|
|
| נשלח ב-30/8/2010 19:28 |
|
| |
אין ענגליש זאגט מען "LOL" !!!
| משהלע כתב: |  | עפעס איז זייער מאדנע מיט די בני יואל, זייער פראבלעם איז נישט ר' געציל בערקאוויטש, אדער די פאשקעווילן, זייער פראבלעם איז אז זיי ווערן זייער נאריש אנגעפירט, זייערע סטראטעגיע איז נאריש און פעלערהאפטיג, ווייל וויפיל זיי שרייען אז מען טיט זיי טעראריזירן, זעט קיינער נישט קיין טעראר, מען האלט שוין ביי די 15טע חתונה, און מען הערט נישט פון קיין שום פארוואונדערטע, יעדע חתונה גייט דורך בשלום, זייער איינציגער פראבלעם איז אז דער קאר סערוויס האט נישט געוואלט אנעמען קיין טריפס אהין..., א מעכטיגער טעראר!, הערט מיך אויס, פאשקעווילן איז קיין טעראר, פאשקעווילן איז העכסטענס אומבטעמט, אבער נישט קיין טעראר!!!, און אויב איז פאשקעווילן טעראר, וואס זענען די קול קורא'ס און מחאות אקעגן דעם מוסד שערי חמלה?, און אויב דארף מען רחמנות האבן אויף די יונגע פארפעלקער, וואס איז מיט רחמנות אויף צובראכענע עלטערן און די נעבעכדיגע קינדער פון שערי חמלה, איז זייער בלוט ביליגער? איז זייער בלוט העלער?, אלזא, הערט אויף צו שרייען קאזאק הנגזל, ווייל קיינער זעט נישט קיין טעראר.
צווייטענס: צוריק שרייען קעציל וכו' לייגט די בני יואל אין זייער א נידעריגע פאזיציע, דער פאקט איז אז אין די תורה וועלט איז ר' געציל אנגענומען אלץ איינער פון די גרעסטע מורה הוראות, אלץ איינער וואס דער רבי זיי''ע האט ממנה געווען צו זיין דער דיין אין קרית יואל, און נאך דערצו איינער וואס האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין קיין פאליטיק, ביז נישט לאנג צוריק האבן זיך די בני יואל אויף געטוהן אז ר' געציל באלאנגט גאר צו זיי, ער איז געגאנגען מספיד זיין רבי אברהם לייטנער זצ''ל ביי זייער בית המדרש, זיי האבן פשוט שטאלצירט מיט דעם ר' געציל, און פלוצלינג, איין פסק וואס שמעקט זיי נישט, ווערט ער פון דיין דמתא א פאלנער קעציל, וואס מיינט איר טאמער דער ויואל משה זי''ע וואלט געלעבט און זיך דערוואגט צו זאגן אנדערשט ווי די בני יואל און פסקענען אזוי ווי ר' געציל, וואלטן זיי עהם אפגעשוינט, אדער וואלטן זיי עהם אויך אנגערופן מיט שפעט נעמער, איך בין פלעין נייגעריג.
אלזא, אין קרית היינט צו טאג איז לויט מיין אויפאסונג, בכלל נישט דא קיין טעראר, על כל פנים מצד הארונים צו צד הבני יואל וצד הזאלונים, איך בין נישט דער ריכטער, און בין נישט דער אינוועסטיגעיטאר, איך בין בלויז א אבזערווירער, איך זיץ אין די דזשורי באקס און הערט זיך צו צו די עווידענטס און און מאכט א באשלוס, איך ליין דעם איד, איך ליין דעם בלאט, איך ליין אידישער געדאנק און איך ליין כל העולם כולו, איך רעד מיט אהרונים און איך רעד מיט זאלונים, און ווען איך ווייס נישט עפעס, שעם איך זיך נישט און פרעג, און מיין קאנקלאשן איז אז די אהרונים זענען נאבעלע מענטשן, זיי פארן זיך זייער וועג, און טשעפען קיינעם נישט, (אוי, מען גייט נאכאמאל שרייען אז איך בין א אהרוני!), און פארקערט קען איך דאס נישט זאגן, די מעשה מיט סגירת הבית המדרש פון די רעבעצין יוכיח, וויפיל די בני יואל וועלן פראבירן צו שרייען אז מען טשעפעט מיט זיי, וויפיל פאשקעווילן זיי וועלן ווארפן אויף ר' דוד עקשטיין, וויפיל פראטעסטן מיט ספרי תורה זיי וועלן נאר מאכן, און וויפיל זלזולים זיי וועלן שיסן אויף רבי אהרן וועט דאס נישט טוישן דעם מציאות וואס יעדער נארמאלער מענטש זעט קלאר, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט, זיי זענען דארט געווען יארן לאנג ביז זיי האבן אנגעהויבן צו טשעפען מיט קהל, יא, איך ווייס, ס'איז איין קלאגע מיט הונדערט יאר צוריק, און איך ווייס אז אין נזקקין, און איך ווייס אז רבי אהרן איז נישט מרא דאתרא, און איך ווייס אז זיין ווייב רעדט עברית, און איך ווייס אז ער איז מאכיל קאטשקעס, אלעס ווייס איך, און גארנישט טוישט נישט דעם מציאות, זיצט איין וועט מען מיט אייך נישט טשעפען,
פאקט: די בני יואל האבן מוסדות אין קרית יואל און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די בני יואל באסעס פארן ארום פראנק און פריי און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די זאלונים האבן מוסדות אין קרית יואל און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די בני יואל און זאלונים האבן אלע קהלישע פונקציעס אין קרית יואל, חדר, סקול, בוטשער, בתי חיים, מקוואות, בתי מדרשים, כוללים, דיינים, און לעצטענס אפילו א אייגענע אלייענס שבת גויים, און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די בני יואל און זאלונים, בויען זייערע בנינים און באקומען פערמיטס נאך גרינגער ווי די אהרונים, פאקט: אפילו די געאסערטע חתונות (לויט די אהרונים) גייט דורך בשלום ושלוה און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די זאלונים האבן געקויפט א נייעם בית החיים, להכעיס די אהרונים, און אלע לוויות און קבורה גייט דורך בשלום ושלוה און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: אין דעם נייעם בית החיים, וואס איז געגרינדעט געווארן נאר להכעיס די אהרונים, האט מען נישט פארשוועכט קיין איין מצבה, דער גרעסטער טעראר אז געווען אז בחורים האבן געזינגען בשעת מקדש זיין דעם בית החיים, (אויב עס איז אמת, ווייל ווי איך געדענק האבן זיי דאס געלייקענט), פאקט: רבי זלמן לייב איז שוין עטליכע מאל געווען אין קרית יואל אויף שבתים און אלעס איז אדורך בשלום,
אלזא: אין כאן קיין שום טעראר, די בני יואל און זאלונים דארפן זיך אויסלערנען, אז ביז זיי וועלן נישט געווינען די ווילידזש וואלן זענען זיי דער מינאריטעט, און זיי האבן 0% פאווער, אין אמעריקא איז ווינער טעיקס אלל, פרעזידענט אובאמא איז 100% פראצענט פרעזידענט, כאטש ער האט נאר געהאט 53%, און דזשאן מקעין האט געהאט 46%, קען דען דזשאן מקעין פארלאנגען 46% פונעם פרעזידענסי?, עס ארבייט נישט אזוי, איז ביז די זאליס/בני יואל וועלן נישט געווינען די וואלן אין קרית יואל זענען זיי אינטער געווארפן אינטער די פירערשאפט פון די אהרונים, און לויט מיין מיינונג פירן זיך די אהרונים ווי וואוילע שעפעלעך. |
|
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 20:11 |
|
| |
ער איז נעבעך גארנישט שולדיג... זיי רעוועלע האט שוין אזוי גערעדט אין די נ' יארו ס'איז איז שטיל אין קרית יואל קיינער באדערט נישט קיינעם איי מ'האט געפעינט א א קאר?, נאא כבר היה לעולמים אבער אלעס איז בשלום ובשלוה מ'לאזד יעדעם לעבן אין חתונה מאכן ווי מ'וויל
מ'באגלייט אהיים יונגע פארלעך בתופים ומחולות? יא אבער וואס איז ס'שטיל ווייטער
זבל פרדוסיוו של אהרן אויף קרית יואלע גאסען? עה די מתנגדים טוען עס פאר פלעין פאקט אז בני יואל הייבט שוין חדשים אויף פאשקעווילן פון די קרית יואלע גאסן משום בל תשקצו, באקומען זיי צוריק אבנים כדי להמית פון משה גבאי'ס יעשיווע על קיוורוי, אבער דדדא אין קרית יואל איז שטיל
איך האב טאקע נישט געשריבן פאקט אויף יעדע שורה אבער ס'נישט משנה די פאקטן
שטעלט ענק פאר וואס עס מיינט טערארר אז די אלע מעשים מכוערים וואס די מנוולים טוען אין קרית יואל רופט מושי אן בשלום ובשלוה
פאני קאלס מיט די מיאוסטע אויסדריקן אויף נשים, זולזולים אויף יעדן רב וואס האלט אנדערש פונעם דומ"ץ דמאאסע, שטיינער, די דעקלעך קינדערלעך שרייען ארויס פון די באסעס אויף די חתונה באסעס אויף די העכסטע טענער פ-ו-י , וואס נאך דארף געשען אז ס'זאל הייסן טעראר? ביזן פארברענען דעם בנין וועט עס הייסן שטיל שלום ושלוה? אבער יעצט איז שטיל!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 21:10 |
|
| |
זיבעלע, ביסט זיכער אז די האסט נישט פערצופאל אריינגעבלאנדשעט אין די ראנג אשכול, ווייל איך זעה נישט קיין שום שייכות מיט דיינע שרייבערייען צו וואס משה'לע שרייבט, רישא לאו סיפא, סיפא לאו רישא,
ער רעט ספעציפיש פון "טעראר", קומסטו מיט מעשיות פון פאשקעווילן ווארפערייען, גארביטש, פראטעסטן, שרייערייען, וכדומה, איך זעה נישט ווי די זאכן האבן א שייכות צו "טעראר",
למשל ווען בני יואל האט פראטעסטירט קעגן ר' אהרן אין קר"י און יוז סט. און ארומגעווארפן פאשקעווילן קעגן איהם, דו מייסט אז 1 אהרוני האט זיך געשפירט טעראריזירט? לגמרי נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 21:13 |
|
| |
| zibala כתב: |  | ער איז נעבעך גארנישט שולדיג... זיי רעוועלע האט שוין אזוי גערעדט אין די נ' יארו
ס'איז איז שטיל אין קרית יואל קיינער באדערט נישט קיינעם איי מ'האט געפעינט א א קאר?, נאא כבר היה לעולמים אבער אלעס איז בשלום ובשלוה מ'לאזד יעדעם לעבן אין חתונה מאכן ווי מ'וויל
מ'באגלייט אהיים יונגע פארלעך בתופים ומחולות? יא אבער וואס איז ס'שטיל ווייטער
זבל פרדוסיוו של אהרן אויף קרית יואלע גאסען? עה די מתנגדים טוען עס פאר פלעין
פאקט אז בני יואל הייבט שוין חדשים אויף פאשקעווילן פון די קרית יואלע גאסן משום בל תשקצו, באקומען זיי צוריק אבנים כדי להמית פון משה גבאי'ס יעשיווע על קיוורוי, אבער דדדא אין קרית יואל איז שטיל
איך האב טאקע נישט געשריבן פאקט אויף יעדע שורה אבער ס'נישט משנה די פאקטן
שטעלט ענק פאר וואס עס מיינט טערארר אז די אלע מעשים מכוערים וואס די מנוולים טוען אין קרית יואל רופט מושי אן בשלום ובשלוה
פאני קאלס מיט די מיאוסטע אויסדריקן אויף נשים, זולזולים אויף יעדן רב וואס האלט אנדערש פונעם דומ"ץ דמאאסע, שטיינער, די דעקלעך קינדערלעך שרייען ארויס פון די באסעס אויף די חתונה באסעס אויף די העכסטע טענער פ-ו-י , וואס נאך דארף געשען אז ס'זאל הייסן טעראר? ביזן פארברענען דעם בנין וועט עס הייסן שטיל שלום ושלוה? אבער יעצט איז שטיל! |
|
קודם א ווארט צו הכל_בסדר, אויף לשון הקודש הייסט דאס מדה כנגד מדה, די וועלט לאכט פון אייך, און שוין היבש מער ווי צוויי וואכן, איז נאר רעכט אז איר זאלט צוריק לאכן, "מדה כנגד מדה".
און אצינד צו זיבעלע, ניין! נישט צו זיבעלע, ווייל ער איז נעבעך א לאסט קעיס, אויב וועט דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש אראפ קומען זאגן אנדערשט פון עהם, בין איך ווייניג מקנא דעם בעש''ט, די געמיינסטע ווערטער און אידישן דזשארגאן וועט מען אויף עהם אנגיסן, סא, צו עהם איז נישטא וואס צורעדן, איך וועל נאר רעדן צו די פארהעלטעסמעסיג נארמאלע בני יואל, מיר גייען אין סירקעלס, די אהרונים שרייען רבי אהרן איז מרא דאתרא, און לפי פסקו פון דברי יואל וואס ר' געציל דער דיין האט אראפ געברענגט איז מען מחוייב מפרסם צו זיין די עושי עוולה אז מען זאל זיך פון זיי מרחק זיין, איר טענה'ט אז רבי אהרן איז נישט מרא דאתרא במילא איז די חופה וקידושין יא כשר וישר און מען זאל נישט מבזה זיין די פארפעלקער, וואס מאכט אייך קלערן אז די אהרונים וועלן ענדערשט אנעמען אייער סברה ווי דעם פסק פון ר' געציל, זענט איר טאקע צוריק געבליבן?, האט איר דען נישט געהאט א לעקציע אין די פארגאנגענהייט?, איך געדענק ווען די בני יואל איז געגרינדעט געווארן, האבן די גרעסטע "טעראריסטן" פון דור, דער ברך משה, דער דיין רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט''א, רבי משה מנחם שליט''א, מיטן בית דין הגדול שבירושלים און א שיינער מספר רבנים ודיינים ארויס געקומען מיט שארפע איסורים וחרמות, די היינטיגער אזויגערופענע "טעראר" איז טשאלאמאדי אקעגן יענער "טעראר", מען האט אייך משפיל געווען עד לעפר, אנהייב האט איר פראבירט צוריק צו שיסן און זיך צו פארטיידיגן, אבער ווי מער איר האט צוריק געפליקט זענט איר מער געזינקען, ביז איר האט ערפינדן א נייעם מיטל וואס רופט זיך "איגנארירן" און וואונדער איבער וואונדער, ס'האט טאקע גענומען אפאר יאר, אבער אלעס האט זיך וואונדערבאר סארטירט, וגר זאב עם כבש, מען לעבט בשלום ושלוה, קיין פלעט טייערס, קיין צובראכענע שויבן, מען איז אפילו געגאנגען איינער צום צווייטן צו שמחות, אלעס איז געגאנגען כהוגן, מען האט שוין אפילו כמעט פארגעסן דעם איסור אויף די בני יואל, דאס האט אנגעהאלטן אזוי ביז די בני יואל (א חלק ניכר) האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די זאלונים, און זיי האבן פלוצלינג פארגעסן פון זייערע פרינציפן, מען האט אנגעהויבן ווייטער צו צופיקסן, מען האט אנגעהויבן ווייטער צו ווייזן, און דער יעצטיגער מצב איז א בלויזע רעזולטאט פון דעם שלום צעווישן מדין און מואב, ס'האט דעמאלטס נישט געארבייט, און ס'וועט ווייטער נישט ארבייטן, דער דעת הקהל אין די אינדרויסענדע וועלט איז נישט אויף אייער צד, און ווען איר וועט אייך כאפן וועט שוין מעגליך זיין אביסל שפעיט,
אלעס איז רבי אהרן שולדיג, אמת? נאר אין ענקער בוק!, דער גארביטש מערכה אדער ווי איר רופט דאס זבל פרדוסיו של אהרן, איז רבי אהרן'ס פראבלעם, יא? די פראטעסטן אקעגן רבי אהרן איז אויך רבי אהרן שולדיג, אמת? די פאשקעווילן אקעגן רבי אהרן און ר' דוד עקשטיין איז אויך רבי אהרן'ס שולד, א יא?, און איך האב א בריק צו פארקויפן!!!, איר טיט אינטערשאצן דעם אינטעליגענץ פונעם ציבור, איר מיינט אז כלל ישראל באשטייט פון אפאר בני יואל, אפאר זאליס און א פאר אהרונים, לאמיך אייך זאגן נייעס, כלל ישראל באשטייט פון אלף אלפי אלפים וריבוא רבבות פעמים סאטמאר, רוב כלל ישראל איז נישטאמאל נייגעריג אויף די סאטמארע פאליטיק, און דער חלק וואס קיקט זיך יא צו, און פארפאסט יא א מיינונג אין דעם געפעכט, איז נישט מיט אייך, חלה דעקל? מעיבי! אבער דאס איז מציאות, שטעל אפ 25 אידן פון לעיקוואד אדער פלעטבוש און פרעג זיי א מיינונג איבער רבי אהרן וועט איר הערן (וואס איר ווילט נישט הערן!) פרעגט זיי איבער ר' געציל בערקאוויטש וועלן רוב פון זיי וויסן אז ער איז דער דיין פון קרית יואל, (נישט ר' קעציל), און גיט א פרעג פונעם טשאדער רב אדער שארמאשער רב, וועט איר זען וואס פאר א פנים זיי מאכן, זיי וועלן אייך פרעגן שארמאש הא?, פרעגט זיי זייער מיינונג איבער בני יואל וועט איר אויך הערן זאכן וואס איר ווילט נישט הערן,
אלזא, הערט אויף צו וויינען, הערט אויף צו בעטן רחמנות, איר זענט אייך אליין שולדיג, ווייל איר האט פארפאסט א גאלדענע געלעגענהייט, די אהרונים וואס אויב וואלטן זיי געווען אזעלעכע טעראריסטן ווי איר פרובירט זיי אראפ צו מאלן, וואלטן ארויס געגעבן א איסור גמור חתונה צו מאכן אין דעם האל, אבער אזוי ווי אויבן געשריבן, זיי זענען שטילע וואוילע שעפעלעך איז זייער ציל איז נאר געווען די סידור קידושין, האט זיך געמאכט אז עטליכע מסדרי קידושין האבן באקומען עפעס א שליחות איש מפי איש מיט א שליח נעשה שליח האט מען זיי געלאזט וויסן אז רבי אהרן גיט פאר זיי יא רשות, איז דאך לכאורה פיין און וואויל, די בני יואל קענען דארט חתונה מאכן, זיי קענען שרייען אז להד''ם דער פלוני אלמוני מסדר קידושין האט קיינמאל נישט געבעטן און נישט באקומען רשות, ער האט אפילו נישט גערעדט צו רבי אהרן, אלעס איז שוא ושקר, און די אהרונים וועלן שרייען או יעס! רבי אהרן האט יא געגעבן רשות, און וואס וואלט דאן געווען, אלעס וואלט אדורך בשלום, און מיט די צייט וואלט זיכער געווען אזעלעכע וואס יעדער וואלט געוויסט אז זיי האבן קיין רשות נישט באקומען און זיכער נישט געבעטן, אבער דאס וואלט זיך אויסגעמישט מיט די אזוי גערופענע כשרע חתונות און מען וואלט זיך צוביסלעך אפגעלאזט פון די גאנצע מערכה, ס'וואלט געהאלטן פונקט ווי דער גאנצער איסור אויף בני יואל, וואס איז שוין כמעט אינגאנצן פארגעסן און אפגעווישט, (אהרונים, הרגעטס מיך נישט!) זענען געקומען די פרישע בני יואל פירערס, וואס שלום ושלוה איז ביי אסור בתכלית האיסור, און האבן באשלאסן אז ניין!, נאר די פאר אויסגעשפראכנע שונאים פון רבי אהרן אזעלעכע וואס ס'איז קלאר אין דייטליך אז רבי אהרן וועט פאר זיי קיינמאל נישט געבן קיין רשות, נאר זיי זענען ערלויבט דארט מסדר קידושין זיין, און אצינד ווען ס'איז קפץ עליהם חמת האהרונים, וויינען זיי בדמעות שליש, ווי יענער מערדער וואס האט געהרגעט זיינע עלטערן, און וויינט אין געריכט אז מען זאל אויף עהם רחמנות האבן ווייל ער איז "נעבעך" א קיילעכיגער יתום...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 03:27 |
|
| |
א שאד צו קלאפען אזאנע לאנגע תגובות קענסט עס מאכן בקיצור אין איין ווארט, מה כל הרעש נו האט מען פארברענט א קאר.. ס'ווייטער שטיל...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 05:27 |
|
| |
i lost my yiddish but moishele i can tell you one thing you dont know any of the real facts i dont know who you are but you look like a young kid that is just trying to type with out make any sanse and without knowing what and how it really happened all those years or you are trying to deny it
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 17:17 |
|
| |
| ראדני_קינג כתב: |  |
ער רעט ספעציפיש פון "טעראר", קומסטו מיט מעשיות פון פאשקעווילן ווארפערייען, גארביטש, פראטעסטן, שרייערייען, וכדומה, איך זעה נישט ווי די זאכן האבן א שייכות צו "טעראר",
למשל ווען בני יואל האט פראטעסטירט קעגן ר' אהרן אין קר"י און יוז סט. און ארומגעווארפן פאשקעווילן קעגן איהם, דו מייסט אז 1 אהרוני האט זיך געשפירט טעראריזירט? לגמרי נישט. |
|
http://en.wikipedia.org/wiki/Terror
Terrorism, a policy or act intended to intimidate or cause terror, usually for the furtherance of ideological goals
מיין וויקיפידיע זאגט אז טעראר מיז נישט זיין אראפ ברענגען די ווארלד טרעיד סענטער,
יעצט צוריק צום ווירקליכקייט, קינד און קייט בייגעוואונען טעראר אין קרית יואל טאג טעגליך די לעצטע פאר חדשים, אמת קענסטעס אריינלייגען אין די תורה אינעם דיין אינעם פויבסט וכו' וכו' ס'איז נישט משנה קיין זוז כל שהוא אז דאס הייטס טעראר
טעראר הייסט:
נאכשרייען פרויען
מאכן פאני קאלס צו יונגע קאפלס
שטויסן פרויען אין די גאסן
כאפן שטריימלעך פון יונגעלייט
פעינטן קארס פון תושבים
פארשפרייטן בילדער פון די חתנים
פארשפרייטן טעלעפאן נומבערס פון מחותנים און חתנים
פארשפרייטן נומערן פון מסדרי קידושין און טערארזירן
אנפירקלען די גאסן מיט געמיינע אויפשריפטן קעגן די מסד"ק
אנפירקלען בתי מדרשים מיט געמיינע לאזונגען קעגן רבני המתירים (אגב לשיטתכם האט דאס דער רבי געשריבן אין נאסויד? איז דארט געווען איין רב המתיר?)
צונעמען פרנסות פאר יונגע ווייבלעך
סטראשען מלמדים מיט זייער פרנסה
ווארפן שטיינער אויף די מתעסקים וואס הייבן אויף די פאשקעווילן
אמת איך האב נישט פארגעסן ס'איז ברשות התורה (ניי טעיסטימענט), אבער טעראר בלייבט טעראר
מושי טייערער - צו דאס איז טשאלאמאדי אנטקעגן יענע יארן? יא! - איך מיז מודה זיין און די אויך, אז דער זבל אהרן האט היינט שוין נישט די כוחות ווי אמאהל, און די בני יואל'ס זענען שוין היינט ווייט נישט אזוי צוריקגעבליבן ווי אמאהל, אבער די ידים ידי עשיו איז נאך בתוקפו, אמת ס'נאר טשאלעמאדי טעראר, אבער נשתנה העיתים בני יואל האט היינט אויך פאליטישע פאער, און מ'קען שוין היינט נישט טוהן אינגאנצען וויאזוי מ'וויל, אבער הרשעים כים נגרש, זיי וועלן נישט אויפגעבן די זרוע הרשע צו רודעפן די פאליטישע שונאים
צום צווייטען פוינט אז בני יואל זענען גאר די אגרעסארס ווייל זיי מאכן חתונה ווי זיי באגערט און נישט ווי די באגערסט, איז נישט שייך זיך צו דינגען, נאר ברענג ארויס די שאלה אויף די גאס,
און פאר די רעקארד קיין איין איינציגע דיין האט זיך נישט צוגעשטעלט צום בצ"ל וגצ"ל'ס פסק, בו בזמן ווען די צד המתירים וואקסט אויף הייווען, אמת בני יואל'ס סוקסעס איז איגנארירען און היינו הך דאס אקוראט טוען זיי, די הינט בילן און די חתונות פארן ווייטער
יעצט צו מר. ראדני וואס וויינט מיט קראקעדיל טרערן אויף די גארביטש טעראר און דוד עקלשטיין פאשקעווילן -
פאקט די אלע טעראר איז געווען ריווענדש אויף מעשים טעראר ואלימות וואס זיי האט געטאהן, דוד עקלשטיין האט געמאסרט דריי יודן, ער האט שאדן געמאכט טויזענטער דאלארן נכסי הקדש ווי ער אליין זאגט פאר די פרעסע, ס'איז נישט מער ווי נארמאל אז איינער טערארזירט זאל צוריקכאפן קלעפ, דאס זעלבע מיט די מיסט, די ווייסטעס אליין אז די מיסט איז געווען א ענטפער צו ענקער טעראר.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 17:29 |
|
| |
| moishe12 כתב: |  | i lost my yiddish
but moishele i can tell you one thing
you dont know any of the real facts
i dont know who you are but you look like a young kid that is just trying to type with out make any sanse and without knowing what and how it really happened all those years
or you are trying to deny it |
|
It feels kind of weird and odd MOSHELE should reply to MOSHELE, but the heck with it, its all just for the fun of it!, Look, my age is totally irrelevant, and your post does not contradict my statements, the issue before us is not the terror of years ago, terror was a SATMAR mentality from way back before the war, and the normal life style the first couple of decades in America, and the fact is, that in recent years all true violent terroristic acts has ceased to exist, and I am not talking of isolated incidents which will never end, we are talking about the daily behavior, you don't do as I demand, here is a flat tire or a broken window or even worst, a broken leg or jaw or a open wound in the forehead, those things where (Unfortunately) the normal behavior in the SATMAR I knew and grew up, This has stopped, in the last 10 or so years there were no serious acts of violent incidents you can call terrorism, a few PASHKEVILN and SHOUTS does not consist terror, and this exactly was my point, and by you to challenge my facts with episodes happen 20 years ago just makes my points that much stronger. And if you claim that it is changing, and acts of terror is escalating, it is my opinion you should look in the mirror and start shouting, because you have no one to blame only your own people. As I explained so clearly in my YIDDISH POST. .
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 17:59 |
|
| |
זיבעלע, אויב מוחה זיין אויף א אקט וואס די אהרונים האלטן אז ס'איז אסור בתכלית האיסור, און אז זיי זענען מחוייב לויטן פסק פונעם דברי יואל דאס מפרסם צו זיין, איז אויב הייסט דאס אגרעסארס און טעראר?, וואס איז געווען דער ויואל משה?, וואס האט ער אזוי פארפירט אויף די הולכי להבחירות, ער האלט אז מען טאר נישט? די אנדערע רבנים האלטן אז ס'איז גאר א חוב קדוש, וואס האט ער זיי אזוי טעראריזירט?, און וואס איז מיט די עירוב שרייערס? איז דאס נישט טעראר? מען שלאגט און מען שרייט זיי נאך, דאס איז נישט אגרעסארס? דאס איז נישט טעראר? ווען דו ביזט מיט די אגרעסארס פארשטייסטו אז דאס איז נישט טעראר, דאס איז נאר א מחאה לכבוד שמים, נו, מה נשתנה אין קרית יואל? פארוואס איז דאס נישט א מחאה לכבוד שמים?,
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 18:02 |
|
| |
to moshele: (the nutrel) everything zibela wrote here happened in the last few months and the fact will not change even if you deny it
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 19:18 |
|
| |
דאס איז ברור כשמש אז דער ענין פון "טעראר" איז היינט געשטארבן, פינטל, דער קאנצעפט אז שלאגן אדער שעדיגן נכסים זאל האבן די מינדעסטע השפעה צו מכניע זיין א צד, איז שוין היינט היסטאריע, היינט איז די יו-טוב עידש, מסר'ן פאר די אינסטאנצן אז א נארמאלער זאך, אדרבא ס'גאר א מציאה צו זיין א וויקטים פון א טעראר אקציע און אפי' זאל'סט מיר ברענגען א לאנגע ליסטע פון איזאלירטע אינצידענטן, איז נישטא קיין שום באווייז אז דאס איז מטעם פון די מנהיגים פון סיי וועלכער צד, למשל ווען מ'האט אויסגעשאסן דוד עקשטיין'ס קאר שויבן, אדער וואנדאליזרט וויטריאלס suv, האט יעדער בר דעת פארשטאנען אז דא איז אייגענע אקציעס פון יחידים וואס וועלן אלס פאסירן
אויך וויל איך נאר איינמאל פאר אלעמאל אפענטפערן די טיפשות וואס די חסידי רז"ל האלטן אין איין איבערקייען כאילו ר' געציל איז א דעת יחידאי, פארוואס? ווייל 1000 זאלי/בני יואל דיינים ומוצים, זענען קעגן איהם, ס'פארשטייט יעדער איז דא איז דא חלוקי דעות צווישן 2 צדדים, צד הארונים וצד הזלונים, צד הארונים האלטן אז ס'אסור וצד הזלונים, דאס מיינט אז דא איז 1 קעגן 1, הארונים מיט אלע זייערע רבנים דיינים, מוצים, שוחטים, חזנים, נערנים האלטן ווי ר' געציל, והזלונים מיט אלע זייערע רבנים דיינים, מוצים, שוחטים, חזנים, נערנים האלטן קעגן ר' געציל,
משל למה"ד, לאמיר זאגן אז 2 מדינות, פראנקרייך און ענגלאנד, זאלן זיך ארומקריגן איבער א געוויסער קליין אינזל און אזיע, און כדי צו אנטשיידן דעם קאנפליקט האט די UN מחליט געווען צו מאכן א אפשטימונג צווישן די 150 וועלטליכע מדינות, ביי די אפשטימונג האבן זיך אראפגעזעצט מיט גרויס ערענסקייט און דראמא די אלע אמבאסאדורן פון די 150 מדינות, [ענגלאנד אין פראנקרייך זעלבסט אויך נכלל], נאכן אפגעבן אלע שטימען, שטעלט זיך ארויס אז 148 מדינות האבן געשטימט "קיין שטימע", דאס מיינט זיי אז זיי אנטזאגן זיך פון צו שטימען, און 1 מדינה האט געשטימט לטובת פראנקרייך און 1 לטובת ענגלאנד, שרייט אויס דער פארטרעטער פון פראנקרייך אז ער האט יעצט באקומען א וויכטיגע נייעס וואס ער וויל מיטיילן פאר אלע מיטגלידער וואס אט דער נייעס וועט איבערוויגן די שטימע לטובת זיין מדינה, נעמליך, אז דער פרעסטידשפולע פינאנץ מיניסטער פון פראנקרייך האט יעצט דערקלערט זיין פולע שטיצע לטובת פראנקרייך, ממילא איז די שטימע 2 קעגן 1 לטובת פראנקרייך, זאגט דער טשערמאן, מיטן פולן רעספעקט, דאס אז א מיניסטער פון ענקער מדינה איז מיט ענק איז נישט אינטערסאנט אין קען נישט פארעכנט ווערן, ווייל יעדער מדינה האט נאר 1 שטימע, 5 מינוט שפעטער שפרינגט נאכאמאל אויף דער פארטרעטער פון פראנקרייך אז ער האט נאך פרישע נייעס יעצט ערהאלטן פון זיין געהילף, וואס דאס וועט זיכער איבערוויגן די שטימע לטובתינו, אז ממש יעצט האבן אלע הויכגעשעצטע 9 ריכטער פון די העכסטע געריכט אין פאריז פראנקרייך ארויסגעגעבן א יונענעמעס פסק אז דער אינזל געהער פאר פראנקרייך, ממילא האלט עס שוין ביי 11 קעגן 1 לטובתינו, ערקלערט ווייטער דער טשערמאן, קענסט מיר ברענגן א מיליאן שטימע פון דיין אייגן מדינה, זענען זיי אלע נאר פארעכנט פאר 1 שטימע, נאכדעם זעצט פאר דער UN טשערמאן, אז ער וויל פארשטעלן א פרישע אפשימונג, צו מ'זאל צווינגען פראנקרייך צו ערזעצן זייער פארטרעטער אין די UN ווייל ווי עס שיינט האט דער יעצטיגער א גאר נידעריגער איי-קיו וואס דיסקוואליפיצרט אים פון זיין א אמבאסעדור אין די UN, די שטימע איז 149 קעגן 1 , לטובת די רעזאלוציע
והנמשל מובן מאליו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 19:40 |
|
| |
ס'איז אזוי פשוט, פארוואס פארשטייען דאס נישט די בני יואל אדער די זאלונים? האבן זיי א נידעריגערן IQ פון די אהרונים? איך האב פרובירט מסביר זיין אויף אידיש און ס'האט נישט געארבייט, האב איך פראבירט אויף ענגליש אבער ס'האט אויך נישט געארבייט, עפעס איז דאס מיט די בני יואל דזשינס. איך וואלט געטרייט אויף רוסיש אדער פויליש אבער דאס קען איך אויך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 20:15 |
|
| |
מוישעלע -
1) רביה"ק האט קיינמאל נישט פראמאטעט טעראר אדער אינטימידעשאן קעגן הולכי בחירות, אדרבה רביה"ק האט ארויסגעווארפן בחורים וואס האבן געטוהן אייגענע אקציעס, ער האט זיי נישט אנגערופן מצויינים, בכלל האט ער גענומען די שטרעגסטע שריט אנטקעגן מזיק זיין נכסי ישראל אפילו ריכטיגע ציונים-מזרחי לאו דוקא הולכי בחירות, 2) רביה"ק האט מברר געווען די איסור בחירות אז ס'איז כפירה ממש, ער האט נישט געזויגן פון די פינגער קיין איסורים און נישט געזאגט אז ס'אסור ווייל ער טרעפט עס נישט אין שו"ת ספרים, ר'גצ"ל ור'בצ"ל האבן קיין שום בירור אויף לאיסור נישט געמאכט, צו זאגן אז א מלמד אין נאסויד איז א אזוי ווי א רב א מורה הוראה אין קרית יואל איז א זעלטענע חריפות, אבער אן קיין בירור איז זיך נישטא אפילו מפלפל צו זיין 3) העכסטענס אז עטס שפירסט אז ס'ממש אזויווי די בחירות הרשות בידכם צו פארפירן אבער נישט מער, רביה"ק האט נישט מקפח געווען קיין פרנסות פון הולכי בחירות אדרבה ער האט אפילו מתיר געווען צו קויפן תשמישי קדושה, במילא ח"ו צו זאגן אז רביה"ק האט טערארזירט הולכי בחירות - ער האט מברר געווען און פארפירט צו קאנוויסן די מתירים אז ס'איז כפירה ממש, די סידו"ק סומעטעכע איז ניטאמאל ווערט צוצוגלייכן צו ציוניזם, ווייל ס'איז נישט דא קיין שום בירור פון א רב אדער דיין אז ס'איז אסור אין קרית יואל
איבער די עירוב טעראר, הגם ס'איז נישט גלייך צו קידושין ווייל ס'איז ספיקה דאוריתא'ס וואס די סידו"ק דיון איז נישט מער ווי א תקנה, דאך בין איך מודה אז טעראר איז נישט די וועג, און איך זעה נישט וואו ס'קומט אפילו אריין אינעם בילד, די אומשולדיגע קאפלעך זענען גארנישט שולדיג אז אין וומסב"ג שרייט מען נאך פרויען
ראדני - טעראר איז נישט געשטארבען, קוק ארויס פון פענסטער און איבעצייג דיך, צו ס'העלפט צו מכניע זיין די אנדערע צד, אוודאי נישט, ס'האט נישט געהאלפן קעגן די ניקעלסבורג אין די ל' נישט קעגן רעבעצין'ס מענטשן אין די מ'ס נישט קעגן ר' יחזקאל ראטה אין די נ' און נישט קעגן בנ"י אין די ס',
יעצט אז אונז ווייס מיר שוין קודם אז ס'עקזיסטירט טעראר ב"ה, איז דא א פרישע ארגומענט אז ס'איז איזאלירטע אינצידענטן.
קודם כל, איר אליין דא אויפן פארק ארגומענטירן שוין חדשים אז די טעראר איז ארקעסטרירט על טהרת הקודש, דאס האט דאך רביה"ק געשריבן אויף נאסויד, וויאזוי האט זיך דאס געטוישט אויף איזאלירטע אינצידענטן?
נאכער - די געמיינע פאשקעווילן ווערן געדריקט אויף מעסס פראדאקשען אין דיסטריביוטעט אין ישיבה, תלמוד תורה, ס'שווער צו זאגן אז אלעס אונטער די רוקן פון די באהערדע, והשלישית די הנהלת המוסדות האט געסטראשעט א מלמד מיט זיין דזשאב איז דאס איזאלירט?
הונדערטער ביקעס באגלייטן אהיים שבת ביינאכט א משפחה אנשים נשים וטף מיט שטיינער און שטויסעס, איז דאס איזאלירט? קאם אן עפן דיר די קאפ
יעצט איבער די משל ונמשל, איז די חילוק זייער פשוט,
ווייל די אלע פראנצויזישע ריכטער וואס פסקענען אז ס'בלאנגט פאר פראנקרייך, זענען געווארן פראנצויזן ווייל זיי האבן דאס געזאגט...
די היסאטריע האט געוויזן אז בני יואל האט קיינמאל קיין רב אדער דיין נישט אויפגענומען, נאר ווען אימער א רב אדער דיין האט געהאלטן אנדערש ווי די פעיראל דיינים זענען זיי געווארן פראנצויזן, קאשויער רב איז נישט קיין בני יואל, שארמאשע רב האט געהויבן דעם בעכער פארן ב"מ נאך בנ"י, ער איז נפסל געווארן פארן אסר'ן דעם פס"ל, די זעלבע מיט ר"י גאלד, די זעלבע מיט אלע אנדערע.
דער איינציגסטער דיין וואס האט קיינמאל נישט געקראסט פארטי ליין'ס איז דער בעל אגל, און פארדעם איז ער נאך נישט געווארן קיין פראנצויז
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 21:00 |
|
| |
נו זאג דו, דאס וואס מיינט "טעראר" און וואס מיינט "מחאה",
די עירוב שרייערייען "טעראר" אדער "מחאה"
שטערן קאנסטראקשן אין די מדינה "טעראר" אדער "מחאה"
אויפשטעלן הויכהילכערס קעגן רב פון שטאט "טעראר" אדער "מחאה"
שיקן די בחורים אויף יוז סט. "טעראר" אדער "מחאה"
אויסשיסן עקשטיינס קאר "טעראר" אדער "מחאה"
שלאגן אבערלענדער מיט א פלאש אין קאפ "טעראר" אדער "מחאה"
א פסק הלכה איבער סידור קידושין "טעראר" אדער "מחאה"
ווארפן פאשקעווילן "טעראר" אדער "מחאה"
איך ווייס שוין מילא דער תירוץ: הא לן והא להו, סווענט זיך ווי דער חמר שטייט איין
איבער די משל,
אוואדי יעדער איז at some point געווארן אדער א אהרוני אדער א זאלוני, קיינער איז נישט געבוירן א אהרוני אדער א זאלוני, דער פוינט איז אז דער צד השוה פון אלע ענקערע רבנים המתירים איז אז קיין איינע פון זיי האבן נישט יעצט ביי דעם סידור קידושין אינצידענט מחליט געווען אז זיי ווערן זאליס, זיי זענען אלע א טאג פאר דעם שוין געווען "פראנצויזן" צו פאר דעם פאר יענס, and that's all that matters,
און דאס איז שוין א מיליאן מאל ארויסגעברענגט געווארן דער תשובה נצחת אז ר' געציל האט סך מער קרעדיביליטי ווי אלע ענקערע דיינים, צוליב דעם פאקט: ליין גוט דעם זאץ:
ביז ר' געציל'ס פסק הלכה קעגן די סידור קידושין, האבן אלע זאליס עמטליך שפעקולירט אז ר' געציל איז מעגליך מיט זיי.
אט דער פאקט דיסטרויט ענק!!
פארוואס מיינסטו האבן עטס זאליס אזוי שפעקולירט, טראכט גוט אריין, טריי צו געסן איך וועל דער העלפן: ווייל עס האט זייער בולט געווען דער מציאות אז ר' געציל האט נישט ארויסגעגעבן קיין איין איינציגער פאליטשער הוראה, דורכאויס דער גאנצער טיילונג היסטאריע, אין גם אחד,
און די זעלבע צייט האבן די זאלוני דיינים ארויסגעגעבן רעגלמעסיג "קשר בוגדים" הוראות, ביי יעדע שיידפונקט,
אט דער קאנטראסט האט געשריגן...
פלוצלינג די ערשטע מאל וואס ר' געציל געבט ארויס א פסק הלכה, קעגן קיינעם פערזענליך, ער שרייבט נאר א טרוקענע הלכה אז דער סידור קידושין בלי רשות המ"ד איז דומה צו דער תשובה פון רבינו ז"ל צום נאסוידער רב, ווערט ער א עגל מיט א קעציל, מיט א טעראריסט, וואס גייט דא פאר? טאר ער טאקע נישט ארויסגעבן קיין שום אבן העזר פסק הלכה וואס שטימט נישט מיט די זאליס?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 21:14 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | ס'איז אזוי פשוט, פארוואס פארשטייען דאס נישט די בני יואל אדער די זאלונים? האבן זיי א נידעריגערן IQ פון די אהרונים? איך האב פרובירט מסביר זיין אויף אידיש און ס'האט נישט געארבייט, האב איך פראבירט אויף ענגליש אבער ס'האט אויך נישט געארבייט, עפעס איז דאס מיט די בני יואל דזשינס. איך וואלט געטרייט אויף רוסיש אדער פויליש אבער דאס קען איך אויך נישט. |
|
וועלכע ארגומענט איז אזוי פשוט?
1) ס'נישטא קיין טעראר
2) ס'איז יא דא טעראר נאר טשאלעמאדי אנטקעגן יענע יארן
3) טעראר העלפט נישט אין די היינטיגע יו טוב עפאכע
4) טעראר העלפט והא ראי' טויזטענטער קענסעלאשאנס אינעם נייעם זאל
5) ס'איז יא דא טעראר נאר ס'איז איזאלירטע אינצידענטן
6) קהל האט בפקודת העגל אויפגעשטעלט א קאמיטע זיך אפצוגעבן מיטן טעראר
7)ס'איז דא טעראר אזויווי די בנ"י האבן געמעגט טוהן מיט עקשטיין
8) BLANK TBD...
באטדעם ליין, איר מיזט נעמען איין ניגון און נישט 7+ אנדערע אז נישט וועט יעדער נארמאלער מענטש וואס איז נישט א חלה דעקל נישט פארשטיין,
פלעין אידיש איז פיין...
לאור פון ראדניס לעצטע פאוסט מיז איך מוסיף זיין נאך א טוויסט
8) יא ס'דא טעראר, אבער ס'איז וועגן די עירוב שרייערס אין וומסב"ג
9) מ'שטויסט פרויען וועגן אויבערלענדער וגומר
תוקן על ידי zibala ב- 31/08/2010 21:17:56
|
|
|
|
|