וואס האבן בני יואל/זאלונים קעגן די בחורים פון יאפאן?
היינט נאכט קומט פאר א מסיבה אין קרית יואל לטובת די בחורים פון יאפאן, איז ארומגעקאלט געווארן א מעסעדזש אז מען זאל אכטונג געבן פאר וועם מען געט די געלט ווייל איינער זוכט צו מאכן געלט
קען איינער זאגן פשט?
די נומער איז א בני יואל וואס פירט אן מיט אזא טעלעפאן סיסטעם (נישט אינטערסאנט יעצט דער נאמען ברבים, אבער א קרית יואל'ער ווייסט ווער ס'איז)
נשלח ב-29/8/2010 19:51
עס איז א פלא, ווייל אין מאנסי הער איך האבן זיי אויך ארום גערופן אז מ'זאל בשום אופן נישט גיין צום מעמד! (אפשר וועגן ער האט נישט געפרעגט א.מ. ג"ב רשות פארדעים, האו נאוס!) מ'דארף זיי מחזק זיין "בגוף ובממון"!!!!
נשלח ב-29/8/2010 20:35
וואלן ס"ח, דו מאכסט די מערסטע שאדן פאר די בחורים אין יאפאן. פארוואס שמירסטו אן מעשיות וואס ס'איז נישט אמת?
די זאלונים פירן נישט קיין שום מערכה קעגן די בחורים פון יאפאן. אדרבא, מען האט אויסגערופן אין זייערע שולן אז יעדער זאל גיין אהין.
דער איינציגסטער וואס פירט א מערכה איז אלתר משה גאלדבערגער. די סיבה פארוואס דו ווילסט נישט ארויסשרייבן זיין נאמען איז ווייל דאן זעט יעדער איינער אז דו פארדרייסט סתם א קאפ.
נשלח ב-29/8/2010 21:49
ווי איך ווייס ארבייט ערענסט ביי די בתי מדרשים פון מהרז"ל אז מען זאל אויסדדריקליך יא גיין היינט נאכט צו דער מסיבה להצלץ בחורי יאפאן, און אויף איז פאריגע וואך געווען א אסיפת עסקנים וואס סאיז געווען פילע חסידי מהרז"ל סוי וואלן איך מיין די דרייסט סתם אזוי די קאפ,
נשלח ב-29/8/2010 22:13
אנטשולדיגט אייך אלע
די טעלעפאן איז געקומען פון גאלדבערגער (באקאנט מיט די סטאר גאלדבערגער דזשעימסוועי (אזוי האט מען עס גערופן ווען אונז זעמיר געווען קינדער) ער איז גארנישט משפחה מיט אלטר משה) די וואס האבן א סיסטעם צו קאלן אין די גאנצע שטאט אזוי ווי סמארט שאפער, איך האב נישט אויפגעכאפט ווער ס'האט גערעדט.
און איך האב נאר געפרעגט וואס איז פשט, איך האב נישט געוואלט שרייבן א נאמען ווייל איך האב נישט געוואוסט וואס די אגענדע דארט איז