| נשלח ב-25/8/2010 22:58 |
|
| |
דיני אבילות לידיעה בעלמא
איך העפן א נייער אשכול ווייל איך וויל נישט אריינגיין מיט די אנדערע נערישע טענות און שטותים
איך ווייס אז אסאך וועל איך נישט אויפטון דא אבער להגדיל תורה ולאדירה וועל איך ברענגען די שטיקל
באמת איז אז רוב עולם און רוב רבנים קענען נישט הלכות אבילות, ווייל ווער לערנט הלכות אבילות פאר ער דארף דאס, וועל איך דאס אביסל מסביר זיין
עפ"י הלכה (לויט ווי ר' יוסף קארו מיט ר' משה איסערליש האבן געשריבן) איז נישטא א איסור צו הערן מוזיק בימי אבל אביו ואמו, נאר בימי בין המצרים, אזוי ווי עסן פלייש איז נאר אסור בימי בין המצרים און נישט בימי אבל אביו ואמו, איז אויך הערן מוזיק די זעלבע זאך, קיינער וועט מיר נישט קענען טרעפן איין פוסק וואס זאל שרייבן מוזיק, די זעלבע זאך איז מיט רקידה,
וואס איז יא אסור וואס שטייט יא און שו"ע (באגלייט א קאפי) איז אז מע טאר נישט גיין צו א סעודת מרעים, וואס דאס איז כולל לפי רוב שיטות האשכנזים ברית, קידוש, פדיון הבן, בר מצוה, חתונה, שבע ברכות, הכנסת ספר תורה, וכו' וכו', אבער נאר די סעודה, די שפעטערע אחרונים האבן אויך גאסערט רקידה. פארשטייט זיך אז ביי א קינד איז נישט שייך דער איסור, ובדרך אגב אויך מסדר קידושין זיין ווען ער איז נישט מרא דאתרא איז אסור,
יעצט צו שרייען ער האט גהערט מוזיק ל"ג בעומר, דאס איז נישט קיין שום איסור, געטאנצען איז ער נישט, אזוי אויך פאריגע וואך ביי די הכנסת ספר תורה אין מאנסי איז ער נישט געטאנצען און די סעודה איז געווען א טיש,
אבער באמת רוב רבנים קענען נישט די הלכות, איך האב ליידער גפרעגט ווען איך האב געדארפט אסאך גרויסע רבנים קיינער האט נישט גהאט קיין תירוץ
דא איז באגלייט דער דף און שו"ע יו"ד סי' שצ"א
תוקן על ידי בחצרסטאמאר ב- 25/08/2010 23:04:39
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 23:04 |
|
| |
איך וועל געבען נאך א דוגמה פון א הלכה וואס קיינער ווייסט נישט ביי הלכות אבילות.
עס איז דא א הלכה מפורשת אז טאמער איינער וואס איז פסול לעדות אויף מיר זיצט שבעה טאר מען נישט גיין צו א סעודת מרעים זיך וואשן און אנטאן נייע וועש ביז דער ערשטער שבת
פסול לעדות איז כולל טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, קאזין, פעטער, מומע, נעפיו, זיידע, באבע, וכו' (און איין שיטה זאגט אויך א צווייטע קאזין), אבער רוב עולם כולל רבנים קענען נישט די הלכות וה' הטוב יכפר
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 23:46 |
|
| |
איך האב געפרעגט אמאל סאיז מיר נוגע געווען האט מען מיר גענפערט אז דעס איז ווען מזיצט ל"ע שבעה אין די שטאט ווי די שמחה איז נאכמאל זאל יעדער עקסטער טאקע פרעגן די זאכן פי אבילות שטייט איז א גרויסע טובה פאר די נשמה פינעם נפטר
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 00:05 |
|
| |
די גאנצע אשכול דערמאנט מיך פון דער בלאט ווען די שרייבעלרעך זענען פלוצלינג געווארן וועלטס תלמידי חכמים אין הלכות מליחה, ווען עס פעלט אויס ווארפט מען אוועק די תורה און ווען עס פעלט אויס נעמט מען צוריק די תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 02:13 |
|
| |
אן אריינגיין אין הלכות, איז מיר נאר אינטערעסאנט צו בחיוו איז מען נישט מחיוב בכבודו
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 19:11 |
|
| |
די רא"טן זענען פליצלינג געווארן וועלטס תלמידי חכמים,
לידיעה בעלמא
ע"פ שלחן ערוך טאר מען בכלל נישט הערען קיין מוזיק זייט דעם חורבן ביהמ"ק, פינטל. דאס גאנצע הערען מוזיק איז געבויעט אויף בדיעבד שבדיעבד, עס איז זעבספארשטענדלעך אז א זאך וואס איז אסור אלעמאל דארף דער שלחן ערוך נישט איבערשרייבן, פונקט ווי עס שטייט נישט אז דבר אחר טאר מען נישט עסן בימי אבילות, פאר וואס? איז דאך פשוט, עס איז אסור אלעמאל נישט נאר בימי אבילות.
לויט אלע שיטות פון לעצטענס וואס זענען מיקיל הערען מזיק, איז בפירש אסור צו הערען בימי אבילות, דאס קענסטו פרעגן יעדער דיין, אז די וועסט פרעגן א שאלה פון א דיין וועגן גיין צו א שמחה אין יאר וועגן א גוטע סיבה וועסטו ווארשיינליך באקומען א היתר, אז איר וועט פרעגן א דיין וועגן הערען מוזיק אין די שלשים וועסטו קיינמאל נישט באקומען קיין היתר,
יעצט גרויסע תלמידי חכמים לאמיר הערען וואס איר האט צו זאגן
תוקן על ידי רבי_יiנה ב- 26/08/2010 19:14:27
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2010 20:51 |
|
| |
לאמיר דיר ענפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
די ביסט גערעכט אז מוזיק איז אסור מיום חורבן הבית, אבער דער איסור איז סיי ביי שמחת חתן וכלה, יעדע חתונה איז אסור כלי זמר (און דאס איז איינע פון די סיבות וואס אין ירושלים איז נישטא קיין כלי זמר ביי שמחת חתן וכלה), סיי ביי דינער סיי ביי שמחת בית השואבה און סיי ל"ג בעומר, און דאס איז פאר יעדען איד נישט קיין נפקא מינא צווישן א אבל ל"ע מיט א קינד וואס האט ב"ה ביידע עלטערען מיט זיידעס אלע זענען אסור מיט מוזיק און אויך מיט טעפי'ס פון מוזיק, אבער דאס האבן שוין גדולי ישראל מתיר געווען, און היינט איז ביי יעדע חתונה דא מוזיק און ליידער ביי יעדע שטוב איז דא א טעיפ (וואס הרב וואזנער לדוגמה אסר'ט) און אזוי ווי די ביסט נישט מוחה ביי א חתונה אדער ביי שמחת בית השואבה די זעלבע הלכה האט א אבל ל"ע, און איך רעד הלכה נישט רגש
משא"כ סעודת מרעים האט קיינער נישט מתיר געווען און דאס איז אסור עפ"י דיני דשו"ע וכל גדולי הפוסקים פאר א אבל צו גיין צו א סעודת מרעים אפי' אן טאנצען, דער איסור איז נישט טאנצען און נישט מוזיק, נעם דיר אריין און קאפ הלכה איז נישט רגש, הלכה שטייט סעודת מרעים, נישט מוזיק און נישט טאנצען
אויב ווילסטו רעדן ווי א חלה דעקעל איז דא א עקסטערע פארום נישט דא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 19:13 |
|
| |
דו ביסט נישט באגלייבט אין הלכה, דו קענסטו נישט קיין לערנען, אין הלכות היידפארק ביסטו א מומחה, נישט אין הלכות אבילות, ברענג מיר זיי מוחל איין מורה הוראה וואס איז מתיר הערען מוזיק בימי אבילות, איינס איז מיר גענוג.
לידיעה בעלמא, דעם דיין וואס דו גייסט דא ברענגען, איך גיי דיר נישט גלייבן אויפן ווארט, איך גיי אים אונקאלן איבערפרעגן די שאלה.
תוקן על ידי רבי_יiנה ב- 31/08/2010 19:16:05
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 19:18 |
|
| |
רבי זלמן לייב פיליפ שליט''א איז מתיר צו זיין אויף חתונות פון א נאנטען ווען מען איז א אבל ער איז מתיר דארט צו זיין בשעתן טאנצן, נאר נישט זיצן ביי די סעודה וואס איז אסור על פי שולחן ערוך, און נישט מיט טאנצן, אבער הערן איז ער מתיר, און ער אליין איז געווען בשעתן טאנצן ביי זיינע שוואגערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 20:36 |
|
| |
פון דא קען מען לערנען הלכות אבילות מיט לעבעדיגע טאנצעדיגע מוזיק אין די שלושים פון א טאטען וואס ווייסט דעם אמת

|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 21:17 |
|
| |
געלעכטער ווי זעסטו אז מע טאנצט דא?, אפשר דארפסטו גיין צום אויגן דאקטער?,
צו רבי יונה, איך וועל דיר ענפערן נאך איין מאל אבער נאר אז די ביסט מוכן מקבל צו זיין און נישט מוזן בלייבן גערעכט
די פרעגסט איןן מורה הוראה וואס איז מתיר, איז אזוי א מורה הוראה וואס האט געלערענט הלכות אבילות, (זייער ווייניג מורה הורה האבן געלערנט ווייל דער מנהג איז דאס צו לערנען נאר ווען דאס איז נוגע למעשה), וועט דיר ענפערן אזוי, צום סעודה איז אסור, מוזיק איז בעצם אסור אלס זכר לחורבן אן קיין שום שייכות צו אבילות דיחיד, און אזוי ביי סתם א חתונה איז מען מתיר אזוי איז אויך א אבל מותר (עפ"י הלכה נישט עפ"י רגש) מיט מוזיק, דאס איז פאקט די טריקענע הלכה.
און דאס וואס די זאגסט אז איך בין בקי בדיני הייד פארק, קען זיין ביי דיר איינער וואס קען לערנען איז א עם הארץ און איינער וואס קען הייד פארק איז א דיין
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 22:34 |
|
| |
| בחצרסטאמאר כתב: |  |
געלעכטער ווי זעסטו אז מע טאנצט דא?, אפשר דארפסטו גיין צום אויגן דאקטער?,
|
|
איך ווייס נישט צי איך דארף אן אויגן דאקטער, אבער די דארפסט זעכער א מח דאקטער, פארגעסט, אדער דו מאכסט דיך ווי דו געדענקסט נישט,גיי האנדל דיר איין א קאסעט פון די ל"ג בעומר מדורה פון תשס"ו וואס איז נאך געווען אין די שלושים פון דיין רביןס טאטע, וועסטו הערן ווי די מוזיק האקט פינקט ווי א יאר פארדעם אין א יאר נאכדעם
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 23:38 |
|
| |
געהערט פון א קראנטן מקור אז רבי אהרן האט יענעם יאר נישט געטאנצן נאר געשטאנען ביים שטענדער, איר מישט צוזאם די יוצרות, זיך אראפ זעצן ביי א שבע ברכות וואס איז מסיבת מרעים איז אסור על פי הלכה, די אנדערע ווי הערן מוזיק וכדומה איז תלוי אין מנהגים און פילינגס.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 01:13 |
|
| |
משהלע דיי תגובה איז טאקע לויט דיינע געפילן און עס האט מיט די הלכה זילטש
עמטליך פראווענען ל"ג בעומר אין די שלושים, (נישט אין די יאר) פון א טאטען מיט מוזיק, איז אדער געטרעטן אויפן שלחן ערוך אדער איז עס נישט געווען זיין טאטע, פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 01:35 |
|
| |
איך וועל דיר זאג נאך אמאל זאלסט וויסן אז די ביסט א עם הארץ
שו"ע איז נישטא קיין שום איסור צו הערן מוזיק בימי אבילות, (ברענג א מורה הוראה וואס פסקנט לאיסור אבער איך וועל דיר נישט גלייבען נאר פרעגן יענעם מורה הוראה), יא אפשר געפיליש ביסטו גערעכט אבער הלכהדיג נישט
וואס זאל מען טאן דער בית יוסף האט אנדערש פארשטאנען ווי דיר און ער האט געפסקנט אז אסור איז א סעודת מרעים (אידיש גרעדט א חתונה בר מצוה קידוש שבע ברכות טיי אווענט וכו' סעודת מרעים מיינט א סעודה ווי די גוטע פריינד נעמען זיך צוזאם, און דאס איז נישט קיין חילוק מיט מוזיק אדער אן מוזיק) און דער בית יוסף האט נישט געשריבן און זיינע 4 בענדער א איסור אויף מוזיק פאר א אבל, קענסט אים רופן און קארט הייתכן, אבער מציאות בלייבט מציאות, אדרבה איך האב געברענגט א שו"ע שווארץ אויף ווייס ברענג א שו"ע פארקערט
א אויגן דאקטער דארפסטו ווייל אויף די בילד וואס די ברענגסט זהעט מען בדווקא ווי ער טאנצט נישט נאר שטייט אויפן פלאץ ביי א שטענדער, און נאכאמאל הערן מוזיק איז נישט אסור עפ"י דינא דשו"ע בימי אבילות
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 01:40 |
|
| |
און פאר די אלע וואס שיקן מיר אישי'ס מיין מטרה מיט דעם אשכול איז נישט צו רעדן צו ער איז געווען ביי א שבע ברכות אדער צו ער האט געטאנצען ל"ג בעומר, נישט דאס איז מיין מטרה, ווייל א ראיה אז ער קען דיני אבילות האב איך ווען יעצט איז געווען א הכנסת ספר תורה און מאנסי אויף 13 מאנסי באלעוואד, איז ער געקומען צום אריין לייגן די ספר תורה און ארון הקודש, און נישט געטאנצען נאר געהאלטן די ספר תורה אויף איין פלאץ, אזוי אויך די סעודה וואס איז בעצם א פראבלעם האט מען געמאכט א טיש און אזוי איז נישטא קיין פראבלעם,
אבער נישט דאס איז מיין מטרה, מיין מטרה איז צו ווייזן אז הלכות אבילות איז א שווערע מקצוע, און דאס גייט נישט מיט געפיל נאר מיט הלכה, אזוי שטייט און דאס איז דאס, געפיל לאז און זייט, און אויך פאליטיק ביטע
|
|
|
|
|