| נשלח ב-23/8/2010 08:19 |
|
| |
בקשה צו הרה"ח ר' יוסל וואלדמאן
עס געדענק נאך יעדער ווי דער בעל הצלת יוסף הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן שליט"א איז פאר 20 יאר צוריק געווען שטארק אקטיוו צי האלטן קרית יואל פאר א שטעטל וואס מען זאל קענען וואוינען דארט רואיג, מער ווי איינמאל האבן אים די ארונים פשוט געוואלט אומברענגען, מען קען רואיג זאגן אז ווען נישט רבי יוסל וואלדמאן, ווער ווייסט צו מען וואלט היינט צוטאגס געהאלטן אפילו א דריטל פון ווי מען האלט היינט.
אבער יעצט ווען ווי חיות זעען זיך ווי זיי זענען צושפאט און צושאנד, אזוי ווייט אז די איינציגסטע וועג ווי אזוי זיי פרובירן צי ווייזן אז דער סבלן איז כאטש מרא דאתרא אונעם שטעטל (אוקעי אריינגערעכנט גלילות) איז דורך ווארפן פאשקעווילן און דער טינקל, בעטן מיר אז דער בעל הצלת יוסף זאל אונז קומען צוהילף און צוריק ווערן אקטיוו, ביז די מכה בפטיש, און דער טעראר און מלכות הסבלנות וועט קומען צו א פולשטענדיגע ענדע, און מען וועט קענען זאגן מיט א פרייליכען געמוט ווי דער סבלן אליין האט זיך אויסגעדריקט אמאל פאר תלי גראס, "קענסט זיין רואיג עס גייט גארנישט פאר דא , עס איז הונדערט פראצענט שטיל".
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 17:17 |
|
| |
זיי מסביר דיין ביטע, וואס האט ער דעמאלט געטוען וואס ווערט נישט היינט געטוען?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 17:18 |
|
| |
גערעכט איך האלט אויך אזוי, לאמיר זען ווער נאך עס האלט אזוי
בואי חשבון מי ומי ההולכים!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 21:51 |
|
| |
1satmar דו האלסט אויך אזוי??.. אקעי. ווער נאך?..
קעציל. איך פארשטיי נישט די סיבה פון די אשכול. יוסל איז דאך סייווי פארנומען מיט די מערכה 24 שעה איבערן טאג. מ'זעהט אים איבעראל. וואס אז די ציל פון די אשכול?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 04:06 |
|
| |
אויב איז דאס אמת אז רבי יוסל איז 24 שעה פארנומען מיט די מערכה בין איך אים זייער דאנקבאר, אבער עס זעהט נישט טויס אזוי, אמאל האט מען געזען די פירות דערפון, היינט צוטאגס אז דער וויטריאל דרייט זיך ארום פראנק טון פריי - אפילו אום שבת קודש/חודש אלול- ןןייזט דאס אויף א געפערליכע נאכגעלאזטקייט און מלחמה קעגן טעראר
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 19:35 |
|
| |
אוי רבי יוסל שטיי אויף! וועק דיר אויף פון שלאף און טו למעשה
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 19:42 |
|
| |
גם אני מצטרף!!
| מילכיגער כתב: |  | אוי רבי יוסל שטיי אויף! וועק דיר אויף פון שלאף און טו למעשה
|
|
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 19:43 |
|
| |
די ערשטע זאך וואס דארף פאסירן איז צענדליגע טויזענטער פאשקאווילן קעגן ארי אליינס, לאזט אפ די מיסטן און צוזייט פאשקעווילן, פאר יעדע פאשקעוויל וואס זיי ווארפן, ווארפט 5 קעגן ארי.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 19:48 |
|
| |
עס קאסט סאך מער ווי מיסט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 00:34 |
|
| |
לאמיר פרובירן מסביר צו זיין איין נקודה,
דער ווילידזש מיט מסור לייב וויטריאל, טוען א גאנצן טאג אין פאליטיק, דאס איז זייער זשאב צו זיין פאליטישענס, זיי האבן נישט בדרך כלל קיין אנדערע ביזנעסער, א גאנצן טאג ארבעט מען פאר די ווילידזש.
פון די אנדערע זייט איז דא עסקנים לש"ש פון אונזער זייט, וואס זענען פארנומען א גאנצן טאג על המחי' ועל הכלכלה, זיי רייסן זיך אוועק פון זייער צייט צו ארבעטן פאר'ן ציבור אלס וואלאנטירן.
עס וועט יעדער איינער פארשטיין אז וויפיל עס זאל נאר מעגליך זיין צו טוהן פאר א וואלאנטיר וואס איז א פארנומענע מענטש, וועט דאס קיינמאל נישט צוקומען צו וואס א באצאלטע מענטש וואס ארבעט דערויף א גאנצן טאג קען טוהן.
גדלי' סעגעדין מיט יעק'ל פריינד זענען טראסטי'ס אין די ווילידזש, זיי זענען רוב טאג פארנומען צו אנקאלן פאליטישענס, ביי איינעמ'ס בורטדעי שיקט מען אים בלומען, פאר די ריכטער'ס (דזשאזש) שיקט מען פון צייט צו צייט א "פרעזענט", אא"וו. דאס איז די סיבה פארוואס די ריכטער'ס און די פאליטישענס דא זענען אסאך מאל מער גענויגט צו זיי.
דאס אז די פאליטישענס זענען טיילמאל גענויגט מער צו זיי, איז נישט קיין אטאמאטישע זאך וויבאלד זיי האבן די ווילידזש, עס איז נאר וועגן די אויבנדערמאנטע סיבות, ביי אונזערע עסקנים וואס באקומען נישט באצאלט פאר זייער ארבעט, איז ווי פארשטענדליך נישט דא דער מענטש וואס זאל קענען און האבן צייט צו טוהן אלעס וואס מען קען ווען טוהן.
הרה"ח הנכבד ר' יוסף וואלדמאן ני"ו טוט סאך מער יותר מכפי יכלתו, ער רעדט צו פאליטישענס, רעדט צו די פאליציי, אזוי איז דא נאך א שיין ביסל עסקנים וואס פרובירן מיט אלע מיטלען צו העלפן אונזער ציבור אנטקעגן די שוידערליכע דיסקרימינאציע, אבער די אלע מענטשן זענען פארנומענע מענטשן, האבן ביזנעסער אדער זענען זיי ארבעטער'ס, וואס ווי פארשטייט זיך זענען זיי באגרעניצט מיט זייער צייט, און זענען נאר וואלאנטירן.
וויפיל ר' יוסל טוט יא דארפן מיר אים אלע דאנקבאר זיין, מיר אלע תושבי קרית יואל זענען שולדיג א הכרת הטוב פאר ר' יוסל פאר זיינע אלע לייסטונגען פאר'ן ציבור אלע יארן, ווען נישט אים וואלט מען היינט נישט געקענט ארויסגיין אויף די גאס, ער האט געטוהן און ער טוט היינט ווייטער, אבער נאכאמאל ער איז נאר א וואלאנטיר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 06:28 |
|
| |
יישר כח רבי יוסל
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2010 02:28 |
|
| |
יישר כח ר' יוסל.
און מיר ווילן בעטן איר זאלט אנהאלטן ווייטער די הייליגע ארבייט, און אפי' אמאל הערט מען טאקע נישט פונעם עולם די שטיצע, אבער. דער עולם איז אייך זייער דאנקבאר און קוקט ארויס אז ס'זאל זיין איינער וועמען צו רופן און ווער עס זאל זיך אננעמען און טון זאכליכע שריט אנטקעגן די רשעים
יישר כח פאר ביז אהער און יישר כח פאר ווייטער
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2010 21:57 |
|
| |
גם אני מצטרף יישר כח ר' יוסל
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2011 04:07 |
|
| |
עס זעט אויס קעציל'ס געבעט האט אויפגעטאן!
יישר כח ר' יוסל
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2011 04:21 |
|
| |
גם אני מצטרף! ר' יוסל קיפ איט אפ
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2011 04:31 |
|
| |
אלע צרות פון די אידישע רשעים האט ר' יוסל געקענט פארטראגן,
ביז עס איז געקומען צו פארשפארן דעם הייליגסטן מקום קדוש אין קרית יואל
וואס דאס איז שוין אריבער אלע גבולות
און פאר דעם האבן זיך אינזערע עלטערן
מוסר נפש געווען
|
|
|
|
|