בית פורומים אידישע געדאנק

רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/8/2010 23:36 לינק ישיר 

יאסעלע

זיי מסביר פון וואס דו רעדסט, דו רעדסט פון ווי אזוי מען רעדט צו פון טעראר

איך פארשטיי דו רעדסט פון טעראר

נו ווען מען זאגט אויף איינעם פורץ גדר מיינט עס טעראר?

ולשיטתך אז דער שארמאשער האט געשריבן אויף איינעם מסור (ווייל ער האלט אזוי) איז עס נישט טעראר?

אפשר נאך שטערקער, ווייל אויב איז ער א מסור מעג מען אין הרג'נען כמבואר בשו"ע און א פורץ גדר טאר מען נישט הרג'נען

איז דאס נישט קיין טעראר?

*

אין פענטן קארס איז די זעלבע זאך ווי גיסן גארביטש, ס'איז טעראר דורך:

אנהענגער פון איינער פון די צדדים וואס האלט אז ער איז גערעכט, ס'איז היינו הך, און אפשר נאך מער, ווייל מיט גארביטש האסטו טעראריזירט א גאנצע שטאט

איך האף דו פארשטייסט דעם חילוק אז ווי געפערליך פאשקעווילן זאל נאר נישט זיין, קומט עס נישט צו צו גארביטש, חוץ וואס עטץ האט עובר געווען אויפן לאו פון לא תשקצו וואס דער רמב"ם זאגט אויף אזא פאל אז ס'איז נישטא קיין כפרה, ווייל דו ווייסט אפילו נישט וועם איבערצובעטן

בנוסף וואס איר האט שאדן געמאכט ממון ישראל, בעיני ראיתי א קאר וואס האט געכאפט א פלעט טייער ווען ער איז ארויפגעפארן אויף גלאז

אבער דאס אלעס מעג מען דאך, הע?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 08:36 לינק ישיר 

איך קום דא ווי א גר, אבער איך וויל פשוט פארשטיין, די רבי ז"ל שרייבט דען אז רא"ט דארף זיין מסדר קידושין? איך מיין אז ער שרייבט די חרם אז די מרא דאתרא דארף זיין מסדר קידושין, און עד היום ווייס איך נאכנישט מיט וואס רא"ט איז מרא דאתרא אין קרית יואל, ווייל ער האט די שעהנסטע קאר און די גרעסטע שול? למדינו רבינו.


תוקן על ידי מילכיגער ב- 27/08/2010 08:37:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 16:19 לינק ישיר 

האט שוין זיין לעדער הערט אויך א אדרעס אדער איז נאך אלטץ נישט דא קייןן אדרעס ווי דער סבלן האט זיין הויז?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 16:51 לינק ישיר 
ווי איז ער יעצט מרא דאתרא? אין קרית יואל אדער אין וויליאמסבורג?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 17:09 לינק ישיר 

מילכיגער כתב:
איך קום דא ווי א גר, אבער איך וויל פשוט פארשטיין, די רבי ז"ל שרייבט דען אז רא"ט דארף זיין מסדר קידושין? איך מיין אז ער שרייבט די חרם אז די מרא דאתרא דארף זיין מסדר קידושין, און עד היום ווייס איך נאכנישט מיט וואס רא"ט איז מרא דאתרא אין קרית יואל, ווייל ער האט די שעהנסטע קאר און די גרעסטע שול? למדינו רבינו.

שרייבט דען דער רבי אז רבי געציל דארף האלטן אזוי ווי דער מילעכיגער? ער מעג האלטן אזוי ווי רבי משה ארי' פריינד זצ''ל וואס האט יא געשריבן אז ער איז מרא דאתרא אין קרית יואל, אגב, נער שרייבט מען מיט א נו''ן עי''ן רי''ש און כאטש נו''ן און עי''ן במספר קטן שבקטן איז דריי (ג) שרייבט מען נאך אלץ נער און נישט גר, (א אהרונישער פשעטיל, אה?).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 19:07 לינק ישיר 

משהלע זיסער איך ווייס נישט פארוואס די אטאקירטס פרעזענדליך, איך האב דיר גארנישט געטשעפעט,

קודם, ווי האט רבי משה ארי' פריינד געשריבן אז ער האט א דין מרא דאתרא,
נאכדעם, פרעג איך איבער, אלס וואס איז רא"ט מרא דאתרא, נישט יעדער וואס מופט אריין אין א שטאט און קויפט זיך א זילבערנע שטעקן קען טענה'ן איך בין מרא דאתרא. ילמדינו רבינו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 20:10 לינק ישיר 

מ'האט שוין אין די פארגאנגענהייט מעתיק געווען דא די קונסוס פון שנת תשמ"ה דארט שטייט קלאר "מרא דאתרא".

איז דאס גענוג אדער דו ברויכסט נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 20:46 לינק ישיר 

אקעי איך בין שוין אביסל קלארער

איצט וויל איך וויסן למשל אויב די פאפא ראשי קהלה אין מאנסי גייען זיך צוזאם זעצן און אויף נעמען א רב אויף גאנץ מאנסי און זיי גייען אריינשרייבן אין די קונסוס מרא דאתרא איז עס איינעם מחייב?
וואס איך מיין ארויסצוברענגן איז, אז א רב דארף ווערן אויף גענומען דורך די שאטאטישע איינוואוינער אלס זייער רב. נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 21:23 לינק ישיר 

יא. מ'ברויך אבסאלוט נאך.

היות עס איז דעמאלטס נישט געווען קיין דריטל שטעטל וואס האט מסכים געווען צו די התמנות, און צו די הכתרה וואס איז פארגעקומען אינעם "גרויסן" פאליש אין די סאטמארער שול (12 גארפילד) האט מען געברענגט באסעס פון ווילי עס אנצופילן.

דער ציבור - אריינגערעכנט אזאלכע וואס זענען היינט גרויסע שישקעס ביי די אהרונים, א שטייגער הרה"ח יר"ש מרבים וכו' (די איבריגע לאז איך פארן בלאט...) ר' נח גפן שליט"א וכדו' - איז געווען שטארק דערגעגן.

און די איינציגסטע עצה וויאזוי מהאט געטראפן א פאטענט צו קענען זאגן אז סאיז געווען א לעגיטימע התמנות, איז געווען דורך דעם וואס מ'האט גע'טענה'ט אז דער אמטירנדער מרא דאתרא אין ק"י דער ברך משה זצ"ל, האט א כח ממנה צו זיין איינעם בכוחו ובשליחותו. כמבואר בהקאנסוס: לעמוד לימין אביו מרא דאתרא.

אזוי אויך האבן די חברי הכוללים - די זעלבע וואס האבן יעצט צוגעשטעלט א נעבעכדיגן בירור צו אסר'ן סידור קידושין, וואס לויט ווי מען הערט טענה'ן די שוכרים אז זיי האלטן נישט ביים באצאלן פאר אזא נארישן מופרך'דיגן  בירור. זיי שרייען, און מיט רעכט: לתקוני שדרתיך ולא לעותי, און די "מבררים" טענה'ן אז זיי האבן פרובירט צו טון דאס בעסטע וואס מ'האט געקענט, און נאר דאס האט מען - דעמאלטס ארויסגעגעבן א קונטרס ווי זיי בויען אויף אזא מין געדאנק אז א מרא דאתרא קען אריינשטעלן איימיצן.

דער קונטרס איז נישט בהישג ידי, אבער מ'בעט ווער עס האט עס זאל עס ארויפשטעלן.

און למעשה איז דער ברך משה נסתלק געווארן, הוא הלך למנוחות, ואותנו עזב לאנחות. קרית יואל איז פאר'יתומ'ט געווארן, פארלירנדיג איר באליבטן... רב, און ליידער איז שוין א צירקע 4 יאר וואס דער רבנות שטול אין ק"י שטייט ליידיג.

עס איז נאך קיינמאל נישט פארגעקומען קיין פרישע התמנות פאר א רב דאהי, און בדרך הטבע וועט עס שוין קיינמאל נישט זיין. לכאורה איז די סיבה, ווייל אנדערש ווי אין תש"מ, ווען די גאנצע שטעטל איז באשטאנען פון ארום 200  משפחות, (כפי עדותו של יעקב פריינד, קול מבשר אינטערוויו) און אלעס סאטמארע תלמידים און חסידים מיט איין אגענדע, באשטייט היינט צו טאגס דער שטעטל פון אריבער 3 און א האלב טויזענט משפחות כ"י, 3 מוסדות החינוך, צענדליגער בתי מדרשים און קהילה'לעך פון אלע שיכטן און קרייזן. מילא איז זייער שווער זיך צו פאראייניגן אויף איין רב.


תוקן על ידי אומזיסט ב- 27/08/2010 21:36:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 21:59 לינק ישיר 

מילכיגער כתב:
אקעי איך בין שוין אביסל קלארער

איצט וויל איך וויסן למשל אויב די פאפא ראשי קהלה אין מאנסי גייען זיך צוזאם זעצן און אויף נעמען א רב אויף גאנץ מאנסי און זיי גייען אריינשרייבן אין די קונסוס מרא דאתרא איז עס איינעם מחייב?
וואס איך מיין ארויסצוברענגן איז, אז א רב דארף ווערן אויף גענומען דורך די שאטאטישע איינוואוינער אלס זייער רב. נישט אזוי?


דאס איז ענדערש דומה צו די פאפא ראשי קהלה זאלן אויפנעמען א מרא דאתרא אין קרית פאפא,

אביסל קלארער?

תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 27/08/2010 22:00:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 22:07 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
יא. מ'ברויך אבסאלוט נאך.

היות עס איז דעמאלטס נישט געווען קיין דריטל שטעטל וואס האט מסכים געווען צו די התמנות,


מנא לן? האסט עפעס א סייענטיפישער באווייז,

אדער דאס גאנצע וואס דו האסט איז, אז די הכתרה איז געווען אין א פאליש...

ועוד, לשיטתך, מאן יימר אז דער ברך משה האט יא געהאט רוב? מאן יימר אז רביה"ק זצוק"ל האט געהאט רוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 23:01 לינק ישיר 

זיי פונקטליך מסביר וואס דו פרעגסט: פרעגסט צו רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האט געהאט א רוב מענטשן וואס האבן געהאלטן פון אים אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר?

דער ענטפער איז: ניין...


תוקן על ידי אומזיסט ב- 27/08/2010 23:02:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 23:05 לינק ישיר 

ווייל דאס מיינסטו זיכער נישט צו פרעגן צו אין די שטאט סאטמאר האט ער געהאט רוב, וויל דארט איז דאך פארגעקומען די מיאוסע זאך וואס די אהרונים האבן זייער נישט ליב: וואלן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 23:59 לינק ישיר 

 ראדני
די ווילסט פארגלייכען דער וואס האט געבויט דעם שטעטיל מיט דער וואס האט זיך אריינגעזעצט אינעם שטעטיל נאכדעם וואס עס איז שוין געווען דארט אלעס
אין בכלל די רעדסט אזוי פיל די זאגסט נאך אלעס פינעם גרויסען הייליגען דיין
זאג נאר די האלטס באמת אז אלע אנדערע דיינים פין סאטמאר פין איבער די גאנצע וועלט זענען נישט גארנישט
ווע די פאקטען זענען אז אלע האבען דאס מתיר געווען אויסער צוויי דיינים
וואס איינער פין זיי ווייסט ניטאמאל פין סאטמער צי זאגען
אין דער צווייטער הרר' געציל איז לכתחילה אריינגעלייגט געווארען אין קרית יואל ווייל דער רבי זי"ע האט געהאלטען אז פאר אזא קליינע שטעטיל איז ער געניג
למשל די ערשטע 100 משפחות
זיין מזל האט אים סתם אריינגעשפילט אז עס איז געווארען א גרויס שטעטיל אבער אחוץ פין דעם גארנישט
 ווען נישט דעם וואלט ער ניטאמאל געווען א דיין אין א אנדערע קהילה
אין נאך מער אפשר ווייסטי  ווער זענען דע וואס זענען אלע יארען מיט געגאנגען מיט עם
ווער עס האט אים אלע יארען געשטיצט מיט געלט אין אנדערע זאכען
נאר אלע וואס זענען זיין עידש
אין די אלע זענען יעצט אויך אנטלאפען פין עם
ממילא קימט אויס אז זיין פסק איז ניטאמאל ווערט איין גרייצער ווען עס קימט צי אנדערע גרעסערע פין עם
אין גרעסערע תלמידי חכמים מיט אסאך מער יארען עקפיריענס אין וואס זענען פין אנפאנג געווארען געשטעלט פאר מער ווי 100 משפחות אין אויף די אלע טיען מיר זיך פארלאזען ענדערש ווי אויף דעם בעל עגל(ה)
אין דעם רבינס בריוו וואס ער זאגט אין די זאגסט אין אויף דעם פארלאזען זיך אלע ארוינים צי נאכשרייען פרויען אין די גאסען האב איך שוין כמה פעמים געבעטין איינער זאל מיר מסביר זיין ווי דער רבי רעדט פין אינזער קהילה. 
אין די ווייסט אז איך קען ניצען דעם זעלבן בריוו אין דעם זעלבן הלכה אקעגין דיר
למשל איינע פין די זאכען וואס די ארוינים היילייטען  איז די באקאנטע שורה
שלא יסדר שום אדם סידור קידושין אלא למי שנבחר לרב בקהילתו איך געדענק נישט פינקטלעך די לשון אבער די קענסט די אפטייטש אויף יודיש 'שנבחר' וואס איז געווארען אויסגעוועלט
אין 'בקהלתו' אין זיין קהילה
למשל די אלץ א ארויני האסט א פראבלעם ווען די נעמסט א צווייטען אפילו די מאכסט עס אין וויליאמסבורג די מיסט פרעגען רשות אויב נישט דארפסטי טאקע איבער מאכען די קידושין טאקע ווי אזוי דער רבי שרייבט אין זיין בריוו אין ווי די הלכה זאגט
אבער אינז די אלע יודען אין קרית יואל וואס האלטען נישט פין רא"ט
אין וואס רא"ט האט זיי ארויסגעווארפען צוואנציג יאר צירוק
מיינסטי אז ער אדער זיינע דיינים קענען אינז נאך אלץ איינטיילען וואס צי טין?
פין וועלכע הלכה האבען ענק דאס גענימען ? 
ברענג עפעס א מקור
איך געב דיר עס אפילו נאך פאר א בריוו
 !!! אבער עפעס !!!
קימען אן אפאר שרייבערלעך אין שרייבען א גאנצער קנטרס
קהילה שנפרדה  באיסור צי בהתיר
איין קשיא האב איך אויף דעם קנטרס ווער איז דער ארויסגעבער
פאסקענט אזוינע הארבע שאלות אן א נאמען
אפילו אן א הסכמה.
אין לאמיר זאגען אז יא
ווי אזוי וואלטען ענק אנגעקיקט ווען די ריפארמערס געבען ארויס א קנטרס מיט הינדערטע באווייזען אז זייער וועג איז דאס ריכטיגע וועג אין אינז אלע יודען זענען בכלל נישט דאס וואס מען דארף זיין 
וואלט זיך איינער איין מינוט וויסענדיג גאמאכט פין זיי אודאי ניין
די זעלבע זאך טיען מיר מיט ענק אלע 
ביי אינז זענט איר אלע בעלי עבירה מוסרים אין מחללי שבת אין מאכיל טריפות אין נבילות אין אפיקורסים
ממילא זענען ענק אלע אזוי ווי די ריפארמערס
אין א יעדער ערליכער יוד לאכט זיך אויס פין אזוינע פסקים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2010 01:06 לינק ישיר 

moishe12 כתב:
 ראדני
פין וועלכע הלכה האבען ענק דאס גענימען ? 
ברענג עפעס א מקור
איך געב דיר עס אפילו נאך פאר א בריוו
 !!! אבער עפעס !!!


תקנת ר"ת
שבות יעקב
כנסת יחזקאל
תשובת רבינו
איסור גדולי דורינו נגד הקהלה שנתפרדה

האסט געפרעגט א מקור דא האסטו, איך ווייס דו האלצטו אז ס'נישט דומה לנידן דידן, פארדעם איז ר' געציל דער דיין און די ביסט משה פיפיק פון היידפארק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext