בית פורומים אידישע געדאנק

דעבאטע: זאל Jnet עפענען יו טוב?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2010 01:01 לינק ישיר 
דעבאטע: זאל Jnet עפענען יו טוב?

איך ווייס אז זשעי נעט פרעגט מיך נישט, אבער איך וויל פרעגן דעם דעת הקהל, טויזענטער אידן איבער די וועלט האבן נישט קיין זשעי נעט, זיי זענען אפען צו די גאנצע טריפה'נע אינטערנעט.

וועמען די וועסט פרעגן וועט דיר ענטפערן די סיבה און יענע סיבה (רוב אבי געהאקט אין קאפ), אבער עס איז דא איין סיבה וואס אסאך מענטשן ענטפערן אז "אויף זשעי נעט קען מען נישט זעהן קיין ווידיאו'ס" פארשטייט זיך כשר'ע.

א קליינע דוגמא וואס מאנכע ווילן זעהן, די ווידיאו'ס פון די פאליטיק וואס רוב פון זיי קען מען נישט זעהן אויף זשעי נעט ליגענדיג אויף יו טוב, לכבוד דעם איז דא א ריזיגע עולם וואס נוצט נישט (ליידער און א שרעקליכע ליידער) קיין זשעי נעט

אין אמת איז דאס א שוידערליכע הפקירות צו לאזן אפן די אינטערנעט אן קיין פילטער, אבער איך טראכט שוין לאנג אז אפשר איז זשעי נעט שולדיג אביסל ווייל מען האט פארשפארט די יו טוב סייט.

אויב איינער וועט זאגן אז מען קען עס נישט עפענען וועגן עס איז דא דארט נישט איידעלע ווידיאו'ס, האב איך דעם שתי תשובות בדבר, איינס אז א זאך וואס עס איז דא א ריזיגע אינטערעסע ביים ציבור דאס צו האבן וועט דאס זשעי נעט לאזן אפן אפילו עס איז דא דארט זאכן וואס איז נישט אויסגעהאלטן אויך, ווי למשל איבעי וואס עס איז דא דארט אויך נישט איידעלע בילדער אבער דאך איז עס אפן, פארוואס? ווייל מענטשן דארפן דאס האבן פאר ביזנעס, די זעלבע איז מיט די נייעס וואס זיי לאזן אפן אפילו עס איז נישט אויסגעהאלטן.

און בכלל קען מען עקסטער בלאקירן די שטארק נישט איידעלע ווידיאו'ס (מען דארף ממילא באשטעטיגן ביי יו טוב ביי געוויסע ווידיאו'ס ווי אלט מען איז) פונקט אזוי ווי זשעי נעט האט געטוהן ביי איבעי

פון איין זייט קען מען זאגן אז עס איז א אחריות פון זשעי נעט צו "עפענען" יו טוב, פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז עס איז א אחריות פון זיי "צו לאזן פארשפארט די סייט" וואס דאס איז דער גורם אז פילע מענטשן נוצן נישט קיין זשעי נעט.

וואס האלט דער ציבור?


תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 25/08/2010 01:04:51




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2010 01:15 לינק ישיר 

Chas Veshalom. G-d Forbid YouTube is a Killer

תוקן על ידי קליפ ב- 25/08/2010 01:15:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2010 01:20 לינק ישיר 

קליפ איך פארשטיי נישט כמעט אלע דיינע ווידיאו'ס וואס די ברענגסט איז געלינקט צו יו טוב, וואס א זשעי נעט קאסטומער קען דאס נישט האבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2010 01:21 לינק ישיר 

No way

Even when you look on Kosher clips you can see on the side related video's with pictures of..... bshim oifen they should not open, you cant compare with Ebay which people need for buissness



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 01:28 לינק ישיר 

צדיק'ל לשיטתך דארף מען פארשפארן די גאנצע אינטערנעט, זשעי נעט זאל נאר אריינלאזן צו די אידישע געדאנק און אידישע וועלט... (אפשר ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט ווען אזוי געדארפט זיין) אויף די גאנצע אינטערנעט איז ליידער דא אזעלבע בילדער, און דאך האט זשעי נעט דאס אפן ווייל, איך פארשטיי נישט וואס איז יו טוב ערגער ווי נייעס וואס איז געהעריג אפן ביי זשעי נעט, (מ'קען מיינען ווי וויכטיג דאס איז און וויפיל ביזנעס מען מאכט פון גוגל ניוס")



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2010 02:56 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס מען דארף בכלל אויפברענגען אזא דעבאטע?


איז דען דא א הוי אמינא אז מען זאל מעגן עפענען אזא סייט?

דאס איז דאך מלא טומאה וזוהמא!!!  מען פאלט תיכף אין תהום אריין!!!!

וויאזוי קענען חסידישע אידן אפילו פרעגן אזא שאלה???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2010 19:34 לינק ישיר 

רח"ל דאס איז דאך ערגער פון די ארגסטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2010 19:39 לינק ישיר 

זיכער נישט עפענען. אויב האבן די פרירער פון דשעי נעט אביסל שכל עפענען זיי א אייגענע טוב ווי מען קען ארויפלוידן פון יו טוב מיט א דירעקט לינק און זיי שטעלן איינעם צו מאניטערן וואס ער עולם לאוד ארויף, אויב עס איז דא א טראבל מעקער קענען זיי באלקירן יענע איי פי פון ארויפלאודן.

דאס וועט מאכן פון דשעי נעט אויך די גרעסטע סייט פאר היימישע קליפס ווי זיי וועלן קענען מאכן געלט פון עדווערטייזמענטס וכדו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2010 03:44 לינק ישיר 

בכלל וואלט שוין JNET געמעגט זיין מער "קלוג" צו מאכן א צווישנשייד צווישן כשר און טריפה. אדער וואלט געווען אן איידיע אז יעדער כשרער "יו-טוב טשענעל"זאל זיך איינגעבן ביי זיי. און נאר דאס וועט מען קענען זעהן. למשל(לאמיר רעדן אייער שפראך...)KIRYASJOEL1 וועט זיך איינגעבן ביי J-NET און זיי וועלן נאכקוקן זיין היסטאריע און נאר ווידיאוס וואס ער לייגט ארויף וועט מען קענען זעהן. וואס זאגט דער עולם???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2010 03:51 לינק ישיר 

חס ושלום! חמץ גמור!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2010 06:51 לינק ישיר 

פארוואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעבאטע: זאל Jnet עפענען יו טוב?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext