די שלעגערס פון 48 האבען זיך אריבעגכאפט קיין וויליאמסבורג און געשמיסן רעכטס און לינקס רח"ל
היינט נאכט ביי מנחה מעריב איז די מחלוקה פון 48 און 45 אריבער אין אודוואריער בית המדרש אויף ראדלידזש סטריט אין צענטער פון אלט וויליאמסבורג יצ"ו
די מעשה האט זיך אנגעהויבן בערך אזוי
אזוי וויא דער זקן הרבנים מרא דאתרא פון בית המדרש. דער אודוואריער רב שליט"א יושב ראש בית הוראה התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה 40 יאר און מחבר ספרי שו"ת דברי שלום ח חלקים על ארבע חלקי שו"ע
ושאר ספרים על התורה וש"ס.
(וואס בדרך אגב איז ער היינט דער איינציגסטער רב ממש אין די גאנצע וועלט וואס איז נאך געווען רב אין דער אלטער היים קודם מלחמת העולם בערך בשנת תרצ"ו 75 יאר שוין רב ביי יודען עטליכע דורות. שליט"א
און ער איז טאקע געהעריג אויפגענומען געווארן אלץ רב וויא אמאליגע צייטן . און כידוע ביי די הכתרה האט טיילגענומען בראש הציבור . רבינו הקדוש רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע (זיידע פון סאטמארער און באבובער רביס) בנו של רבינו הקדוש והנורא רשכבה"ג בעל דברי חיים מצאנז זי"ע ועכ"י ) דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע שרייבט אויפן אודוואריער רב שליט"א בשנת תשי"ב אז אין אמעריקא איז כמעט נישטא נאך אזא איינער וואס לערנט תורה לשמה כראוי.
נחזור לענייננו איז דער זקן הדור דער רב שליט"א יעצט אין שטעטל בעדפארד היללס קאשוי דארט וויא ער וויילט זומער ביי זיין אייניקעל הרה"ג משה יחיאל אילאוויטש מיעמרינג און ער איז נאך נישט אהיימגעקומען
( עס איז דא א שמועס אז מען וויל עהם נישט אריינברענגן ר"ה קיין וויליאמסבורג ווייל די לעצטע צוויי יאר איז די ערשטע נאכט ראש השנה ביים ווינטשען לשנה טובה געווען סכנת נפשות ממש . טויזענטער אידען האבען זיך געשטופט שעהן אין די רייע דורכצוגיין נעמען א ברכה פון זקן הדור און ווייזען פאר די קינדער וויאזוי א רב האט אמאל אויסגעזעהן אינדערהיים (המקבל פני זקן כאילו מקבל פני השכינה ממש) און עס האט געדויערט כמעט ביז האלבע נאכט
על כן ווילן די מקורבים נישט אריינברענגן דעם רב שליט"א אויף ראש השנה.)
און רוב זומער פירט אהן דאס אודווארייער ביהמ"ד צופרי און ביינאכט החסיד הישיש ר' מאיר שטיין שליט"א פון די גרעסטע אהרונים אויך העלפט עהם צו דעם דיין זון הרב אלטר שליט"א
אבער אזוי וויא עס איז דא דארטן אויך א סאך זאליס וואס בונטעווען קעגן מאיר שטיין . און היינט נאכט האט ער געהייסן דאווענען פריער מנחה וויא געווענליך
איז אויפגעשפרינגען אויף רב מאיר שטיין עטליכע זאליס און שלעגערס משהלי גליק מיט סטרולאוויטש מיט וועכטער און שיעור נישט אנגעהוייבן צו טיילן פייערדיגע פעטש פאר ר' מאיר שטיין . ווען נישט וואס דער עולם וואלט זיך נישט אריינגעמישט וואלט געפלויגען שטענדערס מיט סידורים רח"ל
דאס איז אויך א עונש ווייל פאר א פאר וואכען צוריק האט מען ארויסגעטריבען ר' נחום ראזענבערג נ"י פון אודוואריער ביהמ"ד
דאס איינציגע בית המדרש וואס ער האט נאך געקענט דאווענען דארטן וועגען דעם איז געווארן דארטן דאס גאנצע איבעקערעניש
און דער דיין איז זיך געשטאנען ביי זיין שטענדער אויסגעדרייט מיט פנים צו מזרח און זיך נישט געמאכט וויסענדיג כאילו וויא עהם מיינט מען נישט בכלל . ווייל ער האט זיך אויך נישט אנגעומען דעמאלס פאר ר' נחום נ"י וועגען דעם איז דער בזיון נורא אויך געווען זיינס אויך
בימים ההם אין מלך בישראל
אז מען מעג זיך שלאגען אין 48 מעג מען זיך אין אודווארי אויך שלאגען
א בזיון בית המדרש
א בזיון זקנים
א בזיון תלמיד חכם
א הכנה צו די ימים נוראים וימים טובים
פיין!!!
נשלח ב-2/9/2010 10:52
דא ליין מער פרטים פארוואס מען האט ארויס געווערפען נח"ש
און חיים שמעלצער אונטער שמש אין אודווארי האט ערלעדיגט אז ר' נחום זאל קענען דאווענען די הייליגע טעג אין בית יעקב אוהב שלום
נשלח ב-6/9/2010 02:20
What shul is bies yakov oihaiv shulem ? Is it in WB ?
נשלח ב-6/9/2010 07:26
אוי קלעזמער קלעזמער, דאס מיינט א שטורעם אין א גלעזל וואסער ביסט ממש א מומחה צו מאכן א אישו פון א פשוטע טישו, וואהרשיינדליך האסטו זיך עס געלערענט פון דיין רבי חזיר נחום רויזענבערג, און יא, כ'בין גיט באהאווענט מיט די פרטים
נשלח ב-6/9/2010 18:50
איך זע בכלל נישט דא קיין מעשה מען האט ארויסגעווארפען דעם ים חזיר? דאס טוט מען נישט פון יעדן שוהל?