|
|
| נשלח ב-26/8/2010 04:58 |
|
| |
גראדע האסטו גאנץ גוט ארויס דעם ענין. די שאלה איז נאר צי דיין גאנצע דרשה איז אראפצורייסן די זאלי'ס אדער זיי אויפצובויען, ווייל ביי די זאליס איז אלעס וואס דו זאגסט א שבח, נישט קיין גנאי.
איך כאפ נאר נישט וואס דו ביסט, ווייל דו ביסט לכאורה נוטה צו ר' אהרן אבער דו גייסט קיינמאל נישט צו אים. נו, מעשיך סותרין את דבריך.
ווייטער דאס וואס דו זאגסט וועגן פאשקעווילן, לכאורה האט דיר יענער נישט פארציילט וועגן די שמוציגע פאוני קאלס וואס ער באקומט 3 אזייגער ביינאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 09:00 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | | נו, האסט א פראבלעם מיטן דברי יואל? בין איך נישט שולדיג, ער האט געהייסן מפרסם זיין די עושי רשעה מען זאל זיך פון זיי מרחק זיין, און דאס איז מען מקיים במילואו, דאס טיט וויי? ווארשיינדליך האט ער דאס אויך געוויסט, אבער ווי געשריבן, זאת התורה לא תהא מוחלפת, און דאס אז דער דיין וואס ער האט ממנה געווען רבי געציל בערקאוויטש, און דער דומ''ץ רבי בנציון לאוב זאגן נאך זיינע פסקים, טיט דאס נישט פארמינערן דעם קראפט פון דעם פסק, און אויב איז דער פירסום א פאשקעוויל, וואס איז דער איסור אויפן עירוב, א תורה חדשה? |
|
משה'לע משה'לע, ליין נאכמאל איבער וואס איך האב געשריבן, און וואס דו האסט גענטפערט.
קיינער רעדט נישט יעצט צו די "מצויינים - סבלנים" זענען מקיים א "חוב קדוש" מיטן ווארפן פאשקעווילן, אדער מאכן פאוני קאלס וכו' וכו'. צו דאס האט געמיינט דער בעל דברי יואל אינעם מכתב אז מ'איז מחויב צו מפרסם זיין (בנידון וואו די קידושין איז געווען שלא כדין אזוי ווי ער רעדט דארט).
איך ברענג ארויס איין פונקט, וועלכע דו ווילסט נישט הערן און וויסן, אבער דו האסט דיך אליינס קלאר מודה געווען אויף דעם.
אז, יעדער "נארמאלער רב" (ווי די באצייכנסט עס), דערשרעקט זיך "נאר" צוליב די פאשקעווילן, נישט פון די כח התורה פונעם בעל אגלי דבש, נישט פונעם כח העבודה פון רב"צ לאוב, נישט פון די הילכיגע החלטות פון מ"א פריעדמאן וכו', וכש"כ נישט פונעם כ"ק בעל מרא דאתרא אליינס. ניטאמאל האט איינער "א פראבלעם מיטן בריוו פונעם בעל דברי יואל, ווייל יעדער פארשטייט אז די בריוו קומט נישט אהער, אזוי ווי די רבנים (פעירא"ל דיינים בנוסחת הארונים) האבן שוין געשריבן במכתבם.
נאר פון איין זאך דערשרעקט זיך יעדער "נארמאלער רב צו מסדר קידושין זיין אן רשות", פון די פאשקעווילן.......! פון גארנישט מער......! נו, הייסט דאס אז "קיינער" דערשרעקט זיך נישט פונעם דיין וואס דער בעל דברי יואל האט נאך געשטעלט, (נישט קיין פעיראל דיין ???), קיינער קימערט זיך נישט מיט זיין פסק, מ'האט נאר מורא פון שלעק.... היינט טיילט מען שוין נישט קיין שלעק ווי אמאל, ווייל דער לעגענדארער מסור וואלדמאן האט שוין אויסגעלערנט וואס מ'האט צו טוהן אין אזא פאל, איז עס געבליבן ביי "פאשקעווילן", און דאס ווארפט נאך עטוואס א שרעק אויף פארשידענע "נארמאלע רבנים", אבער, מער פון דעם גארנישט......!
תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 26/08/2010 09:06:57
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 17:10 |
|
| |
| אומזיסט כתב: |  | גראדע האסטו גאנץ גוט ארויס דעם ענין. די שאלה איז נאר צי דיין גאנצע דרשה איז אראפצורייסן די זאלי'ס אדער זיי אויפצובויען, ווייל ביי די זאליס איז אלעס וואס דו זאגסט א שבח, נישט קיין גנאי.
איך כאפ נאר נישט וואס דו ביסט, ווייל דו ביסט לכאורה נוטה צו ר' אהרן אבער דו גייסט קיינמאל נישט צו אים. נו, מעשיך סותרין את דבריך.
ווייטער דאס וואס דו זאגסט וועגן פאשקעווילן, לכאורה האט דיר יענער נישט פארציילט וועגן די שמוציגע פאוני קאלס וואס ער באקומט 3 אזייגער ביינאכט. |
|
ניין איך בין נישט דא אראפ צו רייסן די זאליס, רבי זלמן לייב האט די רעכט זיך צו רופן סאטמארער רבי פונקט ווי רבי אהרן, ער האט א רעכט צו עפענען מוסדות אין קרית יואל פונקט ווי רבי אהרן מעג אין וויליאמסבורג, איך וואלט מער הנאה געהאט אויב גייט ער ווען צו דין תורה ווי א ערליכער איד איז מחוייב, אבער איך בין נישט דא עם דן צו זיין, די רעדע איז נאר אז ביי דעם פייט מיט סידור קידושין האבן זיי א גרויסן פראבלעם, יא, ס'וועלן זיין פלענטי מענטשן וואס וועלן זיך אויסלאכן פון דעם איסור, און וועלן אנרופן דעם דיין רבי געציל מיט אלע כנויי זילזול, אבער דאס גייט נישט צופיל העלפן, די אהרונים וועלן נישט האבן קיין דורכפאל אויב א בני יואל אדער א שונא סאטמאר וועט דארט חתונה מאכן, צו וועט דארט זיין 50 חתונות א יאר צו 150, דער מדובר איז מי ומי ההולכים, און מי ומי המסרבים לילך, ביז זיי וועלן נישט האבן עפעס א איינגעזענער רב צו דיין וואס וועט גיין דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות רבי אהרן, קענען זיי שרייען ניצחון אבער דאס איז פאר זיי א ביטערער פיל, און ווי לאנג בני יואל מעמבערס וועלן זיך צוריק האלטן דארט חתונה צו מאכן וועגן פרעשער פון די משפחה זענען זיי ווייטער די לוזערס,
דאס וואס דו שרייבסט אז ביי די זאליס איז דאס א שבח און נישט קיין גנאי, ביסטו הונדערט פראצענט קארעקט, איך האב דאס נישט געשריבן לגנאי אדער לשבח, איך האב געשריבן א פשוטער מציאות, רבי אהרן האט פארברענטע חסידים וואס זענען שטאלצע אפענע חסידים, זיי שעמען זיך נישט צו איידענטיפייען מיט עהם, ווידער רבי אהרן האט אסאך שונאים וואס זיי האט מען א נאמען געגעבן זאליס, די איינציגע זאך וואס האלט זיי צוזאמען איז די שנאה צו רבי אהרן, זיי האבן גארנישט מיט רבי זלמן לייב, זיי גייען נישט צו עהם, און זיי שעמען זיך צו איידענטיפייען מיט עהם, זיי זענען נישט קיין חסידי רבי זלמן לייב, נאר מתנגדי רבי אהרן, דאס איז זייער קלאר פאר יעדן, און דא רופט מען מיך אהרוני, ווייסטו פארוואס? ווייל איך האב נישט פיינט רבי אהרן, במילא קען איך קיין זאלי נישט זיין,
האק נישט קיין טשייניק, קיינער מאכט נישט קיין פאני קאלס, היינט צו טאג איז זייער גרינג צו כאפן ווער עס מאכט פאני קאלס, און די מכת הפאני קאלס איז שוין לאנג א פארגאגענהייט, די איינציגע פראבלעם פון די פרישע קאפעלס איז די שלעכטע פאבליסיטי, זיי פילן זיך אום באקוועמט, אבער פארפאלן, דאס איז פארט פון דעם פסק פון דברי יואל, און ער האט אויך געוויסט אז די באטרעפענדע וועלן זיך נישט גיט שפירן דערפון,
א גאנצן ווינטער האט מען נישט געהערט עפעס אנדערשט ווי קאטשקע פלייש, דער הייליגער איד הקדוש האט וואך נאך וואך געשימט מיט די קאטשקע פלייש, די אהרונים האבן זיך אויסגעלאכט, כלל ישראל האט זיך אויסגעלאכט, און דער בית השחיטה וואקסט פון וואך צו וואך, דאס הייסט א דורעכפאל פאר די קאטשקע שרייערס און א געווינס פאר דעם בית השחיטה, דאס אז די בני יואל/זאליס עסן נישט פון בית השחיטה איז קיין דורכפאל נישט, ווייל זיי האבן בעפאר דאס אויך נישט געגעסן, דאס זעלבע ביי די חתונות, ווי לאנג נאר די אפענע בני יואל'ס וועלן דארט חתונה מאכן, און קיין שום פרעמדער אדער נייטראלער וועט דארט נישט חתונה מאכן אדער מסדר קידושין זיין, איז דאס פאר די אהרונים נישט קיין דורכפאל, ווייל ביז היינט האבן זיי אויך נישט גענומען רבי אהרן פאר סידור קידושין, אבער ווען אברהם יושע פריינד, א אפענער בני יואל קען דארט נישט חתונה מאכן, און דארף פארן קיין מאנסי, אדער שמואל דוד בירנבוים און מיילך שטערן דארפן פארן קיין וויליאמסבורג חתונה צו מאכן, איז דאס א ניצחון פאר די אהרונים, און זייער קאמפיין ארבייט גאנץ גיט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 17:24 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | האק נישט קיין טשייניק, קיינער מאכט נישט קיין פאני קאלס, היינט צו טאג איז זייער גרינג צו כאפן ווער עס מאכט פאני קאלס, און די מכת הפאני קאלס איז שוין לאנג א פארגאגענהייט |
|
תוקן על ידי SatmarNews ב- 26/08/2010 17:24:40
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 17:39 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | | ...און מי ומי המסרבים לילך, ביז זיי וועלן נישט האבן עפעס א איינגעזענער רב צו דיין וואס וועט גיין דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות רבי אהרן,.......... |
|
דעס איז א גיטע סטראטעגיע ווייל קהל בני יואל האט ארויס געלייגט א תקנה מט די הסכמה פינעם בי"ד אין פאבליק נאכדעם וואס ענק האבן אנגעהויבן צי שפילן די "קעטש געם וואס הייסט רשות" (אפי' קיינער פין די אלע האבן קיינמאל נישט געבעטן קיין רשות) אז קיינער אין נאכאמאל קיינער חוץ די ערשטע 3 רבנים וואס האבן מסדר קדושין געווען קען קיינער נישט מסדר קדושין זיין ביז א נעקסטע מעלדינג (יעצט ביי הגה"צ אבד שערי חסד האבן זיי געמאכט א אויסנאם אלטס זיידע)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 18:13 |
|
| |
| יוספ7 כתב: |  | ...און מי ומי המסרבים לילך, ביז זיי וועלן נישט האבן עפעס א איינגעזענער רב צו דיין וואס וועט גיין דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות רבי אהרן,..........
דעס איז א גיטע סטראטעגיע ווייל קהל בני יואל האט ארויס געלייגט א תקנה מט די הסכמה פינעם בי"ד אין פאבליק נאכדעם וואס ענק האבן אנגעהויבן צי שפילן די "קעטש געם וואס הייסט רשות" (אפי' קיינער פין די אלע האבן קיינמאל נישט געבעטן קיין רשות) אז קיינער אין נאכאמאל קיינער חוץ די ערשטע 3 רבנים וואס האבן מסדר קדושין געווען קען קיינער נישט מסדר קדושין זיין ביז א נעקסטע מעלדינג (יעצט ביי הגה"צ אבד שערי חסד האבן זיי געמאכט א אויסנאם אלטס זיידע) |
|
דאס איז ענקער גרעסטער נארישער סטראטעגיע, און וועגן דעם זענט איר גרויסע לאזערס, קודם כל, אפשר זאגסטו מיר ווען די תקנה איז ארויס געקומען?, און וואס איז מיט די אנדערע זיידעס, ווי למשל קאשויער רבי שליט''א, און ראזענפעלד/ברעסלעוו, פארוואס האבן זיי נישט די זעלבע פראטעקציע ווי רבי יחזקאל גאלד?, און צו האט דאס צוטוהן מיט דעם פאקט אז רבי משה יודל מייזעלס און רבי שמואל דוד סאקס מיט די אויבן דערמאנטע רבנים האבן יא באקומען רשות פון רבי אהרן?
ווי איך האב אנגעהויבן, די גרעסטע בהיימישקייט איז ענקער טפשות'דיגע סטראטעגיע פון זיין עקסטרעם און אפגעזינדערט, וואס ארט אייך אז די אהרונים וועלן שרייען אז קאשויער רבי האט באקומען רשות? איר קענט ווייטער שרייען כדרככם אז ס'איז שקר, (אזוי ווי די שרייבסט טאקע), און קיינער וועט לכאורה נישט וויסן דעם אמת, איר קענט קלעימען וויקטארי, און מיט דער צייט וועלן זיכער קומען רבנים וואס וועלן גלייבן אז איר זענט גערעכט און דער קאשויער רבי האט דארט מסדר קידושין געווען בלי רשות פון רבי אהרן, וועט נפרץ ווערן דער סידור קידושין מלחמה און איר וועט מיט דער צייט האבן א ניצחון, קומט דא ענקער גאווה און באשלאסן ניין, נאר דער שארמאשער רב, דער טשאדער רב און רבי זלמן לייב, און אצינד רבי יחזקאל גאלד, נאר אזעלעכע וואס מען ווייסט קלאר אז רבי אהרן וועט זיי קיינמאל נישט געבן קיין רשות, נאר אזעלעכע ערלויבט איר דארט מסדר קידושין זיין, און דאס שיסט ענק אריין אין די אייגענע פיס, נאר גדולה השנאה שמקלקלת השורה, איר כאפט נישט אייער פינסטערע נארישע סטראטעגיע.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 18:19 |
|
| |
די מיינסט איין מינוט איינעם גייט אן וואס ענק זאגן אדער האלטן סגייט קיינעם נישט אן מיר האבן ב"ה 10 דיינים וואס האלטן מיט אינז נאר אזוי ווי ענק האבן געוואלט האלטן די צאל ביי 3 כדי צי קענען צאפן בלוט פין זיי וואס מער ווייל די אליינס פארשטייסט ווען סאיז די א גאנצע ליסט צי צאפן בלוט איז עס גרינגער פאר די יונגעלייט כדי ענק אוועק צי נעמען די געווער פין צאפן בלוט נאר פין די 3 אויף א גרויסער פארנעם ווילן מיר אוועק נעמען ענקער וועג ארויס פין זאגן אז די אנדערע רודפט מען נישט ווייל זיי האבן רשות אין נישט וועגן סגייט אינז אן וואס ענק האלטן יא צי ניין נאר מיר ווילן איינשפארן אידיש בלוט אין ב"ה סהאט זיך גיט אויסגעארבייט
תוקן על ידי יוספ7 ב- 26/08/2010 18:24:48
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 18:29 |
|
| |
יוספ, קענסט דאס איבערשרייבן אויף אידיש? ווייל איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו שרייבסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 19:21 |
|
| |
נאך איינמאל
מיר ווילן צי שטעלן א זאל אין ק"י פאר ווער ס'וויל דא חתונה מאכן
ענק ווילן עס שטערן מיט צאפן בלוט
כדי די צאפן בלוט זאל זיין אויף א שטארקע פארנעם אין סזאל שטערן וואס מער איז פאר ענקער איטערעסע אז די # פין חתונות וואס מגייט צאפן בלוט איז וואס ווייניגער ווייל ווי מער מענטשן סזענען אויף ענקער שווארצע ליסט שטערט עס ווייניגער פאר די קאפעלס
וועגן דעם האבן ענק אנגעהויבן צי שפילן די קעטש געם פין רשות מיטן ציל צי האלטן די # ווי קלענער
וועגן דעם האט קהל בני יואל נישט געקענט ציקיקן ווי מ'צאפט בלוט פארגארניש מיט נישט ווען יענער פאלגט זיינע 10 דיינים האבן זיי אוועק גענימען די געווער פין ענק אין די צאל אידן וואס ווילן דארט חתונה מאכן אן ענקער רבי זאל שטייגן אין מיט דעם וועט דאס ווייניגער שטערן פאר די אנדערע
תוקן על ידי יוספ7 ב- 26/08/2010 19:22:25
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 19:56 |
|
| |
יוסף, מלא שטותים והבלים, לויט דיר איז דער ויואל משה א טעראר, זייערע 100 דיינים שרייען חוב קדוש צו גיין צו די בחירות, ווי קענסטו ארויף צווינגען דיין מיינונג, דאס זעלבע איז, כותל, עירוב, וכו', ארויס זאגן א מיינונג איז קיין טעראר, און דאס ארויף צווינגען ביי מיר אינדערהיים איז קיין טעראר, וואס הייסט דו ווילסט נישט אנעמען מיין קינד ווייל איך האב א טעלעוויזשאן, ווי קענסטו מיך צווינגען, ס'איז א פרי קאנטרי, אבער אזוי גייט דאס, דאס מפרסם זיין די נעמען איז בכלל נישט קיין טעראר, און אויב קענסטו דאס נישט פארנעמען, האב נישט דארט חתונה, איז דען דא א חוב קדוש פון ענקערע 10 דיינים אז מען דארף דארט חתונה מאכן?, דא איז, איין צד שרייט אסור באיסור גמור וחמור, און דער אנדערער צד שרייט אז מען מעג יא, אבער קיין חיוב איז זיכער נישט, יעצט ווער עס לאכט זיך אויס וועט ווייטער לאכן, פונקט ווי די אהרונים האבן זיך אויסגעלאכט ביי שערי חמלה און ביי די קאטשקע שערורי', אבער די וואס קענען נישט פארנעמען קיין פרעשער וועלן ווייטער דארפן אוועק לויפן, און מיט ענקער נארישע סטראטעגיע צו ווייזען אז די סידור קידושין איז 100 פראצענט אסור (לויט די אהרונים) וועט איר נאר פארשארפן די מלחמה מיט גאנץ א שיינעם ניצחון פאר די אהרונים, ווער געדענקט נישט ווי די בני יואל די ערשטע יארן ווען זיי זענען נאר ביזי געווען מיט די אהרונים, ווי אראפ געקיקט זיי זענען געווען, עס האט גענומען שיינע פאר יאר און זיי האבן מחליט געווען צו איגנארירן, און צוביסלעך זענען זיי געווארן א זעלבסטשטענדיגע קהילה, מיט אייגענע מוסדות און פאנקציעס, און אצינד האבן זיי זיך (על פי רוב) צו געשטעלט צו די זאליס, (ווי פריר געשריבן מחמת השנאה צו רבי אהרן) און יעצט ליידן זיי די קאנצעקווענצן, זיי האבן געדארפט שטיין אין דער זייט און לאזן די אהרונים מיט די זאלונים זיך שלאגן, און זיך קלאפן אין בויך, אבער די גדולה השנאה שמקלקלת השורה האט איבערגעוואויגן און די רעסט איז היסטארי, דאס בית המדרש ביי די רעבעצין איז אפגעשפארט, און איר ווערט צוריק מוחרם ומופרך ביי א גרויסן חלק אין די וועלט, אלע נייטראלע רבנים זאגן אן פאר זייערע חסידים ואוהדים, שטיי אוועק פון דעם, די שפילסט דיך מיט פייער, און פראטעסטן מיט ספרי תורה און גארביטש אויף די גאסן העלפט פאר דעם גאנץ ווייניג,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 21:42 |
|
| |
זאגן א מיינונג איז נישט קיין טעראר אבער טעראר איז יא טעראר
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 21:59 |
|
| |
יאסעלע
זאגן א מיינונג איז נישט קיין טעראר?
נו וואס ווילסטו פונעם דיין, ער האט דיר עפעס געטון? ער האט סך הכל געזאגט א מיינונג, א דעת תורה!
פונקט ווי דו האלטסט אז מען קען נישט באשולדיגן דעם שארמאשער אז ער איז א טעראריסט, הגם לויט זיין מיינונג זענען געווארפן געווארן פאשקעווילן אין די גאסן דעם פארגאנגענעם ווינטער, און לויט זיין מיינונג זענען נאך אסאך טעראריסטישע אקציעס אויסגעפירט געווארן (שאכ"מ להאריך), מיט דעם אלעם, ער האט נאר געזאגט וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג.
און יעדע זאך וואס דו וועסט פרובירן צו ווארפן אויפן דיין, איז דער שארמאשער אין זעלבן פעקל
קיינער איז נישט קיין לעמעלע, יעדער פרובירט צו באשיצן זיין צד מיט מעשים אשר לא יעשו
ממילא שריי נישט אויף יענעם
חוץ אז דו נעמסט אן די הלכה לזאלי מיושנה: הא לן והא להו
***
משה'לע איך האב מורא'דיג הנאה פון דיין שכל הישר, אפילו ביי די זאכן וואס דו שרייבסט קעגן די ארונים (בדרך כלל), קיפ אפ
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 22:12 |
|
| |
האט דער ר' געציל געזאגט אויף שארמישער רב שליט"א אויך מיר א רב האט א בית המדרש אויך מיר א רב אין ער האט געזאגט אויף עם א פורץ גדר ווען ער האלט אנדערשט !
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 22:49 |
|
| |
דער ויואל משה האט געזאגט ערגערע ווערטער אויף אזעלעכע וואס האבן געהאלטן פארקערט ווי עם מיט די שיטה, זאגן פורץ גדר איז נישט טעראר, לויט רבי געציל איז דער שארמאשער א פורץ גדר, און לויטן ויואל משה איז ווער עס גייט צו די בחירות א מין ואפיקורס, דאס איס אבסעלאט נישט טעראר, און נאכאמאל, ווארפן פאשקעווילן, ווען מען האלט אז מען איז מיט דעם מקיים דעם פסק פון דברי יואל, איז אויך נישט קיין טעראר, אפשר נישט קיין שיינע זאך, אדער נישט קיין איידעלע זאך, אבער ביים פאלגן דעם רבין זי''ע איז דאך נישט שייך איידל און שיין, מען פאלגט און דאס אלעס, אבער ווארפן גארביטש איז טעראר, ס'איז שעדליך, ס'איז א חילול השם גדול מאוד, און ס'האט אייך גאר אסאך שאדן געמאכט,
אגב, ווען האט דאס רבי געציל געזאגט? איך האב דאס נישט געהערט, איך האב נאר געהערט וואס דער טשאדער רב האט געזאגט אויך רבי אהרן ברבים, און וואס רבי יחזקאל גאלד און מיילך שטערן האבן געזאגט, איר האט נאך פון די אהרונים נישט געהערט אזעלעכע דיבורים ברבים, און ווען איך זאג די אהרונים, מיין איך נישט יושבי רעסטעראנטן אדער אפילו מקוואות, איך רעד פון עמטליכע רבנים, דיינים צו סתם ראשי הקהלה, ווען עווער זיי האבן גערעדט ברבים פון צד השני האבן זיי גערעדט מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און רעספעקט, לויט די אומשטענדן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 23:21 |
|
| |
אין פענטין קארס אין אזוי ווייטער איז ?
|
|
|
|
|