שיסעריי און ב.פ. ריפט ארויס בייז בליט ביי רא"ט
בערך א שעה צוריק איז פארגעקימען א שיסעריי און בארא פארק, אויף די זעלבע ארט ווי רא"ט וועט צוזאמנעמען געלט פאר זיין שטיינערנע קאסע אויף וואס מען גרייט זיך שוין וואכן לאנג מיט גרויסע פלאקאטן אין טוויטער מעסעדזשעס געשיקט דורך יואלי לאנדא און אפילו פיקטשער פריעדמאן האט געגעבן פינקטליכע דירעקשאנס ווי די באסעס וועלן אויפפיקן די געטרייע חסידים די באסעס האבן געדארפט צופירן ביז הארט צום טיר אוואו מען וועט קענען צוקימען אל הקודש פנימה פון דעם הייליגער סבלן.
אבער....... א שיסעריי האט אויסגעבראכן אויף דעם זעלבען ארט, די ארונישע פאטאגראפער הערשי רובינשטיין האט אנגעריפן אז די שיסעריי איז אים וויכטיגער ווי דעם סבלן וואס זיצט דארט נעבעך מיט שארפע אויגן צום טיר און ווארט ווי שמינו עצרת העכער סיגוטער שול... אחוץ פיקטשער פריעדמאן וואס זיצט דארט און בייסט זיך די נעגל הערשט א אנגעצויגענקייט אויפן העכסטן גראד, די בליציגע לעמפלעך מיט די שרייענדע סירענעס האט אויפגעברענגט ביי רא"ט אומאנגענעמע זכרונות וואס האט זיך אפגעשפילט אויף נישט לאנג צוריק און וויליאמסבורג.
|
|