מילא עס גייט מכות איז דא א היתר, אבער דא זעט אויס לפחות לפי האשכול טרוקען מסירה.
נשלח ב-3/9/2010 06:06
עס קומט מיר צו לאכן
די בני יואל האבן איינגעפירט צו רופן פאליס אויף אידן טאג איין טאג אויס, פלוצלינג איז מסירה צו רופן 911
איך געדענק ווען זיי האבן גערופן פאליס אויף קינדער פאר יעדע קלייניקייט
אבער איך פארשטיי. ווען איינער טרייט צו טון זיין דזשאב צו פראטעקטן דעם שטעטל און א לא לנו שטייט אים און וועג, וועמען זאל ער רופן, די וועד הצניעות
?
אה מכות איז דער תורהדיגער וועג
What?
נשלח ב-3/9/2010 06:13
די מעשה פארוואס מען רופט אים קעטשאפ איז ווייל ער איז איינמאל אריינגעקומען אפאר טעג אין א צי אין לאנטש רום פון ישיבה ביי פרישטאג און זיך גערייצט מיט די בחורים (איך ווייס נישט וואס עס איז דעמאלטס געווען) מען האט אים געווארנט טאג איין טאג אויס ער זאל עס נישט טוען. ביז איינמאל ביי לאנטש ווען ער איז ארויפגעקומען האט א בחור גענומען א קאנטעינער מיט קעטשאפ(ווער עס קען די ריזיגע קאנטעינערס אין ישיבה ווייסט וואס איך מיין...)
און אים באגאסן דערמיט. זייטדעמאלט האט ער בקומען דעם "חשובן" נאמען
נשלח ב-3/9/2010 20:42
אהרוני במקום לאכען זאלסטו לערנען אבער פרעגען א רב איך בין נישט קיין תושב קרית יואל אין אפילו נישט קיין סאטמאער, אבער עס איז דא זאכען וואס נישט נאר מען מעג רופען פאלייציי טאג איין טאג אויס נאר מען דארף רופען פאליציי למשל אויף שלעגער'ס
דא זעט מיר נישט אויס לפחות לפי האשכול א היתר צו רופען פאליציי
איך מיין אז א איינגעשטעלטער מוז האבען א נאמבער פון א רב צו פרעגען וואס מען מעג אבער מען מוז טון מסירה איז זייער א דעליקאטע הלכה עס איז שווער פאר א פשוטער ארבייטער צו פארשטייין חילוקים
נשלח ב-3/9/2010 23:01
האלבערשטאם כתב:
אהרוני
במקום לאכען זאלסטו לערנען אבער פרעגען א רב
איך בין נישט קיין תושב קרית יואל אין אפילו נישט קיין סאטמאער, אבער עס איז דא זאכען וואס נישט נאר מען מעג רופען פאלייציי טאג איין טאג אויס נאר מען דארף רופען פאליציי למשל אויף שלעגער'ס
דא זעט מיר נישט אויס לפחות לפי האשכול א היתר צו רופען פאליציי
איך מיין אז א איינגעשטעלטער מוז האבען א נאמבער פון א רב צו פרעגען וואס מען מעג אבער מען מוז טון
מסירה איז זייער א דעליקאטע הלכה עס איז שווער פאר א פשוטער ארבייטער צו פארשטייין חילוקים
זיי האלטען אין איין שרייען אז די וויליזש האט א דין ווי גוישע אפישעלס
זיי רופן די וויליזש אין קארט אין מסר'ן די וויליזש טעגליך {אפי' אין פעלער ווי עס קען דראען תפיסה פאר יודן אויב מ'קען נישט אפווארפן די בילבולים לדוגמא ביי די וואלען)
דער זעלבער אויסווארף האט שוין אליין גערופן פאליס קעגן ר' משה לייב ווי מ'זעהט אויף די מסור'ס קליפס אלעס מיט די תירוץ אז דאס איז פינקט ווי ער מסר'ט א גוישע פאליציאנט
נו אויב לדעתו מעג מען מסר'ן ר' משה לייב ווייל ער ארבעט ווי א סעקולערע איינהייט דאן פארוואס זאל אים די אפיס דארפן א היתר צו ארעסטירן אזא מענטש?
לשיטתו האט ער דאך נישט קיין דין ישראל ווען ער איז אין אמט