מענין לענין, נאך א אינטערעסאנטע זאך וואס איז נראה לעין כל: די אלפי חסידי מישמאש גרייטן זיך אצינד צום הייראט פון זייער רבינס א קינד, אבער זינט ער איז אצינד די גייסטישע פירער פון די מוליך פארטיי, און שטייט אויס נאכאנאנדע פרעשור ״מבית ומבחוץ״ (פאר ווער עס ווייסט אביסל וואס ער האט אויסצושטיין פון די אייגענע ערליכערע קרייזן אינערהאלב בני יואל!) און ער דארף דאך שטארק אנקומען צו זיין אזוי באליבטע מעדעצין וואס רופט זיך ״אטענציע און כבוד״ האבן די וואלדמאנס באהאנגן חרדים מיט גרויסארטיגע סיינס און פלאקאטן צו אויפהייטערן אביסל זיין צוקלאפטן געמיט, נו געזונטערהייט, וועם שטערט עס? אבער ווער עס געדענקט אביסל וואס א שמוץ און טעראר סאטמאר האט געהאט אויסצושטיין בעבר ובהוה פון די שמוציאנען אז סאטמאר איז א שטיק גויאישקייט וכו, דאס אלעס איז נאר געווען פעליג ביז אלול תש״ע (ביי די עקסטרעמע קרייזן, די מילדערע האבן שוין זינט ניסן תשנ״ט נישט קיין פראבלעם מיט דעם) נאך א ביישפיל פון איך מעג און די טארסט נישט!
|
|