חאַלאַקע נעכטן זונטאָג אין תלמוד תורה "ויואל משה"
אַ ברכת מזל טוב פאַר עטרת ראשינו כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א צו די אפּשערן פון זיין אייניקל, הילד משה'לע ני"ו, בן בנו הרה"ג מוה"ר חננ'י יו"ט ליפּא שליט"א, חתן הגה"צ רבי ברוך נתן הלברשטאַם שליט"א ראב"ד ביד"צ עמק המשפט ורב דוועד הכשרות דקהלתינו הק'. די שמחת החאַלאַקע איז פארגעקומען נעכטן זונטאָג אינדערפרי אין בנין התלמוד תורה "ויואל משה" אין וויליאמסבורג, וואו דער רבי שליט"א איז ענטפאַנגען געווארן בשירה ובזמרה דורך די נאנט צו טויזנט קינדערלעך וואס לערנען אין די נורסערי-קינדערגאַרטן פון די מוסדות, וואו דער רבי שליט"א האט אויך גערעדט זייער וואַרימהאַרציג צו די פרחי הצאן, און אנגעוואונטשן אַז יעדער זאל קענען אויסשטייגן לתורה ולגדולה
תוקן על ידי SatmarNews ב- 30/08/2010 21:15:30
|
|