בית פורומים אידישע געדאנק

רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2010 21:38 לינק ישיר 

ראדני -

ביטע נעמען צו קענטעניס, די זאליס האבן דערווייל קיין זאל נישט, ס'איז נישט יושר צובארעדן מענטשן אויף א דבר שלא בא לעולם

די בני יואל ווייטער, האט קיינמאל פון רגצ"ל נישט געהאלטן, און קיינמאל נישט אקצעפטירט זיינע פסקים, אפילו ער שיין געשמייכלט צו זיי, ווייל ער האט ווי ערווענט אויבן קיינמאל נישט געקראסט די ליין צו פסקנ'ן אנדערש ווי זיינע אויבערהארן, אפילו נאך די משה גבאי טעראר עפאכע ער איז אייביג געווען מופרך סיי ביי די איסור אויף בנ"י, אדער די היתר אויף די מילך, די איסור יוסל וו"מ די היתר אויפן פס"ל די איסור אויפן זאל די היתר אויף קאטשקעס וכו' וכו'

במילה שרייב נישט אז פלוצלינג האט ער געשאסען א הלכה און איעדער אנטלויפט פון איהם, ווייל ממ"נ איז ערכעות פון די זאליס נישט אזוי הארב ווי די איסור סידו"ק?, נו אז עטס זענטס אזוי פראוד אז ער איז נוטראל געווען פארוואס פרעגסטו נישט די קשיא, היתכון  ווי איז דער גדול בענקים וועם רביה"ק האט זיך אוסגעדריקט אויף איהם מיט אזא חביבות "מיין געציל" ווי איז ער געווען אויף די שרעקעדיגע בג"ץ, מסירות העולמי  פון רז"ל, מסירות פון בית יואל קעגן דוד עקשטיין, אלעס האט ער געקאנט פארשווייגען נאר דעם חומר האיסור וואס ער מדמה געווען מילתא למילתא דא קען ער שוין נישט שווייגן???? איז דאס נישט קיין וואונדער פאר ענק קעלבער?? איז דאס אזוי שווער צופארשטיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 23:58 לינק ישיר 

zibala כתב:

וועלכע ארגומענט איז אזוי פשוט?

1) ס'נישטא קיין טעראר  
2) ס'איז יא דא טעראר נאר טשאלעמאדי אנטקעגן יענע יארן
ניין!!! פאשקעווילן איז קיין טעראר, ס'איז נאר א מחאה און א פירסום כפסקו של הדיין ר' געציל.
3) טעראר העלפט נישט אין די היינטיגע יו טוב עפאכע
4) טעראר העלפט והא ראי' טויזטענטער קענסעלאשאנס אינעם נייעם זאל
 ניין!!! טעראר האט קיינמאל נישט געהאלפן און היינט א וודאי נישט, אבער מוחה זיין איז מען מחוייב. (לויט די אהרונים).

5) ס'איז יא דא טעראר נאר ס'איז איזאלירטע אינצידענט
ס'איז יא דא טעראר, אבער דאס איז מצד הבהני יואל, ווי גיין אין ערכאות, נאכשרייען מסור פאר דוד עקשטיין, פראטעסטן פארן אויף סאנז קארט, פראטעסטן אין וויליאמסבורג, צוברעכן דוד עקשטיינס קאר, עפענען די געז ליינס ביי ר' מענדלס חתונה, פארברענען רבי אהרן'ס קאר, צוברעכן וויטריאולס קאר, וכו' טעראר האט נישט גענדיגט, די אהרונים האבן זיך שוין פון דעם אפגעלאזט. 
6) קהל האט בפקודת העגל אויפגעשטעלט א קאמיטע זיך אפצוגעבן מיטן טעראר 

7)ס'איז דא טעראר אזויווי די בנ"י האבן געמעגט טוהן מיט עקשטיין 
8) BLANK TBD...

באטדעם ליין, איר מיזט נעמען איין ניגון און נישט 7+ אנדערע אז נישט וועט יעדער נארמאלער מענטש וואס איז נישט א חלה דעקל נישט פארשטיין,

פלעין אידיש איז פיין...

 לאור פון ראדניס לעצטע פאוסט מיז איך מוסיף זיין נאך א טוויסט

8) יא ס'דא טעראר, אבער ס'איז וועגן די עירוב שרייערס אין וומסב"ג
9) מ'שטויסט פרויען וועגן אויבערלענדער וגומר


איך פארשטיי אז ס'טיט וויי, איר וואלט געוואלט אז דער פסק פון ענקערע דיינים זאל מחייב זיין די אהרונים, אבער עס ארבייט נישט אזוי, וואס ווילט איר? אז די עוולה פון ווארפן פאשקעווילן זאל יעדן וויי טוהן, און זאל אויפרידערן די וועלט?, ס'טיט קיינעם נישט וויי!, פונקט ווי דיר טיט נישט וויי ווען מען שלאגט און מען ווארפט אראפ פרויען וואס טראגן שבת מיטן היתר פון זייער רב אדער דיין, ואין פוצה פה ומצפצף, איך זעה נישט איר זאלט מוחה זיין דערויף, אדרבה, איר האלט גאר אז אזוי דארף צו זיין, און מען איז מחוייב מוחה זיין, פונקט אזוי קיקט זיחך צו די וועלט און האט נישט קיין רחמנות אויף די פאשקעווילן געליטענע, זיי האלטן אז דער דיין פון די שטאט וואס דער מייסד פון די שטא האט ממנה געווען גיט ארויס א פסק איז מען דאס מחוייב צו פאלגן, און אויב שמעקט דיר נישט, און מען איז מוחה קענסטו נישט האבן קיין טענות. און דאס איז וואס איז וואס איז אזוי פשוט, אייך טיט נישט וויי די עוולה, אייך טיט ווי אז איר זענט די באטראפענע, זאגט די וועלט אז איר זענט אליין שולדיג, פאלג דעם פסק וועט קיינער מיט דיר נישט טשעפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 03:48 לינק ישיר 

א קי קייט שטרוי איבער און איבער און געט נישט אויף,

האסט גארנישט מוסיף געווען אין גארנישט אפגעוואנדען, סך הכל האסטע מעלה גירה געווען דאס פריעדיגע שטרוי.

סך הכל האסטע נאכמאהל גענומען 7 שטעלונגען אז
ס'נאר פאשקעווילן פון א מחאה וואס איז נישט טעראר
ס'איז יא דא טעראר ווייל דער דומץ דמתא האט געהייסן
און  ניין ס'נישטא טעראר נאר די בנ"י זענען גאר די טעראריסטן פארן שרייען אין די גאסן נאכן ווערן טערארזירט,
אוי יא ס'דא טעראר ווייל עטז זענטס ענק אליין שולדיג עטס מאכטס חתונה וואו ענק וואולן אין נישט וואו די זבלי אהרן ווילן
 
גוט גוט קיפ איט אפ

נ.ב. איך ווארט אויף א ענטפער היתכון דער דומ"ץ דמתא האט נישט געפילט די אחריות פונעם מייסד העיר ארויסצוזאגן זיין דעת תורה ווען מהרז"ל איז געאנגען צום באגאט"ץ, ווען די בית יואל זענען געגאנגען לערכאות אנטקעגן עקלשטיין, ווען צד מהרז"ל איז געגאנגען בערכעות אויפן בית החיים רח"ל, ווען זיי האבן עס אפיעלט? ווען האט ער די שרעקעדיגע אחריות פונעם מייסד העיר און ווען שמייכלט צו די עוברי עבירה, און די אלע עבירות חמורות ווי ערכעות וכדומה רופן די ארונים אן פאליטיק דער דיין איז נואראל ער מישט זיך נישט אין די שמוץ...

ביטע מבחין זיין ווען הייסטעס שמוץ, פאליטיק, ווען הייסטעס מחאה און אחרית פונעם מייסד העיר



תוקן על ידי zibala ב- 01/09/2010 03:56:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 08:10 לינק ישיר 

Zibela אין איין ווארט פארוואס דער דיין האטנישט מוחה געווען אויף אלע זאכן: "ער איז נישט מחויב". בג"ץ איז אין א"י קאורט איז אויף וומ"ס און פארדעם האט ער באשלאסן צו זיין שטיל. און אפילו די ביה"ח איז אויך נישט זיין דאגה ווילאנג עס האט נישט מיט די טאג טעגליכע ווערטשאפט פון שטאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2010 17:37 לינק ישיר 

סא הייסט דער דומ"ץ דמתא האט נאר אן אחריות פונעם מייסד דמתא אויף טאג טעגליכע זאכן, נישט אויף וועכענטליכע\חודשים'לכע\יערליכע עבירות א שטייגער ווי ערכעות ומסירה מינות וכפירה העולמיות וכו' וכו,

גוט איך וועלן פועל'ן ביי הנהלת האולם עטרת מאיר צבי, נאר צו  לאזן חתונה מאכן דארט איין מאל א וואך, ס'זאל ח"ו נישט ווערן א טאג טעגליכע פירצה והכל על מקומו יבוא בשלום


תוקן על ידי zibala ב- 01/09/2010 17:38:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 17:59 לינק ישיר 

זיבעלע זעט אויס אז ווען מען האט געטיילט שכל האסטו דיך צו שטארק געשטיפט במילא האסטו נישט באקומען, דו האסט אפגעמאכט אז מען טעראריזירט אייך, איי יעדער שרייט אז פאשקעווילן איז קיין טעראר, איז דער תירוץ קיעלעך, און יעצט איז דעם דיין'ס פראבלעם אז ער האט נישט מוחה געווען אקעגן די זאליס גיין לערכאות, זייער א גיטער צוזאם שטעל,
AND I REST MY CASE, יעדער רעכט דענגיקער מענטש זעט בחוש פארוואס איר זענט אזוי פארווייטאגט.


תוקן על ידי משהלע ב- 01/09/2010 18:43:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 18:13 לינק ישיר 

zibelaאיך האב נישט געהאט קיין נערוון צו שרייבן באריכות. און איך האב געהאפט אז דו וועסט פארשטיין בקיצור אויך. בג"ץ און ערכאות. זענען ב"ב און וומ"ס און ער האט זיך נישט געוואלט אריינמישן. און בכלל אויף דעם איז דא א בריוו פון רבין ז"ל(יא! ער האלט אז עס איז יא גלייך!) וואס זאגט אז קהל איז מחויב צו טוען כפיות דערקעגן. און ער איז דער דיין אין ק"י פון די איינציגסטע הלכה'דיגע קהילה (איך רעד לשיטת ארונים) איז ער מחויב ארויסצוזאגן זיין חוו"ד. פארשטאנען? אדער איך דארף שרייבן מער באריכותה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2010 18:32 לינק ישיר 

זיבעלע, איך וויל דיר חלילה נישט פארשעמען, אבער איך בעט דיר, מיטן פולן רעספעקט, לטובתך, לאז פאר אנדערע פון דיינע קאלעגעס  צו נעמען דאס ווארט, ס'באמת נישט פאר דיר, איך קען דיר גאראנטירן אז אונטער דיין רוקן זענען אלע זאליס דא מסכים דערצו, רוב פון דיינע אלע איינשטיין טענות, איז פאר א מענטש מיט א IQ העכער 4 יאר אלט דער תירוץ א דבר פשוט מאוד, אזש איך שפיר ווי א שוטה דאס צו מסביר זיין, חוץ אויב די ביסט סתם א לץ און די זוכסט סתם צו מאכן דאס גענאר פון מיר, אויף ענגליש הייסט דאס, you're pulling my leg, און די ווייסט זייער גוט אז דיין שרייבערייען האבן נישט קיין הענט און קיין פיס, דעמאלטס האסט מיך גוט באזיגט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 21:43 לינק ישיר 

זעסט דאס איז די בעסטע ענטפער איך פארשטיי אויפן ווינק, נאך הונדערט תגובות פון פליפ פלאפען ווי קערי האסטע באשלאסן צו שווייגן, וואס שכל טוט נישט טוט צייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 סך הכל 8 דפים.

bholext