| נשלח ב-3/9/2010 21:40 |
|
| |
אן אמת'ער ווייטאג
ליידער האט אויסגעבראכן א סוכסוך צווישען די ק"י ראשי הקהילה, ווי ר' דוד עקשטיין האט נעכטן ארומגעשיקט א בריוו צו די ראשי הקהלה, מיט הארבע טענות אויף מאיר הירש בנוגע זיין גאנצע ווערטשאפט די לעצטע יארן לעולם וואלט מען געדארפט דאס באגראבן ווייל אונזערע שונאים קוקען ארויס שוין א לאנגע צייט אז עס זאל אויסברעכן א קריגעריי ביי אונזער לאגער, אבער עס איז יעצט א בחינה ווי פאר 11 יאר צירוק וואס אונז קען מיר זיך נישט מער ערלויבן צו שווייגען , פארפאלען מיר זענען גרייט צי פעסען די מוזיק, אבער די עוולת וואס ווערט געטוען דורך מאיר הירש ענד קא, סיי פארן ציבור און סיי די זולזול בנוגע רבינו שליט"א, מוז זיך אפשטעלן איין מאל פאר אלעמאל, ווען איך וואלט געווען דוד עקשטיין וואלט איך איינגעשפאנט ר' עמרם כהן נאכאמאל, אז ער זאל מסביר זיין וואס דא גייט פאר און וואס פאר א סכנה דער מאיר הירש איז, אין א געוויסען זון איז דא אן ענגערע מצב ווי פאר 11 יאר צירוק, ווייל דעמאלטס האבן דיינע קעגנערס געזאגט אפען וואס זיי ווילן, אבער דא שטעלט זיך דער מאיר הירש אהער ווי ער איז דיין פארטרעטער, און קלאמפיש איז ער דא צו דינען די אונטערעסע פון רבינו שליט"א, וואס דאס איז נאך ערגער פון אלעם, איך וועל קיינעם נישט דא איינרעדן וואס פאר א באליבטע מענטש דער דוד עקשטיין איז, און איז געווען, סוף כל סוף האט ער געטוען אלע יארן די שמוציגע ארבייט פאר די קהילה, און אלעס האט ער געטוען פארן ציבור און בפרט פארן כבוד און אונטערעסע פון רבינו שליט"א, וואס דאס איז א פאקט וואס קיינער קען נישט לייקענען, אבער דא שטעלט זיך ארויס זיין אמת'ער געטריישאפט פארן רבין שליט"א, ער האט פארקוקט אסאך כדי צו קענען יעצט נעמען די זאך און די הענט אריין, אפגעזען וואס פאר א ביזיונות עס קען אים ברענגען, אבער ער קוקט איין זאך וואס איז דער טובה פון אונזער ציבור, און די טובה פון רבין שליט"א, לאמיר זיך איין מאל פאר אלעמאל זיך אויסשמועסן דעם הלוך ילך פון מאיר הירש ענד קא. עס איז נישט קיין סוד מיט וואס פאר גיאות דער איד פירט זיך אויף קלאפע דעם ציבור, די גאנצע ווילעדש מיט ועד הקריה איז אהער געשטעלט נאר פאר די ריינע (רייכע) ראסע, דער ארימער ציבור זאל דערטרענקען ווערן פון מאיר הירש ענד קא. זייט , און בכלל האט רחניות קיין פלאטץ ביי אים אין מח, פון זיין זייט וואלט ער געוואלט אז יעדער זאל גיין מיט קורצע רעקלעך, און געביגעלטע הויזן, אין די אלע פרימאקעס זאל מען דיפארטירן אויף אוישוויץ, אין שטעטל זאל נאר זיין קעדילעקס מיט עס יא וויס, און פאר דעם רודפט ער שוין יארן די התאחדות אברכים, מיט די פרומע אינגעלייט, עס איז א פאקט וואס ליגט שוין ביי אונז אנגעגעסן יארן לאנג אין יעדער האט מורא דאס ארויסצויזאגן, ווייל די שונאים וועלן לאכן, א כפרה מיט די שונאים יעצט, יעצט איין מאל פאר אלעמאל זאל מאיר הירש ענטפערן די הארבע שאלות וואס דוד עקשטיין האט אים געפרעגט, און אויפהערן אונז משיגע מאכן אז די רבי האט געהייסען, ווייל עס איז שקר , ער טוט וואס ער וויל אן קיין שום חשבון פאר קיינעם קיינעם , אין די גאנצע וועלט איז נישט דא אזאנס אז איין מענטש פירט און טוט מיט מיליאנען דאלארען אן דארפן געבן פאר איינעם חשבון, כאילו עס איז זיין אייגנטום, פארוואס דארף דאס אזוי זיין? איז דעם נארמאל ? אין ווען דער רבי בעט אים עפעס ענפערט ער מיט זולזול אז ער וועט זען צי ער קען עס טוען? ווער ביסטו אז דו דארפסט זען? דא איז דא א בעל הבית דער רבי, מיט וואס פאר א רעכט האט ער זיך ארויפגעזעצט אויף אלע נכסים פונעם שטעטל אן דעם וואס מען זאל קענען אריינרעדן א ווארט? רבותי אונז מיז מיר יעצט איינמאל שטיצען אונזער ר"ה דוד עקשטיין אז ער זאל מאכן סדר דא איין מאל פאר אלעמאל, אז מאיר הירש קען נישט ארבייטן מיט נאך מענטשן זאל ער אפטרעטן, עס איז נישט דא אזא זאך ווי איין מענטש אליין זאל זיין בעל הבית אויפן ציבור'ס געלט אין נכסים, און ווען עמעצער רעדט צי דעם הויעך געשפריצטן מאיר הירש, זאל ער נישט יענעם באזידלען מיט א עמערס ליצנות, ווייל ווער ביסטו? דו האלטסט דעם ציבורס געלט גארנישט מער, עס האט גאנישט צוטוען מיט אים זעלבסט, און אז דער רבי וויל וויסן א חשבון זאלסטו זיי מוחל זיין ענטפערן מיט דרך ארץ, אזוי ווי און א יעדע מוסד, גענוג אויסגענוצט אונזער שוואכקייט, אייביג פאר די וואלן האט מען געלאזט פאלן אפאר ווערטער אז מען דארף ראטעווען דעם רבין כלאמפיש, אין פארן רבין זעלבסט האט ער ארויסגעגעבן ארדערס וואס דער רבי זאל טוען , ווייל דער רבי איז דאך זיין ארבייטער, אזוי ווי ער האט לוזער גרובער מיט גדלי' סעגעדין שפירט ער אז אזוי איז אונזער רבי, מאיר! דער רבי איז נישט דיין בהמה אין נישט דיין ארבייטער, נאר אדרבה דו ביסט זיין ארבייטער, אין דער רבי איז דיין בעל הבית, אין אז דו קענסט דעס נישט אריינעמען אין קאפ, דעמאלטס וועט מען דיר דאס מסביר זיין אויף די שווערע וועג, המשך יבא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 21:56 |
|
| |
רינדעכיגער, דיינע אגענדעס זענען וועלקאם.
(מאך עס אבער נישט מיט אזא ערנסט פנים...)
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 22:06 |
|
| |
נו, דוד האט דא אן אגענט. ער שפילט אוואו גלייך ער איז אם אוטסיידער, נישט אז איך בין מיט מאיר. זיי זענען זיך ביידע ווערט דאס געלט (אבי נישט צווישן...), דוד האט קיינמאל גארנישט געטוהן פאר קהילה/רבי'ס וועגן, ער האט געוואלט אלעס אונטער זיין פירערשאפט, ווען ער וויל עפעס (צו אויסהאלטן יענקל קעלנער, לייגן אולם עקשטיין אויף זיין נאמען אן באצאלען... אד"ג) דאן זאגט ער אז די קהילה קען נישט אנדערש אנגיין, ביי קהל האט ער מצליח געווען. דאגעגן, ביי די מוסדות האט עס מאיר, ער טוט ביי די מוסדות וואס דוד טוט ביי די קהילה, און דוד וויל אלעס. נישקשה, אסאך מענטשן ווילן אסאך זאכען און זיי מוזען באגנוגען מיט וואס זיי האבען, נישט מיט וואס זיי ווילען
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 22:34 |
|
| |
איך בין בכלל נישט משיגע פאר דעם דוד עקשטיין, איך האב אפילו נישט פארגעסן וואס ער האט אפגעטאן ביי די פאריגע קהילשע וואלן אין ק"י,אבער דעם פאל איז שטארק גערעכט, און צווייטענס אוואדאי האט דוד עקשטיין אייגענע אגענדעס, וועלעכע מענטש וואס ארבייט פארן ציבור האט נישט? סוף כל סוף זענען זענען מענטשן וואס דורך די נגיאות דא אין דארט, געט דאס מאד צי ארבייטען, עס איז טאקע נישט אייביג אויסגעהאלטן, וואס קען מען טוען אונז זעמער נישט מלכים וואס קענען ארבייטן נאר לשם שמים, אבער אזא מין קאמפעני ווי מאיר הירש ענד קא. איז נישט דא אין גאנצע וועלט, וואס איין מענטש איז בעל הבית אויף א גאנצען שטאט אינאיינעם מיטן רבין,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 22:55 |
|
| |
איך שטוין אויף וואס מען טענה'ט זיך דא
א זאלי פין היידפארק אויף געטייפט א בריוו אויף זייער פארום
אין שיקט זיינע ניקס צו באשטעטיגן זיינע בעקערייען.
יעדער קען זיך איבערצייגען אז יעדע אשכול וואס איז געפענט פין יענעם שרייבער סיי מיט דער ניק סיי מיט זיינע אלטע ניקס (יעדער ווייסט פארוואס ער האט געדארפט עפענען א נייע ניק) איז שקר ווי פארמעגליך
אים קרענקט די שלום צווישען ר' יענקי סופר אין ר' יודי ג''ב אויף וואס ער האט ארויסגעקוקט אויף אינערליכע קרוגעריי אין ב''ה עס האט זיך געסעטלט טאקע מיט די צוזאםארבעט פין ר' דוד עקשטיין אין ר' מאיר הירש אין ער ווייל אנדרייען יעצט א פרישע מערכה
שפילט נישט אריין אין זיינע הענט.
ווען ער האט ווען א בריוו וואלט ער עס ארויפגעלייגט א קאפי (יעצט קען ער שוין אליין'ס טייפן ס'שוין צו שפעט)
אז איינער זיכט דוקא זיך צו שלאגען זאל ער אנגיין ווייל די בריוו קוקט נישט אויס ווי דוד עקשטיין האט געשיקט
אז איינער וויל קען ער אויפטייפן די זעלבע בריוו פין אברהם בער יאקאבאוויטש צו חיים יצחק מאנדעל (חוץ די מארגעזש ווייל 82 קען היינט נישט באקומען קיין מארגעזש ביז ער קלארט אויס ווער ס'איז בעה''ב ביי די''ת)
תוקן על ידי היראים ב- 03/09/2010 23:29:17
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 23:13 |
|
| |
אין קורצן.
צו די בריוו איז אמת צו נישט איז נישט קיין נפקא מיניה, אבער מער ווינגער וואס שטייט אינעם בריוו איז אמת.
די פראבלעם איז אין איין ווארט.
מאיר הירש ארבעט פאר "מאיר הירש".
דוד עקשטיין ארבעט פאר "סאטמאר".
דאס איז דער חילוק צווישען די צוויי, לאמיר נישט פארגעסען אז פאר 10 יאר צוריק ווען די מחלוקה האט אויסגעבראכען איז מאיר הירש בכלל נישט געווען דא, נאר ער האט זיך ארום געקישט מיט משה גבאי און אליעזר קעסטענבוים ער איז געווען פון זייער קליקע, ער איז קיינמאל נישט געקומען צו די אהרונישע וויליאמסבורג מסיבות, ווי אלף שמות, וכו' נאר אדרבה ער האט געשטערט די אהרוים אין ווילי.
נאך יארן ווען ער האט געזעהן אז די באן אין קרית יואל איז געבליבען ביי די אהרונים האט ער זיך צוביסלעך אויסגעדרייט דעם הוט, ד.מ. עס האט געפעלט א האר אז אלע בניני המוסדות זאל אנקומען צו זאלי, דורך מאיר הירש.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 23:41 |
|
| |
טראק, די ביסט נישט מיט אלעמען
קיק דיך אליינס אהן. ווי זעמיר אנגעקימען ווען די וויליאמסבורגע האבן געפירט די קארט קעיס? אונז זעמיר געגאנגען טיפער אין טיפער אין זומפ.
זייט מאיר הירש ענד קא. האט איבערגענומען די לעגאלע פראנט איז דא געווינסן.
ווער געדענקט נאך ווי די זאליס האבן געזאגט אז די אהרונים ווילן באגיין סועסייד אבער זיי קענען נישט ווייל זיי האבן נישט קיין בית החיים. וויאזוי האט זיך אלעס פליצלינג געטוישט? גארנישט, מאיר הירש ענד קא. האבן איבערגענומען די זאך.
איך האב הנאה אז מאיר כאפט יעצט מכות ווייל ווען מ'האט געטין די שגץ שטיק אין ארויסגעריקט ליסטע ד' האט מאיר געהאלפן דוד. יעצט כאפט ער צוריק פין זיין אייגן פריינט.
מאיר, דער קלוגער ראש הקהל ר' סענדר האט געזאגט, אז מען לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף ציגראזשעט.
דאס באקימסטו צירוק פון דוד פארן עם סערווןן געטריי
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 23:43 |
|
| |
לדעתי דארף מען נעמען די אלע מאנראער אין זיי ארויסשליידערן אין אריינברענגען נערמאלע מענטשן
דאס אז זיי וואשן אויס זייערע שמיץ אין פאבליק איז נישט קיין נייע זאך. מאיר ווערטהיימער, מאיר הירש, יאנקי סופר, דוד עקשטיין. אלע טוען זיי עס. זיי זענען קליינע קינדער וואס קענען זיך נישט ביהעווען. קינדרעלעך ריטס איין
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2010 01:57 |
|
| |
עס איז יעצט פארן זמן, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן צוליב וואס מאיר הירש ענד קא. פארשטייט נישט אין כאפט נישט, אז די געים איז אווער, עס איז אפענע קארטן צייטן, אין אנשטאט ער זאל ענטפערן פאר די אנדערע חברי הנהלה ובראשם רבינו שליט"א, אזוי ווי א יעדע נארמאלע הנהלת המוסדות טוען, עכ"פ צוויי מאל א יאר, אזאך וואס עס איז קיינמאל נישט געקומען אין באטראכט ביי די מאיר הירש ענד קא. אשטאטס דעם נוצט דער לץ ווייטער דעם טריק פון ארויסגעבן ארדערס פארן רבין שליט"א, אין נישט מער אין נישט ווייניגער איז געווען יעצט דער ארדער פארן רבין צי קאלן דוד עקשטיין אז ער זאל איבער בעטן דעם הויעכן באשפריצטן בעל גאה מאיר הירש, פארן פרעגן פראגעס וואס מען פרעגט אויף א יעדע נורמאלע הנהלה, שטעלט זיך די פראגע ווען גייט שוין דער מאיר הירש ענד קא. פארשטיין אז אונז זעמער נישט זיינע קוען? און אוואדאי נישט דעם רביןס בעל הבית, נאר עס איז פינקט פארקערט , ער ברויך פאלגן אלעס וואס דע רבי פארלאנגט, אפילו עס שמעקט נישט אזוי גוט פאר די ריינע הירש ראסע?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2010 05:31 |
|
| |
רבותי פארוואס האט יא טי עי נישט קיין געלט צי באצאלן פעי ראלל?
פארוואס קראכן יא טי עי טשעקס אין די מאסן?עס איז ממש אומפארשטענדליך וואס דא גייט פאר, מען רעדט דא פון א מוסד וואס האט הכנסות וואס קיין איין מוסד אין די וועלט האט נישט, עזרת חולים העלט סענטער צאלט א געשוואלענע רענט פאר די ישיבה, די שאפינג סענטער צאלט פעטע רענט פאר די ישיבה, אדרבה גייט אריין אין עני סטאר אין שאפינג סענטער אין ווערט געוואר וויפיל רענט מען צאלט דארט, די סקול דיסטריקט בילדינג צאלט רענט פאר די ישיבה אין גרויס רענט, מען האט אנגעהויבן צי פארלאנגען טראנספארטעישן געלט פאר די באסעס, וואס די ישיבה באקומט אומזיסט פון די סקול דיסטריקט, (א מין גניבה) די חתונה זאלן ברענגט אריין א שיינעם סכום פאר די ישיבה, אין איך וועל נישט רעדן פון די הכנסות וואס קומט אריין פון די גאווערמענט דורך אלע מיני וועגן וד"ל איז וואס דאס נישט באצאלן געהאלט פאר די איינגעשטעלטע? וואס גייט דא פאר? זענען מיר טאקע אזאנע קוען אז מען אונז איינרעדן וואס מען וויל? פארוואס קען מען אין וומ"ס יא באצאלן אן דעי אלע הכנסות, אין מיט חובות איבערן קאפ? קומט מען דעם פרייטיג מיט א בלעכענעם פנים אין חדר אין מען טיילט אויס א נישטגן קיאפאן פון 250 דאללער ציטיילט אין צוויי צי קענען קויפן אין בוטשער, אין עס איז נאן טרענספעבל, ווי אין וועכע מוסד טרייבט מען נאך אזעלעכע ליצנות פון די ארבייטערס אין פון די מלמדים?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2010 19:06 |
|
| |
איך האב גערעדט היינט מיט אסאך אידן פון קרית יואל בנוגע דעם בריוו, און דער סך הכל בערך וואס די אידן זאגן איז אזוי:
ווען חיים שלמה און יענקי שרייבן זיך ווען אליינס אונטער, וואלט געווען געוויסע גרופעס וועלכע וואלטן עקסעפטעד די פאקטן [הגם עס איז ידוע אז א 'נער' גליבט וואס ער ליינט...], אבער היות ר' דוד איז דער אונטערגעשריבענער, האט דאס געברענגט א שטיקל שמייכל.
זיי טענה'ן אזוי: ווער איז בעה"ב אויף ק"י קהל'ס קאסע? דארט ביי קהל הערט מען אייביג דער סטעיטמענט אז "ס'נישטא קיין געלט", די דיינים ווערן נישט באצאלט, די קאסע האט אויפגעהערט צאלן פאר א התאחדות אברכים מנהל, די קאסע וויל יעצט אויפהערן צאלן די לעקטער אין ביהמ"ד, די קאסע צאלט נישט פאר קיין קאווע, די קאסע צאלט נישט פאר גארנישט, (אויף יעדע זאך נעמט מען אויף עפעס א קאמיטע, און זיי מוזן אלעס אליינס צאלן, אויסער אויף די "קאסע" איז נישטא קיין שום קאמיטע אדער מענטש וואס זאל וויסן וואס דארט גייט פאר).
נאכמער זאגן זיי, אז דוד האט אויסגערו'דפט איין קאמיטע וואס האט געהייסן "ווירטשאפט קאמיטע", וועלכע האבן געוואלט פארעכטן פראבלעמען אים קהל, ביז ווען זיי האבן געזעהן אז זיי קענען נישט מיט אים, און זיי האבן אויפגעגעבן זייער פאזיציע, און דוד טוט וייטער וואס ער וויל.
טא פארוואס זאל מען אים שטיצן קעגן ר' מאיר?
ווען יענקי סופר וועט זיך ארויסשטעלן, דעמאלס וועט מאיר'ס צד אפשר האבן א ארבעט אויפצוווייזן זיינע קארופציעס...
ודעתי נוטה לזה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2010 19:26 |
|
| |
טראק טייערער!
דו רעדסט ווי א גרויסער אינו יודע.
ווען דו זאלסט וויסן וויפיל געלט און מיה [מיט סוקסעס] די ווילידש קאמפאני האט אין די לעצטע חדשים אריינגעארבעט אראפצוזעצן די מחוצפים, און ווי ווייט דוד איז נישט געווען צום האַבן אויף גארניקס (אויסער זיינע באליבטע 2-3 אישוס), וואלטסטו פארשטאנען ווי נאריש דו רעדסט.
פארשטייט זיך אז די ווילידש קען נישט פארציילן פרטים אין די גאסן....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2010 19:43 |
|
| |
קיינער זאל נישט פירן א דיסקאשן מיט דעם זאלי רינדכיגער. ער וויל סזאל זיך רידערן צווישן אונז. לאזטס עם רעדן צו זיך אליינס
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2010 20:22 |
|
| |
אפגעזען צו דער בריוו איז אמת צו נישט, שרייען די פאקטן פאר זיך
יעצט איך נעם מיר נישט אן נישט פאר מאיר הירש און נישט פאר דוד עקשטיין
די זענען ביידע רשעים ארורים וואס טרינקען זיך אין אידיש בלוט, ביידע ווילן זיין מושלים בכיפה, און ווי לאנג די צוויי קריגן זיך צווישן זיך האבן מיר אונז מנוחה.
דוד עקשטיין איז א רשע מיט א פרומען לבוש
מאיר הירש איז א רשע מיט א מאדערנעם לבוש
ביידע ווילן האבן אלעס אונטער זיך, אנגעהויבן פון רבין און געענדיגט ביי....
אז ס'וועט אויספעלן וועל איך ברענגן אויף דוד עקשטיין די זעלבע מעשיות וואס ער האט געטון מיט רבינו שליט"א - טאקע נישט היינט אבער - נאך יארן צוריק, וואס פון דעם על הכלל כולו יצא אז ער איז אויך נישט כולו לשם שמים מילד גערעדט.
און לעומת זה בלעימ נישט דוד עקשטיין אינגאנצן אויף די קהל'ישע וואלן, ווייל מאיר הירש איז געווען דער וואס האט געפסלט די ליסטע וואס אנ"ש האבן ארויסגעשטעלט וועלנדיג זיך אפרעכענען מיט מאיר ווערטהיימער, און איך האב הנאה אז יעצט באקומט ער עס צוריק (ער איז נישט דער ערשטער וואס כאפט צוריק פארן העלפן דוד עקשטיין, נאך איינער האט צוריקגעכאפט אין די לעצטע יאר, כידוע לי"ח).
למעשה, דאס איז קלאר אבער, אז היידפארק איז נישט דאס פלאץ עס אויסצושמועסן, און דערפאר האב איך נישט מאריך געווען מיט דעטאלן, נאר יעדער פאר זיך דארף זען מה שבידו צו צו העלפן, אז נישט מאיר הירש און נישט דוד עקשטיין זאלן זיין מנהיג יחידי, און א אנדערער אויך נישט, ס'איז קלאר אז ס'דארף זיין א קאמיטע מיט אפענע קארטן.
ה' יעזור
*
און יעצט די אלע וואס ווייטאגן אז ס'רודערט זיך און די שונאים לאכן, נישטא קיין ברירה, מען האט געלאכט פון אונז פאר 11 יאר צוריק, מיר האבן געשלינגען די בושה און אזוי איז מען ערגעץ אנגעקומען, יעצט איז עס גרינגער אויף א געוויסן פארנעם וד"ל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2010 20:42 |
|
| |
| היראים כתב: |  | אים קרענקט די שלום צווישען ר' יענקי סופר אין ר' יודי ג''ב אויף וואס ער האט ארויסגעקוקט אויף אינערליכע קרוגעריי אין ב''ה עס האט זיך געסעטלט טאקע מיט די צוזאםארבעט פין ר' דוד עקשטיין אין ר' מאיר הירש אין ער ווייל אנדרייען יעצט א פרישע מערכה
תוקן על ידי היראים ב- 03/09/2010 23:29:17 |
|
סטאפ מיט די נאן סענס ווען דוד עקשטיין קען מאכן אזא שלום, וואלט די וועלט אנדערש אויסגעקוקט ס'איז א דבר ידוע אז די שלום איז געווען געצווינגען מחמת מוראה של מלכות
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2010 20:59 |
|
| |
די יעצטיגע מחלוקה האט אויסגעבראכן ווען דוד האט געבעטן פון מאיר הונדערט טויזנט דאלאר פון די ישיבה פאר קהל, פאר יעדע יאר פון די לעצטע פאר יאר (אמאל האט די ישיבה געצאלט אזויפיל רענט פאר די חתונה זאל, אבער זייט די חתונה זאל איז מער נישט אין בית המדרש האט די ישיבה אויפגעהערט צו צאלן רענט, און דוד וויל אז די ישיבה זאל ווייטער צאלן רענט.) דוד האט גע'טענה'ט אז קהל באדט זיך אין חובות און גייט באנקראט, און מאיר האט אים געזאגט, "איך פארשטיי נישט. קהל האט א בודזשעט פון 2 מיליאן דאלאר און דו קענסט דאס נישט פירן? אפשר ברענגסטו ארויס די ביכער אז מיר זאלן אלע קענען זען וואס דא גייט פאר און וואו דאס געלט גייט."
על זה יצא הקצף.
|
|
|
|
|