בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: ספעציעלע כל העולם כולו מסע הקודש לאנדאן-מאנטריאל-טאהש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2010 08:13 לינק ישיר 
ברעיקינג: ספעציעלע כל העולם כולו מסע הקודש לאנדאן-מאנטריאל-טאהש






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 08:35 לינק ישיר 

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער זעלבער כל העולם כולו וואס האט באקומען אין זיינער צייט, נאך די פטירה פון ברך משה, 25 טויזענט דאלער צו שרייבן אדמו"ר מסאטמאר נאר אויף ר' אהרן, האט אצינד ארויסגעגעבן א באזונדערע אויסגאבע ספעציעל פון די מסע הקודש פון רבין שליט"א.
 
זעהט אויס אז די אהרונים זענען געבליבן מיט זייער מענטאליטעט פון נישט באצאלן, אזוי ווי די לויער'ס און די פישמאן'ס פאר 13 הופפער, האט כל העולם באשלאסן זיי צו לערנען א לעקציע און ארויסגעגעבן א אלבוים פון רבין שליט"א. איר קענט זיין זיכער אז די אהרונים וועלן שוין צוריקלויפן צו זיי און זיי ווייטער באצאלן אבי ר' אהרן זאל בלייבן דער עקסקלאסיו אדמו"ר מסאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 08:47 לינק ישיר 

ברעיקינג: "כל העולם כלו" האט די וואך א ספעציעלע אויסגאבע - צוגאב צו די וועכנטליכע אויסגאבע - מיט הונדערטער אויגפארכאפענדע בילדער פון די געהויבענע נסיעות וואס כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן במשך פון די לעצטע צוויי וואכען העעל"ט און איז נאך אלס דאס געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית בכלל און ביי חסידי סאטמאר בפרט. לויטן סדר:
1) ביקור הקודש בביתו נאוה קודש פון הרה"ק טאהשער רבי שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים. 2) מלכותדיגע באזוך אין שטאט מאנטריאל למען הרחבת גבולי הקדושה און מעמד קביעת המזוזה פארן בנין החדש פונעם פראכטפולע תלמוד תורה געביידע  פון מוסדותינו הקדושים אין שטאט. 3) מסע הקודש לעיר הבירה לעיר הבירה לאנדאן וואס דער רבי שליט"א האט אונטערגענומען צו ראטעווען די עתיד פונעם חינוך הטהור אין אנטווערפען און צו שאפן די נויטיגע מיליאנען דאלארן וואס צו דעם האט זיך אויך מצרף געווען בצרופא דרבנן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלעכע איז ספעציעל געקומען צו פארן מחזק זיין און בפועל ארויסצוהעלפן דער רבי שליט"א מיט די עבודת הקודש, אזוי אויך זענען געקומען צו פארן רבני ודייני אנטווערפען צו באשיינען דעם מעמד קידוש ה' מאנטאג נאכט אין לאנדאן בראשות עטרת ראשינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
4) אזוי אויך איז דא הערליכע בילדער פונעם מסע הקודש פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע בשנת תש"ס וואס ליגט נאך אין איינגעקריצט אין זכרון פון יהדות החרדית באייראפע ווען דער רבי זצוק"ל איז געקומען צופארן אין באגלייטונג פון יבלחט"א ממלא מקומו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אזוי אויך איז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א  געקומען צו פארן מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג בצל הקודש פונעם רבין דער ברך משה זי"ע
דאס איז דער דעקל פונעם הערליכע אויסגאבע
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 08:52 לינק ישיר 

א גרויסן דאנק גבאי פישער פאר די נייעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 08:54 לינק ישיר 

עס וועט זיין צובאקומען אין אלע געשעפטן אין ניו יארק ווי געווענליך דאנערשטאג נאכמיטאג צייט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 21:23 לינק ישיר 

א שיינער ארבעט!
 
דער דעקל זעהט אויס געוואלדיג, דער צורה פונעם רבין שליט"א אויף די לאנדאנע גאסן מיט פשעווארסקער רבי שליט"א, ווען א יעדע טריט איז בלתי לה' לבדו מיט איין איינציגער מטרה אויפצוטוהן פאר כבוד שמים און אפראטעווען די עתיד און עקזיסטענץ פון די חינוך הטהור אין אנטווערפען, ס'איז מוראדיג! דאס הייסט א בילד וואס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, די הכנעה פון די צוויי צדיקי וגדולי הדור איינער צום צווייטן שרייט ארויס שרייט ארויס פון דעם בילד!
 
איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געקויפט אזא בילדער אויסגאבע אבער די וואך ציעט עס מיך מורא'דיג שטארק און כ'האב עס יא אין פלאן צו קויפן, אויסערדעם איז עס אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי עס האט אפגעהילעכט דער כבוד שמים אין די פרעמדע גאס,
 
ווען קומט עס ארויס? עס איז שוין דא צובאקומען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 22:30 לינק ישיר 
די אינהאלטסרייכפולע באשרייבונג אינעם ספעציעלע כל העולם כלו פון די דערהויבענע נסיעות פון סאטמארער רבי שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 22:40 לינק ישיר 
דעקל פונעם וועכענטליכע כל העולם כולו, בילדער פון געשעענישען פון איבער דער גארער וועלט, מערקט אויפן דעקל: הערליכע בילדער פון שמחת בית שארמאש אין קרית יואל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 22:49 לינק ישיר 

די ספעציעלע אויסגאבע קומט מיט די וועכענטליכע פאר די זעלבע פרייז

אצינד דאנערשטאג נאכמיטאג: עס איז שוין דא צובאקומען אין אלע געשעפטן איבער ניו יארק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2010 00:12 לינק ישיר 

די באשרייבונג איז מלא תוכן! די אפקלאנג איז עד אין לשער!
 
די מסע הקודש פונעם שר צבא ה' ההולך לפני המחנה כ"ק מרן רבינו מ'סאטמאר שליט"א האט אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו אז בימינו אלה איז נאך איבער געבליבן א מנהיג אמת וואס מיינט בלויז דעם כבוד שמים אהן קיין שום זייטיגע פניות,
 
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדיל לנו מן התועים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2010 00:36 לינק ישיר 

ווי קען מען עס קויפן אין קרית יואל אויסער ביי וואלעראו געז סטעישאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2010 00:53 לינק ישיר 

טאטעלע כתב:
די באשרייבונג איז מלא תוכן! די אפקלאנג איז עד אין לשער!
 
די מסע הקודש פונעם שר צבא ה' ההולך לפני המחנה כ"ק מרן רבינו מ'סאטמאר שליט"א האט אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו אז בימינו אלה איז נאך איבער געבליבן א מנהיג אמת וואס מיינט בלויז דעם כבוד שמים אהן קיין שום זייטיגע פניות,
 
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדיל לנו מן התועים.


LOL

what a holy propagonda for the pictures...

תוקן על ידי פשווארסק ב- 03/09/2010 00:54:04




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2010 02:58 לינק ישיר 

דו גרויסער צולייגער "פשעווארסק"
 
וואס ווערסטו אזוי ווילד! איינמאל אין עטליכע יאר ניצט מען די טאקטיק וואס ענק נוצן טעגליך, און ענק ווייסן נישט וואו זיך אהין צן טוהן!! מ'בילד און מ'שעלט אהן אויפהער,
 
אבער איין חילוק איז דא! דא קומט עס פון כל העולם כלו און ביי ענק קומט עס פון: בחצרות_פיקטשערס ענד דע סטעף, וואס דאס ווערט באגלייט מביתו נאוה קודש פון דער רבי אליינס!
 
און טאקע דאס האלטן ענק נישט אויס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2010 06:31 לינק ישיר 

הערליכע אויסגאבע! איך האב עס נארוואס געענדיגט דורך בליקן, צופיל בילדער עס צוזען און איין שאס, איך וועל עס אי"ה גרונטליך דורכליינען שב"ק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2010 12:42 לינק ישיר 

יאפס, דאס איז א באמבע פון א אויסגאבע! אויף אזאנס האב איך מיך נישט געראכטן,
 
כ'האב נישט די ווערטער אין מויל! ס'איז א אויסגאבע מיט אלע טעמים, הערליך שיין קלאסיש און אויגפארכאפענד, די בילדער איז ממש ווי לעבעדיג, איך שפיר מיך ווי איך בין אויף די נסיעה!
 
ווי איך זעה איז די בילדער אינעם כל העולם כולו עקסקלוסיוו, אין די אנדערע צוויי בילדער מאגאזינען איז עס נישט דא, זעהט אויס אז זיי האבן געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און זיי האבן געשיקט זייער ספעציעלע פאטאגראפירער פון לאנדאן אפצוכאפן די גאנצע מסע הקודש און יעצט שניידן זיי די פירות, און אין גרויסע געשעפטן אין ניו יארק איז עס שוין נישט דא צו באקומען דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי האבן געדריקט מיט עטליכע טויזענט מער ווי געווענליך, אצינד גייען זיי עס איבער דריקן צום צווייטן מאל און עס וועט פריש זיין צו באקומען קומענדיגע וואך זונטאג אין די געשעפטן.
 
איך הער אז עס איז א יעדע וואך דא הערליכע בילדער פון רבי'ן אין כל העולם כלו, אויב אזוי גייט מיין וועכנטליכע גראסערי ביל ארויפגיין מיט 3 דאלער פאר די כל העולם כלו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2010 21:23 לינק ישיר 

איךהאף אז זיי וועלן זונטאג שיקן גענוג ווייל איך לויף שוין ארום א גאנצן טאג אין אלע געשעפטן אין וויליאמסבורג און עס איז שוין נישט דא צובאקומען,
 
זיי מוזן געבן סערוויס פארן עולם זיי דארפן עס איבער דריקן עטליכע מאל ביז עס וועט זיין גענוג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: ספעציעלע כל העולם כולו מסע הקודש לאנדאן-מאנטריאל-טאהש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext