| נשלח ב-23/8/2010 18:36 |
|
| |
תולדות אהרן - אביסל היסטוריה
ווער איז דאס דער ר' 'אהרן'? (איך שרייב נישט דעם אשכול בכדי אריין צו גיין און וויכוחים וועגן תו"א - תוא"י, נישט דאס איז דער נושא – עוד חזון למועד, - דער נושא דא איז אזוי וויא איר וועט ליינען – ביטע נישט אריין ברענגען זאכן וואס איז נישט מן העניין) הרה"ק ר' אהרן ראטה זצוק"ל, בעל מחבר ספר 'שומר אמונים' – 'שולחן הטהור' און נאך, דער בעל שומר אמונים האט מייסד געוועהן זיין חבורה לכתחילה אין די שטאט 'סאטמאר', וועגן געוויסע סיבות האט ער זיך אריבער געצויגן קיין 'בערגסאז'. דער בעל שומר אמונים האט געהאט גרויסע תלמידים – רבנים, אדמורים, ראשי ישיבות א.ד.ג. וואס רובו דרובו זענען ליידער פארברענט געווארן ביי די דייטשע גאזקאמערן, דא איז נישט דער פלאץ זיי אויס צו רעכענען. איינער פון זיינע גרויסע תלמידים נאך פון שטאט סאטמאר – איז געוועהן הרה"ק ר' אברהם יצחק קאהן זצוק"ל – מבחירי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל, וואס האט אים אויסגעקליבן אלס איידים – פאר בתו היחידה. אין יאהר תרפ"ח האט דער בעל שומרי אמונים אויפגעשטעלט זיין חבורה אין ארה"ק, אפאהר יאהר ארום איז ער צוריק געפארן קיין אונגערין – בערגסאז. ווען די מלחמה האט אויסגעפלאצט אין אונגערין, האט זיך דער בעל שומרי אמונים גאשאפט די נויטיגע פאפירן, און געפארן צוריק קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין משפחה, זיין איידעם – טאכטער, און זיין בן יחיד ר' אברהם חיים ראטה שליט"א – היינטיגער שומרי אמונים רבי. דער בעל שומרי אמונים איז געוועהן אגרויסער בעל יסורים", ו' ניסן תש"ז האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה – ער איז אלט געוועהן אינגאנצן 52 יאהר. דער בעל שומרי אמונים האט געלאזט צוואה, אז דער ציבור זאל בוחר דעם ממלא מקום, און וויא פארשטענדליך האט דער ציבור בוחר געוועהן אין דעם איידעם – ר' א.י. קאהן זצ"ל, כאטש דער בעל שומר אמונים האט איבער געלאזט אין איינצלען בן יחיד – האט דער ציבור בוחר געוועהן אין דעם איידעם – און נישט און דעם זוהן. די גאנצע 'חבורת שומר אמונים' האט געציילט ביי די 60 מענטשן כולל בחורים. אשטיק צייט ארום, האט זיך דער זוהן ר' אברהם חיים אויך דערמאנט אין די רעביסטעווע, און האט אנגעויבן צו פארפירן – הלמאי, ער איז דער יורש יחיד, אבער דער עוילם האט זיך נישט קיין סאך צוויסען געמאכט. דער בית המדרש איז געוועהן זייער אקליין שטח, עס האט נישט געקענט האלטן מער וויא 4-5 מנינים, האט מען געדארפט זוכען א גרעסערן פלאץ, האט מען דעמלטס געטראפן א גוטן פלאץ אויף רחוב 'עונג שבת' אין מאה שערים (היינצוטאג דער ביהמ"ד הגדול פון תולדות אברהם יצחק), למעשה האט מען איבער געלאזט דעם האלטן ביהמ"ד פארן זוהן ר' אברהם חיים, דער תו"א האט געגרינדענט דעם ישיבה "תולדות אהרן" – עס האט למעשה געהייסן אזוי 'ישיבת תולדות אהרן – שע"י חבורת שומר אמונים'. דער תו"א רבי האט זיך כמעט אלע זיינע יאהרן צוזאם געליטן, פון כל מיני עלעמענטן, אין נישט אינטערעסאנט אריין צו גיין אין יעדן פרט ופרט. מיט די צייט איז תו"א געווארן די גרעסטע היימישע קהילה בארץ הקודש, און איז פארשטענדליך געגאנגען מיט די שיטה"ק פון רביה"ק מסאטמער – ע"פ הנהגתו פון בחיר תלמידיו רביה"ק מתו"א זצוק"ל, תולדות אהרן איז געווארן דער ריקען ביין פון די העדה החרדית, תולדות אהרן איז געווארן די הולכים בראש המחנה – ביי אלע מערכות וואס די העדה החרדית האט אונטער גענומען, אין תולדות אהרן איז געוועהן – אין איז נאך עד היום הזה די איינציגע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל – וויא רובו דרובו פונעם עולם נעמען נישט קיין 'ביטוח לאומי' = Social Security. עס איז גאר פארשטענדליך, אז פאר די אויגן פון די ארומיגע אין ארץ הקודש, דאס - אז פאר זייערע אויגן שפארצט דא ארויס א אימפעריע – ממש ה 'יש מאין' – עס האט קיינמאהל פאר תולדות אהרן נישט געפעלט קיין אומפארגינערס – סיי ביי די היימישע – און סיי בי די ווייניגער היימישע. וויא הויבן דערמאנט, איז תולדות אהרן געוועהן די הולכים בראש המחנה ביי די אלע מערכות פון די העדה החרדית – להוציא די מערכות וואס עס פלעגן פירען כל שני וחמישי – די אזוי גערופענע מחוצפים די 'נטורי קרתא' היינטיגע 'סיקריקים', וואס האבן שטענדיג געמאכט שבת פאר זיך – אהן קיין שום דעת תורה – און אהן צו זיין אונטערגעוארפן צו קיין שום בי"ד – רב – דיין – אדער רבי. זיי האבן זיך ביי קיין שום מערכה פון די העדה החרדית נישט משתתף געוועהן, זיי זענען ארויס אנטקעגען דעם הייליגן סאטמאר רב (דבר"י – ויא"מ) – ווען אין תשכ"ז האבן זיי אויס גערופען אויף אים 'רבינו סר מהדרך' עפ"ל. זיי האבן געפירט א ביטערן קאמף קעגן דעם סאטמער רב זצ"ל – ווען ער האט געהייסן ברענגען דעם גאון בעל 'מנחת יצחק' אלס ראש בית דין פאר די העדה החרדית. קיינמאהל זיך נישט משתתף געוועהן ביי קיין שום מערכות וואס די העדה"ח האט געפירט. ביי קיין שום קבלת פנים וואס מען האט געמאכט פאר רביה"ק ה'ברך משה' זצ"ל, נישט גענומען קיין באטיילונג. און צוויי ווערטער – ווייט פון סאטמאר – ווייט פון די העדה החרדית – ווייט פון אלע מערכות למען קודשי ישראל. וואס האבן זיי יא געאהט – א פעידער מיט פאפיר – שטענדיג געדרוקט די ארגסטע פאטשקעווילן, קעגן דעם סאטמער רב (דבר"י – ויא"מ), קעגן דעם ברך משה, קעגן דעם מנחת יצחק, קעגן דעם בית דין פון די העדה החרדית, וויא אויך קעגן דעם הייליגן תו"א רבי'ן זי"ע תולדות אהרן בהנהגות דעם תו"א רבי'ן זצ"ל – זענען אויך געוועהן בראש ההולכים קעגן האט די מחוצפים, אהן קיין פחד און מורא, נישט איינמאהל – און מער וויא צווי מאהל, האט דער תו"א רבי זי"ע, ארויס געשליידערט חסידים פון זיין קהילה – ווייל זיי האבן זיך משתתף געוועהן מיט די אויבנדערמאנטע מחוצפים – דו 'נטורי קרתא' – וויא פארשטענדליך פלעגן זיי אים שטענדיג באשמוצן, אויף רעכטס און לינקס, אז ער איז ווייט פון קנאות – איו נויגט צו לינקס – א.ד.ג. – אבער וויא דו היסטארי לערנט אונז – ווייסן מיר אלע, וויא שטארק קנאי – דער הייליגער תו"א רבי איז געוועהן. דער תו"א רבי זי"ע, האט געלערנט זיינע תלמידים וחסידים, אז מען דארף זיך מתבדל זיין במציאות – און נישט מהשפה ולחוץ פון די ציונים, דער תו"א רבי האט געזאגט אז זיינע אמתע חסידים גייען נישט צום 'כותל המערבי' – דער תולדות אהרן רבי – האט שטענדיג מיט געהאלטן די מערכות פון די העדה החרדית. מיט דעם וואס דער תו"א רבי זי"ע – איז מפעם לפעם געגאנגען אויף א פארטש ווייט אקעגן איבער דעם כותל המערבי – איז ער נישט געווארן לינק געשטומט – דער תו"א רבי זי"ע – האט שוין געזאגט גלייך נאך די ששת הימים מלחמה - נאך בעפאר ער האט געהערט פון דעם הייליגן סאטמער רב זי"ע, אז לכאורה וועלן היימישע הערליכע יודען נישט קענען גיין צום כותל המערבי. מיט דעם וואס דער תו"א רבי האט ארויס געווארפן פון זיין קהילה שטיינער ווארפער אויף די ציוניסטישע פאליס – איז ער נאך נישט געווארן לינק – ווייל צו ווארפן א שטיין 'יש בו כדי להמית', פלעגט ער זאגן. מיט דעם וואס דער תו"א רבי זי"ע האט נישט געלאזט טשעפענען דעם רב פון די ציוניסטישע ארמיי 'דער רב הראשי לצהל' – דער טרויער ברומטער רב גורן – ווען ער פלעגט מפעם לפעם אריינשפאנצירן און תו"א ביהמ"ד – איז ער נישט געווארן לינק – ער האט זיך אויף געפירט וויא א נארמאלער מענטש (דאס איז געוועהן פאר די פרשה פון התרת ממזרים). מיט דעם וואס דער תולדות אהרן רבי, האט נישט געלאזט זיינע בחורים - אינגעלייט מיט האלטן די צולאזטע הפגנות פון די מיסטוואפערס – שטיינערוואפערס – און גארבידזטש צונדערס, איז ער נישט לינק געשטומט. כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף המשך יבוא
תוקן על ידי גערעכט ב- 23/08/2010 19:22:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 22:19 |
|
| |
גערעכט. תמשיך, איך האב זייער הנאה פון דיין מעסיגן צוגאנג
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 16:00 |
|
| |
המשך...
דער תו"א רבי זי"ע – איז געוועהו זייער א גרויסער קנאי פון איין זייט, אבער אויך זייער א פראקטישער מנהיג, עס זענען פארגעקומען מפעם לפעם, געוויסע שאלות און פראבלעמען – וואס פלעגט האבן אבארירונג מיט השקפה. תנובה עס איז אינזיינערצייט געווען א קליין מילכיג קאמפאני מיטן נאמען 'רענן', די קאמפאני האט געאהט דעם מהודר'דיגן הכשר פון די העדה החרדית, די קאמפאני האט זיך אין א שיינעם טאג צוגעמאכט, און די היימישע אידן, האבן אינמיטן העלן טאג נישט געהאט קיין גלאז מילעך צוטרינקען. תנובה איז בשעתו פאר כמעט 40 יאהר צוריק, געוועהן זייער אגרויסע קאמפאני, וואס די בעלי בתים פון דעם זענען געוועהן די לינקע קיבוצים – מחללי שבתות אוכלי טריפות ונבילות, די קאמפאני איז אין זיינערצייט געוועהן כמעט די איינציגסטע קאמפאני וואס האט פראדאצירט און פארקויפט מיליכיגע פראדוקטן. וויא אויבן דערמאנט - איז געועהן דעמלטס א מצב, אז די היימישע אידן אין ארץ ישראל האבן נישט געהאט קיין טראפ מילעך פאר די קינדער – ווער רעדט נאך פון קעז – פוטער – א.ד.ג., יא מען פלעגט ברענגען מפעם לפעם מילעך דיירעקט פון פארעם, אבער איז געוועהן פארבינדען מיט זייער גרויסע שוועריקייטן, רובו דרובו פונעם ציבור האבן נישט געקענט עומד זיין אין דעם נסיון, ווען די פיצלעך מיט רעכט - שרייען פאר אטראפלע מילעך (דער תו"א רבי פאר זיך – ביי אים אינדערהיים האט עד סוף ימיו, מקפיד געוועהן צו העסין און טרינקען ממש נאר אייגענס – וואס מען האט געמאכט ביי אים שטוב, די זעלבע מילעך / מיליכיגס – פלעגט ער ניצן נאר וואס מען האט געברענגט פונעם פארעם משעת חליבה, עס איז אינטערסאנט צו שטרייכן, אז ווען אימער מען האט אמאהל געזוכט – אפלאץ וויא דער תו"א רבי זאל גיין אויף וואקציע – איז איינע פון די פירסט פריאריטן געוועהן – עס זאל זיין אפארם בהישג יד – (אויב איך האב נישט קיין טעות, פיהרט זיך אויך אזוי דער תוא"י רבי). ווען דער פראבלעם פון די מילעך, איז געווארן שטארקער און שטארקער, ווען מען האט זיך שוין נישט געקענט פארהוילן – פונעם געשריי פון די עלטערן וואס קענען נישט ברענגען פאר די פיצלעך די טראפל מילך און מויל, אסאך היימישע אידן בכלל אין ארץ ישראל – האבן אנגהויבן צו ניצען פשוט'ע לאקאלע מילעך – נישט קיין מהדרין מילעך – מילעך וואס האט געהאט אסאך חששות. דער תו"א רבי האט זיך געוואנדן צום וועד הכשרות פון די העדה החרדית, וואס טוט מען דא – עס קען אזא זאך נישט פארקומען, - עס איז א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בו. דער פראבלעם איז געוועהן, ווייל פון איין זייט איז נישט געוועהן קיין אנדערע קאמפאני חוץ פון 'תנובה' – וואס זאל קענען בייקומען דעם פארלאנג פון כשרות – וויא אויך די נויטיגע קוואנטאומס, פון די אנדער זייט שטייט דא אקאמפאני וואס געהרט פאר מחללי שבתות אוכלי טו"נ. דער בי"ד פון די העדה החרדית האט זיך צוזמען געזעצט – עס איז געווהען נישט קיין שטילע זיצונג, דער בית דין האט אוועקגעשטעלט זייער שווערע תנאים פאר די תנובה קאמפאני, און ווען די קאמפאני האט אנגענומען די אלע תנאים, האט דער בית דין מחליט געוועהן זיי געבן א הכשר אבער נאר - פאר די 'ירושלימ'ער' תנובה פאבריק. גלייך האבן זיך די אזויגערופענע 'קנאים' – 'נטורי קרתא' – גענומען צו די באקאנטע ארבעט זייערע, די מחוצפים האבן גענומען שרייבן פאטשקעווילן – קעגן די העדה החרדית בכלל – און קעגן דעם תו"א רבי'ן בפרט, מיט זייער געמיינע זלזול און חוצפה. עס וועט זיין אינטערסאנט אונטער צושטרייכן, אז די געמיינע מחוצפים, האבן נישט געהאט מסירות נפש צו גיין און פארעם און ברענגען פאר זיך מילעך (חוץ פון אפאהר יחידים ממש), נאר זיי האבן 'מהדר' געוועהן צו קויפן מיליכיגס פון די 'טרה' קאמפאני וואס האט געטראגן דעם הכשר פון 'ועד הרבנים דאגודת ישראל'. דער הייליגער תו"א רבי זי"ע - גייט ווידער לינקס – עפ"ל. כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 17:20 |
|
| |
דער תולדות אהרן רבי זי"ע, האט פון די אנדער זייט, געפירט אויך א שווערע מערכה בשעתו - קעגן דעם וועד השחיטה פון די העדה החרדית. ווען עס איז אים נתברר געווארן אז ביי די שחיטת בקר, גייט נישט אלעס וויא עס באדארף צו זיין, האט ער געלאזט הערן פאר די העדה החרדית אז ער וועט אסר'ן פאר זיינע תלמידים און חסידים, צו העסין בשר בקר, ווען דער וועד השחיטה האט זיך מתעלם געוועהן פון דעם, האט ער טאקע אויס גערופן ביי זיינע תלמידים, נישט צו העסן די פלייש. וויא פארשטענדליך – איז געווארן א גרויסע רעש אין ירושליימער גאס בכלל, און אין תו"א בפרט, דער וועד השחיטה האט זיך געמוזט בייגן צום תו"א רבין, און דער תו"א רבי האט אין יענערצייט אריין געשטעלט בחיר תלמידיו הרה"ג ר מאיר בראנסדורפער זצ"ל – אלס דער רב פון וועד השחיטה. עס איז אינטרסאנט, אז דער היינטיגער תו"א רבי שליט"א, האט אויך פארפירט אז די אלע שוחטים ובודקים פון די שחיטה פון די העדה החרדית, זאלן מוזן אלס איבער גיין – און איבער לערנען די הלכות שחיטה א.ד.ג. – און על פי יוזמתו, האט דער וועד השחיטה פון די העדה החרדית אויפגעשטעלט א כולל, פאר די אלע עוסקים במלאכת הקודש כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף המשך יבוא...
תוקן על ידי גערעכט ב- 25/08/2010 17:38:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 17:39 |
|
| |
דער תו"א רבי זי"ע, האט זייער פארפירט קעגן די הולטייען – אין פארוויילאכטסער בכלל, - און אין חול המועד בפרט, ער פלעגט אסאך ארום רעדן פון קדושת המועד, און אז דער יום טוב איז נישט געמאכט געווארן אויף ארום צו פארן, נאר עס דער עיקר פאר לערנען – עבודת ה' – שמחת יו"ט – און חינוך הבית. וויא עס גאר באקאנט, איז אין תולדות אהרן איין געפירט שוין צענדליגער יאהרן, א יעדע נאכט חול המועד סוכות, א זכר לשמחת בית השואבה, - עס האט זיך למעשה אנגהויבן אויף א קליינעם פארנעם, ווען די גאס האט געשמעקט דעם פרייליכקייט – און ווארעמקייט – און די אמת'ע שמחה וואס עס גייט דארט פאר, איז דאס מיט די צייט געווארן, איינע פון די גרעסטע צוזאמענקום, פון היימישע אידן – אין עיה"ק ירושלים – אין די ימי חג הסוכות. אין ארץ ישראל בכלל, און אין ירושלים בפרט, זענען דא משך די חול המועד טעג, הונדערטער הונדערטער 'שמחות בית השואבה' – כמעט א יעדער איז מפרסם אוואו מען קען נאר אויף די 'מי שלא ראה...." ביי אים אין ביהמ"ד – קהילה – ישיבה. – תו"א האט דאס קיינמאהל נישט געטוהן, די שמחת בית השואבה אין תו"א איז כמעט ביי יעדן א 'מוז' – אזוי וויא מען פארט ל"ג בעומר קיין מירון, אזוי קומט מען קיין תו"א די סוכות נעכט. מיט א פינעף און צוואנציג יאהר צוריק, זענען אריין צום תו"א רבי'ן זי"ע, א דעלעגאציע, פון חשובע העלטערע אידן פון תולדות אהרן, און מציע געוועהן פארן תו"א רבי'ן, צו מבטל זיין די שמחת בית השואבה אין תו"א, זיי האבן געטענה'ט, אז עס ברענגט אויף די גאס זייער אסאך באזוכער, און עס קען ח"ו ברענגען תערובות דער תו"א רבי זי"ע האט זיי געענפערט, אויב עס ברענגט ח"ו תערובות, דארף מען דאס מסדר זיין, און גלייך אריין גערופען די עסקנים, און האט זיי באפוילן צו נעמען די זאך אין די הענט – אז די אלע גאסן ארום דעם ביהמ"ד, זאל זיין הקפדה יתירה אויף דעם ענין. דער רבי האט זיי ממשיך געועהן צו זאגן אויף א עכערן טאן: מיר לאזן נישט די תלמידים, גיין אויף כל מיני פלעצער, מיר געבן אויף זיי אכטונג, אז אלעס זאל ביי זיי זיין ממש על טהרת הקודש, און וויא וועלן די בחורים – אינגעלייט גיין ביי די נעכט, וויא קענט איר זיך ערלויבן צו טראכטן בכלל פון מבטל זיין אזא הייליגע זאך – וואס ברענגט א התעוררות – און א חיות דקדושה. די אידן האבן נישט נאכגעלאזט, און ממשיך געוועהן צו טענה'ען, אז די שמחת בית השואבה ברענגט אין ביהמ"ד תו"א, כל מיני העלעמענטן – וואס זענען זייער ווייט פון אונז, און קענען האבן א שלעכטן ווירקונג אויף די יונגווארג, און די אידן האבן מציע געוועהן, אז לכל הפחות זאל מען צו מאכן די טירן פאר די גאס, או מען זאל פראווען די שמחה פאר זיך אליין – אהן די גאנצע וועלט, האט דער תו"א רבי זיי גענפערט, אז ער וויסט פון אסאך אירע וואס האבן ביי די שמחת בית השואבה געהאט גרויסע התעוררות, און מען קען נישט און מען טאר נישט, צונעמען אזא הייליגע זאך – וויא כלל ישראל קומט זיך משתתף זיין. כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף המשך יבוא...
תוקן על ידי גערעכט ב- 26/08/2010 17:43:01
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2010 05:54 |
|
| |
כל מה שאירע לאברהם אירע ליעקב
ווען די רשעים וואס זענען שולדיג אויף די גאנצע מחלוקה פון סאטמאר מיטן זיין די יועצים פאר דער נחש הקודמוני משה פרידמאן, האבן אנגעהויבן שרייען אז ר' שמואל יעקב איז נישט א קנאי, ער לאזט נעמען ביטוח לאומי (מעדיקעט),און מיט רשעות האט מען צושטערט זיין חתונה פון א קינד מיט דער זון פון מאקווער רב ז"ל פון ב"ב, און נאכדעם האבן די נעבעכדיגע נרדפים געמאכט א יום תפילה אויפן חרון אף אז דער רבי'נס שטריימל איז אראפ געפאלן, און די אלטע רשעים האבן געשריגן אויף ר' שמואל יעקב אז ער איז א פרעסער און א זויפער, ער פרעסט שבת ביינאכט ביז שפעט, (די קאסעטע איז דא צו באקומען עד היום ביי אפרים וועבערמאן נישט מיט א צונזר),
די אלע זאכן קומן צוריק, האסט געבויעט זלמניו מיט זיין זון דער יפוער יעצט כאפסטו, בור כרה ויחפרהו ויפול בשחת, וויין נישט מיט קארדינאלע טרערען כאילו די ביסט נעבעך א נרדף.
און מיט דעם בין איך פארטיג אויף דעם אשכול, יעצט זיי ממשיך מיט דיינע טרערען פון דיינע יעצטיגע רדיפות. מיט הצלחה
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2010 06:29 |
|
| |
ווי האט נאר געזאגט דער אומפארגעסליכער ראש הקהל? " אז מ'לייגצעך שלאפן מיט קעץ שטייט מען אויף צוגראדזשעט" ואידך פירושא זיל גמור זיי יעצט ממשיך מיט אביסל היסטאריע
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2010 11:38 |
|
| |
בלה בלה
| דמשקאליעזר כתב: |  | כל מה שאירע לאברהם אירע ליעקב
ווען די רשעים וואס זענען שולדיג אויף די גאנצע מחלוקה פון סאטמאר מיטן זיין די יועצים פאר דער נחש הקודמוני משה פרידמאן, האבן אנגעהויבן שרייען אז ר' שמואל יעקב איז נישט א קנאי, ער לאזט נעמען ביטוח לאומי (מעדיקעט),און מיט רשעות האט מען צושטערט זיין חתונה פון א קינד מיט דער זון פון מאקווער רב ז"ל פון ב"ב, און נאכדעם האבן די נעבעכדיגע נרדפים געמאכט א יום תפילה אויפן חרון אף אז דער רבי'נס שטריימל איז אראפ געפאלן, און די אלטע רשעים האבן געשריגן אויף ר' שמואל יעקב אז ער איז א פרעסער און א זויפער, ער פרעסט שבת ביינאכט ביז שפעט, (די קאסעטע איז דא צו באקומען עד היום ביי אפרים וועבערמאן נישט מיט א צונזר),
די אלע זאכן קומן צוריק, האסט געבויעט זלמניו מיט זיין זון דער יפוער יעצט כאפסטו, בור כרה ויחפרהו ויפול בשחת, וויין נישט מיט קארדינאלע טרערען כאילו די ביסט נעבעך א נרדף.
און מיט דעם בין איך פארטיג אויף דעם אשכול, יעצט זיי ממשיך מיט דיינע טרערען פון דיינע יעצטיגע רדיפות. מיט הצלחה |
|
דאס איז נישט דער נושא דא אין דעם אשכול, קענסט עפענען א אשכול אויף דעם וואס דו שרייבסט - איך בין דיר מבטיח - אז עס וועט זיין א אינטערסאנטע אשכול - מיט אסאך תגובות.
(אבער פטור בלא כלום אי אפשר. דמיונות - שקר וכזב, געשאסן אין דער וועלט אריין, עס האט נישט קיין הענט און קיין פוס - נישט אינטערסאנט דיר אפענפערן אויף יעדע שטות והבל - וואס דו ברענגסט דא - הצד השווה שבהם שהכל שקר וכזב - דו שרייסט אזוי וויא דעם 'קוזאק הנגזל').
א גוט שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2010 17:19 |
|
| |
| ביבער כתב: |  | ווי האט נאר געזאגט דער אומפארגעסליכער ראש הקהל?
" אז מ'לייגצעך שלאפן מיט קעץ שטייט מען אויף צוגראדזשעט"
ואידך פירושא זיל גמור
זיי יעצט ממשיך מיט אביסל היסטאריע |
|
גערעכט טייערער קענסט שרייבן וויפיל היסטאריע די ווילסט ס'וועט אייך קיין סאך העלפן ווי לאנג עטץ זענטץ אידענטיפיצירט מיט די קעץ וועט עטץ ליידן סאיז ענקער אויסוואהל - ענקערע פיהרער'ס זענען בדרך לא דרך אפיליאירט מיט די גענגסטערס סיקריקים - צו זאל עס הייסן גאדינגער לעפקאוויטש וכו' וכו' אלע שטייען זיי אין שטיצע פון די מאפיא קאמפאני אלע געהערן זיי אהין און עטץ בהמות טאנץט זיי נאך היינט האבן זיי ניטאמאל דאס געלט פון אמאל אבער די איינפלוס האבן זיי נאך די זעלבע דער באנדיט גבריאל שישא שטייט מיט בלינדערהייט מיט די זאליס ער האט ביטערליך פיינט די ארונים און די בלינדע שנאה מיטן זיך צאמפארן מיט די באנדיטן פירט ענק אין באד אריין
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2010 14:37 |
|
| |
ביטוח לאומי - Social Security
דער תולדות אהרן רבי זי"ע איז געוועהן א אויסגעשפראכענער קעגנער פון נעמען 'ביטוח לאומי' (סאשעל סעקיוריטי) – ער פלעגט שטענדיג רעדן קעגען נעמען געלט פון ביטוח לאומי, ער פלעגט שטארק ארום רעדן וועגן "כח הפועל בנפעל', אז מען זאל שטארק אכטונג געבן, אז עס זאל זיך ח"ו נישט צוזאם מישן כשר'ע געלט – מיט נישט ריינע געלט – וואס קומט פון די ציונים. דער תו"א רבי – פלעגט געבן יעדן חודש פאר זיינע קינדער, א ספעציעלע סכום געלט, וואס עס זאל דעקן אשטאט די ביטוח לאומי. איינער פון תו"א רבי'נס קינדער, האט נישט געקענט עומד זיין בנסיון, אין האט געעפנט א באנק אקאונט אין 'באר שבע' – אויף זיין רעבעצינס נאמען (די סאשעל סעקיוריטי געלט אין א"י גייט אויף די ווייבס נאמען) וואס דארט פלעגט אים אריין גיין מדי חודש בחודשו די ביטוח לאומי געלט. ווען דער תו"א רבי האט זיך וועגן דעם דערוואוסט, האט אים דאס זייער וויי געטוהן, און זייער זייער מוכיח געוועהן דעם זוהן – וועגן דעם, דער תו"א רבי האט אים געזאגט, וויא קען איך פאדערן פון מיינע תלמידים נישט צונעמען קיין טריפה'ענע געלטער, ווען ביי מיר און שטוב – קען אזאנס פאסירן. דער זוהן האט קודם פראבירט צו לייקענען, ווען דער תו"א רבי האט אים געוויזן די דאקאמענטן, וואס ווייזן אז עס ליידער יא ריכטיג, און ער נעמט יא די טריפה'נע געלטער, האט זיך דער זוהן פראבירט צו פארענפערן, 1, אז דאס איז נישט ער - נאר זיין רעבעצין, 2, אז רוב גדולי ישראל האלט אז מען מעג יא נעמען די ביטוח לאומי געלט. וויא פארשטענדליך האט דער תו"א רבי נישט געוואלט אנעמען די תירוצים, און פון דענסמאהל אין ווייטער, האט ער אים אויפגעערט צו געבן די ספעציעלע שטיצע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 00:23 |
|
| |
איך וועל ממשיך זיין די מעשה
שפעטער האבן די גבאים געמאכט דעם עולם פארגעסן די מעשה, און זיי האבן אנגעהויבן שרייען אז דער עלטסטער זון איז א ציוני א וויזניצער (נישט נאר די זאליס ניצן דעם אויסדרוק), און עשה עצמו כאילו לא ידע את המעשה הנ"ל.
און ווי שוין פריער געברענגקט דורך דמשק איז געווען א יום תיפלה, און איינער פון די גאר חשובע רעדנערס האבן געשריגן אז דער שייגץ איז א ציוני, דער שרייער האט געהייסן משה שטערן.
איז אריבער 6 יאר און דער קנאי פון תולדות הארון האט געדארפט בויען א נייע בית המדרש, נו דאס קאסט געלט, האט ער גענומען פון די קופת חולים, (מעדיקעט בלע"ז) געלט פאר א גאנצע שטאק, דא האבן זיך די קנאים געכאפט ווי זיי זענען אריין געפאלן, אוי א בראך, איז דער ר' משה שטערן וואס האט געמיינט אמתדיג, איז ארויף אויפן בימה פון תולדות אהרן שול און געריסן קריעה און געשריגן רבינו סר מן הדרך.
דער המשך איז איבעריג, איך לאז דאס פאר גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 04:30 |
|
| |
ועל חטא

תוקן על ידי קומפוט ב- 30/08/2010 04:34:42
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 04:39 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 05:57 |
|
| |
ביטע אויסמעקן די שמוציגע פאשקעווילן, מעשי ידי עמרם טייטלבוים.
מ'האמיר ב"ה גענוג אייגענע שמוץ.
(איך פארשטיי די הנאה ווען מר. שישא באקומט צוריק זיינס... אבער עס גייט שוין ווייטער פון אים, והזהרו בדבריכם)
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 10:19 |
|
| |
| הולך_לבגץ כתב: |  | איך וועל ממשיך זיין די מעשה ...................................................................................................................................................................................................................... דער המשך איז איבעריג, איך לאז דאס פאר גערעכט |
|
אין דער המשך איז אז: תו"א האט געשיקט צוויי דעפוטאטן צום שטאטראט, און 'יום עצמאות' לייגט מען צוויי גרויסע ציוניסטישע פענער 'דגלים', איאהר ארום זענען שוין אלע תו"א מוסדות ארונטערגעווארפן געווארן אינטער דעם משרד החינוך, תו"א נעמט געלט אויף רעכטס אין לינקס, פון אלע פעדעראלע און לאקאלע ציוניסטישע קאסעס, דער תו"א רבי האט געשיקט צוויי מנינים כולל אינגעלייט, זיך צו שטעלן ביי די ארמיי 'צהל', נעכטן נאכט איז געוועהן א אסיפה ביי קהל אין תו"א, מען האט מחליט געוועהן אז גלייך נאך סוכות, וועט תו"א פארקויפן די בנינים אין מא"ש, און גייען זיך אריבער ציהען קיין תל אביב. באגאצניק, אזעלכע שונאים וויא דיר טאקע (אפשר אביסל קלוגער און פיפיגער) האט שוין תו"א פארמאגט אין די צענדליגער - משך די יאהרן, וויא זענען זיי? און וויא איז תולדות אהרן. הקנאה התאווה והכבוד.......
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2010 10:27 |
|
| |
איך האב שוין אנגערירט אויבן דעם נקודה, איך זעה אבער אז עס זענען דא אזעלכע וואס – וואס איך שרייב דא, איז לצנינים בעיניהם, וועל איך דאס נאכאמאהל אנמערקן. תולדות אהרן אלס די גרעסטע און הערליכסטע קהילה, איז שטענדיג געוועהן א ציל ברעט פון די אזויגערופענע 'קנאים', משך די יאהרן זענען ארויס געקומען קעגען תו"א בכלל, אין דעם תו"א רבי'ן זי"ע בפרט, הונדערטער הונדערטער פאטשקעווילן, מיט סיפורי מעשיות שלא היו – דער כלל פון פאטשקעוויל מאכער איז שטענדיג געוועהן, "זאל ער ענפערן אז ער האט נישט קיין שוועסטער". די שמוציגע פאטשקעווילן וואס ווערט געבענג מפעם לפעם דא אינעם פארום, איז כאין וכאפס, וואס עס איז ארויס בשעתו קעגן דעם עמוד העבודה והיראה – דער הייליגער תו"א רבי זי"ע. היינטיגע פאטשקעווילן וואס די געמיינע נארישע יונגלעך געבן ארויס, איז סתם נאריש – אהן קיין זאפטיגקייט, א יעדער יונגעל וואס האט א קיבארד מיט פרינטער, שיסט דאס ארויס – און די נארישע אלפא בית'ניקעס, רייבען זיך די הענט פון הנאה, אבער דער אינהאלט פון פאטשקעווילן, ווייזט אונז ווער די מחברים זענען – און פון וואסארא IQ- intelligence quotient זיי זענען געקנאטן, אזוי אז מען שרייבט אביסל היסטארי וועגן תו"א, קומט דא א נאריש יונגעל, און שיסט אריין א נארישען פאטשקעוויל דא, (איך האף נאר אז די מנהלים פארשטייען דעם באדייט), און מיט דעם האט ער אפגעפרעגט די היסטארי פון תו"א. מה שאירע ליעקב – אירע ליוסף
תוקן על ידי גערעכט ב- 30/08/2010 10:30:38
 |
|
|
|
|
|