"א האט געזאגט "פארברענט א קאר כבר היה לעולמים", סאדאם חוסעין איז פרעזידענט אין איראק וזבלינו בראשינו אמן
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 07:59 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | האט דער ויואל משה באנקראטירט ווייל אלפים ורבבות גייען יא צו די בחירות? איז דער על הגאולה ועל התמורה א דורכפאל ווייל אלפים ורבבות גייען יא צום כותל?, האט די מלחמת הזאליס מיטן עירוב אין וויליאמסבורג קאפיטאלירט ווייל הונדערטער אידן טראגן יא מיטן עירוב? ניין און נאכאמאל נייןן, צו דארט וועלן זיין 10 חתונות א יאר צו הונדערט פופציג חתונות א יאר איז נישט די אישוי, און נישט קיין דורכפאל פאר די אוסרים, דער פאקט אז די פארפעלקער מיט זייערע מסדרי קידושין זענען ביי א גרויס חלק פון כלל ישראל מהרסים און פורצי גדר, קיין שום נארמאלער רב וויל אהין נישט גיין מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, דאס צייגט קלאר אז די מלחמה גייט ווי געראכטן, און דאס אז די פאשקעווילן טוען דעם ריכטיגן דזשאב און אז דאס נעמט ארויס די זאליס/בני יואל פון גלייכגעוויכט טראגט גאר אסאך וואג אין די מלחמה, אינטרעסאנט א גאנצן ווינטער זענען געפלויגן פאשקעווילן אויף רבי אהרן און דוד עקשטיין מיט איינעם וויינשטאק און קיינער האט נישט אנגעהויבן צו ווארפן פארשטינקנע פעמפערס, מען האט פראטעסטירט אויף די גאסן פון קרית יואל און פון וויליאמסבורג א קעגן רבי אהרן ווי די נידעריגסטע עלעמענטן פון הארלעם, אבער די אהרונים זענען פשוט נישט צושרויפט געווארן, און דא אפאר פאשקעווילן נעמט ענק ארויס פון די כלים, ווייסט איר פארוואס, הכל לפי המבייש והמתבייש, אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז טייטש, פרעג מיין קינד און איך וועל דיר ענטפערן. |
|
הודאת בעל דין כמאה עדים....!
נישט די פסק דין פון הגאון הגדול וכו' וכו' וכו' פוסק הדור בעל אגלי דבש שליט"א, איז די סיבה פארוואס "קיין שום נארמאלער רב וויל נישט אהין גיין מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא".
נישט די קלארע דיבורים פון הגאון הצדיק הקדוש ר' בנציון לאוב, מיטן שיפן שטריימעל, האט "אפשר" באוואויגען א חלק פונעם ציבור זיך אפצוהאלטן "אויף דערווייל" פון חתונה מאכן אינעם "גע'אסר'טן זאל.
אויך נישט די פילע היסטאריע שיעורים, פון הידען הנפלא חכימי דיהודאי ר' שמואל שלמה טעללער וחברו ר' מרדכי אהרן זבל, האט צוגעברענגט "אז די פארפעלקער מיט זייערע מסדרי קידושין זענען ביי א גרויס חלק פון כלל ישראל מהרסים און פורצי גדר".
ווי אויך נישט די שטרענגע החלטות פון די "וועד הרבנים" בראשות פונעם בעל זמן קר"ש ר' מאיר אליעזר פר"מ וחביריו, האט עטוואס באוואויגן איינעם נישט זיך צו משתתף זיין ביי א משפחה שמחה באולם עטרת מאיר צבי.
נאר איין זאך האט דאס געברענגט, און ווי משה'לע באטאנט קלאר "אז די פאשקעווילן טוען דעם ריכטיגן דזשאב".
אלזא, נישט די הלכה, נישט די היסטאריע, און אויך נישט די הייליגע פסק דין, האט עטוואס גורם געווען אז איינער זאל זיך אפהאלטן פון חתונה מאכן, אדער זיך באטייליגן ביי א חתונה אין דעם נייעם "אולם עטרת מאיר צבי", ווי אויך האט דאס אלעס נישט קיין משהו אויפגעטאן אז "א נארמאלער רב" זאל זיך אפהאלטן פון אהינגיין מסדר קידושין זיין.
איין זאך האט "דערווייל" געהאלפן, און דאס איז "טעראר"...!
דאס איז ענקער איינציגער כח, וואס האט ענק צוזאם געהאלטן ביז היינט, און דאס איז "טעראר"...!
אבער לא לעולם חוסן, עס ארבעט שוין היינט נישט אזוי גוט ווי אמאל, די "ווערעמיגע" האבן זיך שוין גוט אויסגעלערנט וויאזוי צוריק צו קעמפן, און ס'איז שוין מער נישט קיין הפקר וועלט ווי אמאל.
אבער געדענקט, איר פארמאגט נישט קיין שום כח, חוץ "טעראר"...!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 16:33 |
|
| |
נו, האסט א פראבלעם מיטן דברי יואל? בין איך נישט שולדיג, ער האט געהייסן מפרסם זיין די עושי רשעה מען זאל זיך פון זיי מרחק זיין, און דאס איז מען מקיים במילואו, דאס טיט וויי? ווארשיינדליך האט ער דאס אויך געוויסט, אבער ווי געשריבן, זאת התורה לא תהא מוחלפת, און דאס אז דער דיין וואס ער האט ממנה געווען רבי געציל בערקאוויטש, און דער דומ''ץ רבי בנציון לאוב זאגן נאך זיינע פסקים, טיט דאס נישט פארמינערן דעם קראפט פון דעם פסק, און אויב איז דער פירסום א פאשקעוויל, וואס איז דער איסור אויפן עירוב, א תורה חדשה?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 16:34 |
|
| |
און דער עיקר פארגעסט נישט אז דאס שרייבט צו אייך משה'לע, א באקאנטער נייטראלער ניק וואס האט נישט קיין שייכות מיט קיין איינע פון די 2 סאטמארס און וואוינט זיך ביי זיך אין ב.פ.
קען זיין די לופט אין ב.פ. איז זייער הייס קעגן די גע'אסר'טע חתונות...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 17:00 |
|
| |
אמת, איך בין נישט קיין אהרוני, איך האב שוין געשריבן אקעגן די אהרונישע פארטיי ווען איך האלט אז זיי זענען נישט גערעכט, אבער דא זענען די בני יואל לוזערס, און ווייסן אפילו נישט וויאזוי צו פארלירן, זיי זענען פשוט פארלוירן, און אנשטאט זיך אויסצולאכן און איגנארירן, ווי די אהרונים האבן געטון ביי די פראטעסטן און אשקעווילן, שפרינגן זיי ווי א צאפ, און דאס טיט זיי פיל מער שאדן,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 19:31 |
|
| |
איך זעה אז אין כל העולם כולו פורם שרייבט איינער אז סאיז געווען 2 קענסעלעשאנס וועגן די גארביטש, דא אין אידישע געדאנק שטייט אז סאיז צוגעקומען 8 פרישע באשטעלונגען, כמיין אז בני יואל איז ארויס מיט א נעט פראפיט פון 6 חתונות
תוקן על ידי מילכיגער ב- 25/08/2010 19:32:27
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 19:36 |
|
| |
משהלע, טרייסט זיך. ביסט נישט דער איינציגסטער אהרויני וואס שעמט זיך מיט זיין פארטיי און לייקענט בכלל אז ער איז א אהרויני.
אמת אז איגנארירן איז א גוטע שיטה, פארט פעלט יעצט אויס נאכאמאל צו צייגן פאר די אהרוינים אז אפילו ביי זיך אין וויין גארטן זענען זיי נישט בעל הבית.
די עצם זאל צייגט אז ער איז נישט בעל הבית אויף די גלילות, די מערכה וואס בני יואל פירט צייגט אז ער איז נישט בעל הבית אפילו אינערהאלב קרית יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 03:16 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | | אמת, איך בין נישט קיין אהרוני, איך האב שוין געשריבן אקעגן די אהרונישע פארטיי ווען איך האלט אז זיי זענען נישט גערעכט, אבער דא זענען די בני יואל לוזערס, און ווייסן אפילו נישט וויאזוי צו פארלירן, זיי זענען פשוט פארלוירן, און אנשטאט זיך אויסצולאכן און איגנארירן, ווי די אהרונים האבן געטון ביי די פראטעסטן און אשקעווילן, שפרינגן זיי ווי א צאפ, און דאס טיט זיי פיל מער שאדן, |
|
נישטא קיין 2 אידן אין בני יואל וועם עס גייט אן די פאשקעווילן. זיי קומען שוין פון דארט ווי מ'זאגט.
דארפסט פארשטיין אז ארויסווארפן אדם נאקעט פון מקוה אין א זעראו דיגרי וועטער, אדער נישט צולאזן א ברודער צו א ברודערס לוי' ר"ל, שטעלט פאשקעווילן אין שאטן.
סא איז נאר דער מדובר, אז חוץ פאשקעווילן אויף א פרישע שנה ראשונה קאפל, איז דא סאך ערגערע זאכן וואס די גאס האלט נישט אזוי ווייט מיט. מקען דאס נישט שרייבן צוליב הרחק מן הכיעור, אבער די אלע זאכן זענען פאקטן. זעלבסטפארשטענדליך אז די אקטן ווערן דורכגעפירט דורך די ישיבה על קברו בחורים.
דו פארשטייסט? די מטרה פון צוריק שלאגן (מיט גארבעדזש...) איז נישט דוקא די פאשקעווילן דאס איז נאר א צוגאב.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 04:47 |
|
| |
איך פארשטיי אז ס'גייט קיינעם נישט אן, אבער מיט ענקער עקשאן שרייט איר געוואלד אז עס באדערט ענק יא, די אהרונים האבן זיך גאנץ גיט אויסגעלאכט ווען מען האט זיי נאכגעשריגן מסור און פראטעסטירט אקעגן זיי, זעסטו דען נישט קיין חילוק פון די אהרונים ווען זיי באדערט נישט און די בני יואל/זאליס ווען עס באדערט זיי נישט?, לויט מיין איענפארמאציע פון א נאנטן משפחה פון איינעם פון די קאפעלס, זייער איינציגע פראבלעם איז די מיאוסע פאבליסיטי, זיי האבן נישט קיין ערענסטע פראבלעמען מיט נאכשרייען, און א וודאי נישט מיט פיזיקל אנגרייפן, זיי וואלטן זיך געוואונטשן מען זאל זיי ווארפן שטיינער צו באטלעך אדער גאר שטויסן און שלאגן, דאן וואלט מען שוין ארעסטירט אפאר פון די חברה און ס'וואלט זיך שוין לאנג גענדיגט, אבער מיט פאשקעווילן האבן זיי א פראבלעם, און די זאליס/בני יואל נאך א גאנצן ווינטער ווארפן פאשקעווילן קענען זיי נישט לויפן וויינען צו די פאליציי אז מען זאל זיך פאר זיי אנעמען, ווען די פאליציי ווייסט און האלט מיט די פאשקעווילן פון די בני יואל אקעגן קהל יטב לב.
אצינד צו איך בין א אהרוני צו נישט, גייט די טענה און א פרישע ריכטונג, ווייל ווי געשריבן איך בין נישט א אהרוני, איך גיי נישט צו די אהרונישע מסיבות, איך דאווען נישט ביי זיי, איך האב מיט זיי ממש נישט קיין שייכות, (איינמאל בין איך געווען ביים טיש ביי רבי אהרן אויף א 15 מינוט, און איינמאל חנוכה ביי ליכט צינדן אין וויליאמסבורג), אבער די אינטרעסאנטע אויפאסונג איז, ביי די זאליס איז יעדער וואס איז נישט א אהרוני קלעבן זיי אן דעם לעבל זאלי, די זאלי'ס באשטייען על פי רוב פון שונאי סאטמאר, אדער שונאי הברך משה, און אויב האסטו פיינט דעם ברך משה ביסטו אטומאטיש א זאלי, ווי איך דאווען אין קראסנע ב''פ, זענען רובא דרובא זאליס, וואס הייסט זאליס?, זיי האבן פיינט דעם ברך משה מיט א פעשאן, (משום מעשה שהי') במילא האבן זיי פיינט רבי אהרן, און אז מען האט פיינט רבי אהרן איז מען אוטומאטיש א זאלי, איי פרעג די קראסנע זאליס, גייסטו אמאל מיט א קוויטל צו רבי זלמן לייב? וואס איז דער ענטפער, בין איך עפעס משוגע? איך האב זיי ביידע אין דער ערד, אבער אהרן דאס און אהרן יענץ, און מען הייבט אן צו רעדן אויף רבי אהרן מיט א פילן פיסק מיט השמצה, אינטרעסאנט, די עטליכע וואס זענען נוטה צו רבי אהרן, זאגן מיט שטאלץ יא, מיר גייען צו רבי אהרן, מיר זענען אהרונים, און מיר שעמען זיך נישט מיט דעם, מען הערט פון זיי כמעט קיינמאל נישט רעדן אויף רבי זלמן לייב, זיי זענען זייער באקוועמט מיט רבי אהרן, אבער ביי די זאליס איז אלעס נאר אהרן, בקיצור, יעדער איז א אהרוני, אדער א אהרוני חסיד, אדער א אהרוני מתנגד, און דאס פארענטפערט וואס רבי זלמן לייב איז אזוי נאנט מיט זיין טאטענס שונאים, ווייל נאר דאס האט ער, ער פארמאגט נישט קיין אייגענע חסידים, און אויב דאס מיינט א חלה דעקל, בין איך שטאלץ צו זיין א חלה דעקל.
 |
|
|
|
|
|