ס'איז באמת אומגלויבליך ווי אזוי מענטשן שרייבן אנטקעגן א קהלה קדושה. כאטש איך ווייס קלאר אז מיינע ווערטער וועט נישט טוישן זייער מיינונג, שפיר איך פאר א פליכט קודם כל צו "מוחה זיין" אנטקעגן בזיון ת"ח, און דערנאך אויסצוקלארן אפאר פאקטן.
דער אמת איז, אז די דורות פאלן אין די גאנצע וועלט, סאטמאר איז ווייט נישט וואס איז אמאל געווען, ממש נישט קיין פארגלייך, און קיין איין אנדערע קהלה. די היינטיגע יונגווארג זענען נישט וואס אונזערע עלטערן און זיידעס זענען געווען, מיט יראת שמים, עבודת ה', פרישות מעוה"ז ולוקסוס א.א.וו., און ווי שטארק זיי האבן געוויינט אויף ירידת הדורות בשעתם, וואלטן מיר זיך געוואונטשן צו האלטן דארט..
איך וועל מודה זיין אז די יונגווארג אין תולדות אהרן איז נישט אינגאנצן וואס איז געווען אמאל. מען קען עס אפילו נישט פארלאנגען. הגם די עלטערע אידן דארט זענען נאך אלץ די זעלבע, מסירות נפש אידן, די קאפ אריינגעטון אין בלויז רוחניות, תורה ותפלה, אויף א פארנעם וואס איז שווער צו טרעפן בדורינו, איך גיי נישט אויסרעכענען קיין נעמען, כאטש איך קען אויסרעכענען הונדערטער נעמען פון מפורסמים בעבודתם וקדושתם, און דרייען זיך צווישן די אונטערשטע בענק אין תולדות אהרן.
איך וויל אויך נישט אריינקריכן אין די מחלוקת. אפילו לשיטת די וואס האלטן אז תוא"י איז גערעכט און נישט תו"א (דאס הייסט: די הנהגה, די מנהלי המוסדות), מיינט נאך אלץ נישט אז תו"א איז אפגעפארן, מער נישט מוחה, זינקט אין לוקסוס, האט שמוציגע כלים ביי זיך, גייען מער נישט אין די שיטה, וכדומה.. חס מלהזכיר! אין פאקט, איז תולדות אהרן, פארהאלטניסמעסיג, נאך אלץ די שענסטע, ערליכסטע, איידלסטע קהלה אין אונזער (סאטמאר) שיטה, וואס איז פאראן אין ירושלים, און אפשר אין די גאנצע וועלט!
מיר זיצן דא אין אמעריקע על סיר הבשר אויף די באקוועמע פאטעלן אויף היידפארק, מיט אלע פראגראמען וואס איז שייך צו באקומען סיי ביחיד און סיי אין די מוסדות, און אנגעגעסן מיט אלע "פליישן למיניהם מהודרת" שפירט זיך גאנץ באקוועם צו האקן און בראקן אויף ערליכע אויסגעמאגערטע אידן, וואס זענען מיט מסירות נפש נישט נהנה קיין כי-הוא-זה פון די טמא'נע מקורות, נישט דורך די מוסדות און נישט אליינס, מען גייט צום דאקטאר אדער דענטיסט בלויז ווען עס איז שוין באמת באו מים עד נפש, מיט געלט וואס מען דארף נעבעך אויסשנארן אין חוץ לארץ, "א ארץ-ישראל'דיגע איד מיט צרכי רפואה" הערט מען אויסרופן אין די בתי מדרשים...
אידן וואס דער קאפ ליגט זיי אין העכערס, דער גאנצער מהלך המחשבה און דיבור איז אזוי פיל העכער פון אונז, און אלעס טאקע דורך די דיבורים און שיחות פונעם רבי'ן שליט"א, און אין די הייליגע ספרים אין וואס זיי זענען עוסק יומם ולילה, איך האב דארטן נאנטע באקאנטע און קרובים, סיי ווען איך רוף זיי אן, ווער איך ערשטוינט. למשל, איך האב געדארפט רעדן צו איינעם בעפאר פורים וועגן אן ענין, ער הויבט אויף דעם טעלעפאן מיט א שלו' עליכם, און וואו האלט איך ערגעץ מיט מחיית עמלק?.. און דער ספר זאגט דאס און יענער ספר עפעס אנדערש, און גיט מיר א "שיעור" מלא אמונה און חיזוק אויף אונזער שוואכן דור, אזש איך פאל ארונטער פונעם בענקל..! יא, א פשוט'ער יונגערמאן!
אויב קוקט איר אמאל אדורך די של"ס תורות פונעם רבי'ן, וואו ער מאנט און וועקט, לאזט נישט נאך, מעורר צו זיין לבם של ישרא' לאביהם שבשמים, איז לא ימלט איר זאלט נישט נתעורר ווערן. און איר וועט אביסל פארשטיין פון וואו דער עולם שעפט אזויפיל חיזוק אין ערליכקייט אינען היינטיגן דור.
אגב, איך וויל ווייטער נישט אוועקקריכן און נישט מאריך זיין, אבער אפשר זאל איך דערמאנען אויפן שפיץ גאפל, איך געדענק נאך דעם רבי'ן פון מאנסי, אין די יונגע יארן ווען כמעט קיינער האט אים נאך נישט געקענט, די אלע וואס האבן זיך אביסל געדרייט ארום אים ווייסן צו זאגן פון זיין געוואלדיגע עבודה, אפגעזונדערט פון מענטשן'ס אויגן, גאנצעטע נעכט אפגעפראוועט, אויסגעזאגט הונדערטער מאל תהלים מיט א אויסטערלישע השתפכות הנפש, אפגעלערנט בעיון רב פילע מסכתות הש"ס (מען האט דאס אונטערגעהערט אונטערן טיר), ער איז מפורסם פאר א גאון עצום בכל מכמני התורה, כאטש ער זוכט דאס נישט ארויסצופאקן בפני כל קהל עם ועדה ווי אנדערע רבי'ס טוען, ער איז אלץ אנטלאפן פון כבוד כמטחוי קשת, אפילו די היינטיגע תוא"י חסידים ווייסן דאס און האבן אזוי געזאגט אויף אים בעפאר די מחלוקת וועלכע איז מעוור עיניהם האט זיך אנגעהויבן, א איד וואס איז אויסגעטון פון גשמיות, פראוועט תעניתים און סיגופים, און נאך און נאך... איך וויל אים נישט דא מספיד זיין בחייו, זאל ער דערלעבן משיח'ן... אבער די אלע וואס רעדן אויף אים מיט אזא זלזול זאל וויסן אז מען שפילט זיך דא מיט פייער!
יא, תולדות אהרן, איז שוין נישט ווי אמאל. זיי האבן שוין לוקסוס. למשל – זיי האבן שוין עירקאנדישאן אין זייער ביהמ"ד!
ביז די לעצטערע יארן האבן זיי נישט געהאט בלויז עטליכע פענס וועלכע האט ארומ-געבלאזן.... זיי בויען נייע מאדערניזירטע בנינים נאכן זיך צוקוועטשן אין אלטן "גרויסן" ביהמ"ד וואו עס איז נישט מעגליך געווען א נאדל אריינצושטעקן, בפרט אין חודש תשרי.
אינטערעסאנט ווי אויפאיינמאל, נאך צענדליגער יארן, איז "פלוצלינג" תערובות ביי שמחת בית השואבה געווארן א פראבלעם! די אנטי חברה, די פארביסענע, וואס זוכן נאר ארויפצושמירן שמוץ אויף די איידעלע קהלה, וואס כמעט קיין קהלה אין דער וועלט (!!) קען זיך נישט פארגלייכן צו זיי אין די ענינים, איידלקייט, קדושה וטהרה שיינט ארויס, צניעות שאין כדוגמתם, פונקט זיי באשולדיגט מען אין עניני צניעות! דבר שנצטער בו אותו צדיק, כידוע, ווי דער תו"א רבי זצ"ל האט פארפירט א גאנץ לעבן אויף די ענינים, יכשלו בו זרעו? און עם כל זה האט מען געטון לפנים משורת הדין און אריינגעלייגט גרויסע געלטער דאס צו פארמיידן, מאכט מען דאס אוועק מיט כל מיני ליצנות!
איך פארשטיי אז די פארביסענע אומפארגינערישע חברה ווילן גארנישט נאר זעהן דעם שמחת בית השואבה געענדיגט מעתה ועד עולם, און זיך קלאפן אין די בייכער אז תולדות אהרן האט נישט מער דעם כח פון אמאל; אבער ווי ערווענט פריער (גערעכט) איז שוין פארהאן א הוראה פון דעם פריערדיגן רבי'ן זצ"ל אז בכגון דא קוקט מען נישט אויף דעם הפסד וואס איז יצא בשכרו, און די אלע חברה מיט שלעכטע מדות וועלן נישט ארויסברענגען דער אויסטערלישן, הייליגן געשמאק וואס נעמט ארום יעדן באטייליגטן אין די שמחבה"ש, נאר ליבערשט שטיין אויפן גאס און ציילן די נשים און קוקן ווי צניעות'דיג זיי גייען אנגעטאן, און דערנאך מאכן א שטינק און אנשמירן תו"א אז זיי זענען אלעס גורם. איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס גענוי זיי ווילן תולדות אהרן זאל טון דערוועגן.
ס'איז באמת נישט צום באגרייפן וואס וויסטע מחלוקת קען אפטון, מען נעמט א מענטש וואס איז ממש פון די צדיקי הדור, וואס ווער עס באאבאכט זיין סדר היום און זיין עבודה ווערט מורא'דיג נתפעל, און מען זוכט פון אונטער דער ערד, ממש חופש כל חדרי בטן, א פונק פון א שמץ פון א זאך וואס קלינגט אנדערש ווי איך האב ליב, און מען צושמירט דאס אין די לענג און אין די ברייט, און מען שרייט געוואלד, זיי פארקריכן פונעם וועג! איז דען נישט די מעשה פון ל"ג בעומר א חוזק?! צענדליגער טויזענטער מענטשן קומען יעדעס יאר און זענען זיך מתענג פון די הערליכע הדלקה אין מירון וואס איז מלאים זיו ומפיקים נוגה, מ'שוועבט אין העכערע ספערן, און די זעלבע מענטשן וואס פארגינען נישט די שמחת בית השואבה קומען שרייען אז כהנים טארן פלוצים נישט גיין אין מירון, און טראץ די אלע פסקים אז דאס איז נישט אמת, כדי חושש צו זיין אויף א צד א' של איסור אנטקעגט די צ"ט שערים של היתר נעמט מען אן אוהל חוצץ, און אנשטאט רעספעקט קומען די לצים און לאכן דערפון! היש לך ליצנות גדול מזה!
וואס איז דער חטא פון "זאלצבורג"? ער פארט יעדן יאר אויף וואקאציע, און ערשט דארטן לייגט ער אראפ אן עבודה למעלה מהשגתינו! נישט ווי אנדערע רבי'לעך וואס ווען זיי גייען וואקעישאן וויל איך אפילו נישט זאגן וואס זיי טוען...
מען קען נאך אסאך מאריך זיין. אבער ווי געזאגט איך גיי נישט דא אפשרייבן וואס איך ווייס אלץ, איך קען שרייבן הונדעטער בלעטער וואס בעיני ראיתי ובאזני שמעתי, דער מציאות איז אז די אלע מתלוצצים זענען פילייכט קיינמאל נישט אריינגעטרעטן אין דעם ביהמ"ד אין עיה"ק ירושלים, ווער עס איז נאר דארט געווען רעדט נישט אזוי, מען זעהט די איידלקייט אויף די פנימ'ער, כל רואיהם יכירון כי הם זרע ברך ה', לעבן פיל א העכערן לעבן ווי אונז אין די מגושם'דיגע פארגרעבטע אמעריקע, זיי לאזן זיך האקן און שלאגן למען כבוד שמו ית' אן קיינע חשבונות, און די בלוטיגע ארימעלייט טוען צווישן זיך צדקה וחסד וואס איז אומבאגרייפבאר, אידן וואס כמותם ירבו בישראל, שטענדיג אנטקעגן די היינטיגע פינצטערע טעכנאלאגיע, יעדעס געשעפט אין די אומגעגענט וואס ברענגט נאר אריין סיי וואס פון דעם כיעור וכדוגמתו, ווערט באוואשן מיט מחאות אדירות טראץ די סכנות'דיגע אכזריות'דיגע קלעפ, כידוע עטליכע יאר צוריק האבן די רשעים ממש אומגעברענגט איינעם פון די זקני ופארי הקהלה בלויז פארן מוחה זיין אויף א שמוציג געשעפט, נישט פאראן דארט אין די קהלה קיין קאמפיוטערס, בלויז געציילטע אונטער גאר א שטרענגן אויפזיכט, ס'איז באמת א פראכט פאר כלל ישראל צו האבן אזא קהלה, און זיי וועלן זיין די וואס וועלן גיין אנטקעגן משיח'ן באנפין נהירין, זייענדיג מסלתה ומשמנה, פון די בעסטע סמעטענע וואס כלל ישראל פארמאגט נאר.
זאל שוין השי"ת העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו משיח'ס טאג, ווען מיר וועלן זיך עין בעין איבערצייגן מי ומי ההולכים. און איך וואונטש דא פאר אלע אידן א לעכטיג יאר, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו תשובה שלימה, סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו וואס אין יוהכ"פ מכפר עד שמרצה את חברו, און מיר זאלן געהאלפן ווערן מיט כל מיני ישועות אמן.