בית פורומים כל העולם כולו

אן אמת'ער ווייטאג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/9/2010 21:01 לינק ישיר 

פארגעסן צו זאגן, די קריגעריי איז פארגעקומען ביי א קהל'ס מיטינג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2010 22:28 לינק ישיר 

יקרבו כתב:
קיינער זאל נישט פירן א דיסקאשן מיט דעם זאלי רינדכיגער. ער וויל סזאל זיך רידערן צווישן אונז. לאזטס עם רעדן צו זיך אליינס



 

יקרבו זיסער איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז די נעמסטיך אן פאר מאיר הירש, מיטן שרייען אז איך בין א זאלי, אבער עס טוישט גארנישט דעם מציאות, פאקט איז פאקט, אז מאיר הירש פירט א שטאט אן א בעל הבית העכער זיך פינטל,

איך גיי יעצט פרובירן נישט זיך לאזען ארייצושלעפן אין טענעריי אין אויסרעכענען זאכן, די זאליס האבן שוין גענוג שטאף ביז אהער, עס איז בכלל נישט געווען בטעמט פון די ערשטע מנוט, איך האב מיך אבער נישט געקענט איינהאלטן מיין ווייטאג וואס מיר שלינגען שוין א לאנגע צייט,און ווען מען פרעגט עפעס דעמאלטס קומען די מאיר הירש ענד קא, אין ווארפן אונז שטרוי מיטן שרייען שא, דו זאליס וועלן לאכען,

גענוג שטרוי געגעסן!

אונז זעמער נישט קיין בהמות מער וואס מען נוצט צי מעלקן ביי די וואלן, אין נאכדעם זיצט מען אין ועד הקריה אפיס אין מען קוילערט זיך פאר געלעכטער ווי מען פירט א ציבור קטן'ען,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2010 23:47 לינק ישיר 

אגענדעס און טענות איז א זאך וואס איז אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין, עדי נזכה לביאת המשיח.

אבער ווער עס געפעלט מיר יא דא איז וואלןסח: אלעס איז שקצים, אלעס טרונקט בלוט, און אלעס זאל קראכן.

איך האב פאר אזא סארט איד 2 עצות: 1) ארומוואנדערן עטליכע יאר אין אלע אידישע מקומות, פרובירן אלע גליקן, ביז ער וועט מיט א אימפעט צוריקלויפן צו דארט פון וואו ער קומט. 2) זיך איינהאנדלען א נייע פאָר ברילן, און זיך פארגרינגערן דאס לעבן בעז"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2010 23:58 לינק ישיר 

די קרית יואלע חסידים פין מהר''א קוקען אויס צו זיין זייער קינדעריש
דא איז דא א בריוו וואס כמעט יעדער נארמאלער מענטש פין צד מהרז''ל וועט מודה זיין אז עס איז א פאלטשע, אין עס איז נישט דא קיים שום באווייז אז די בריוו איז אמת
אבער צד מהר''א כאפען זיך צו דערצי ווי א געבראטענס אין הייבן זיך אן ארום רייסן
דער ניק פין צד מהרז''ל האט געמאכט א גיטע זשאב איך גלייב נישט אז ער האט געגלייבט אז ער וועט האבען אזא סוקסעס
הגם דא איז אויך יעדער מודה אז זיי ווייסען נישט אבער די אמת'קייט פין די בריוו, אבער מ'רייסט זיך איבער די אינהאלט דערפון

קוקטס ענק אן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2010 00:05 לינק ישיר 

רינדיכיגער

דער איינציגער דא וואס האט געברענגט דא פרטים און טענות ביזטו, און פלוצים ""איך גיי יעצט פרובירן נישט זיך לאזען ארייצושלעפן אין טענעריי אין אויסרעכענען זאכן"", ביי ערוואקסענע מענטשן גייט עס נישט אזוי, אז דו פרעגסט אדער דו זאגסטו דארפסטו גרייט זיין צוריק צו הערן

און מר. דיןתורה, די בריוו איז אמת, אדרבה פרעג סיי וועם פון די נעמען וואס האבן באקומען דעם בריוו - די נעמען אויסגערעכנט אויף די בריוו - וועלן זיי דיר זאגן אז זיי האבן עס באקומען פון דעם זעלבן אימעיל וואס זיי באקומען אלע אימעילס פון דוד עקשטיין, חוץ אויב איינער האט זיך אריינגעבראכן אין זיין אימעיל האט ער עס געשיקט

און אויב האט דוד עקשטיין באשלאסן אז איז די צייט אדער אז עס לוינט אים עס צו טראגן פאבליק, זאלסטו האבן טענות צו אים, נישט צו אונז

און מר. רינדיכיגער, מיר וועלן נישט ברענגן קיין נייע טענות, מיר וועלן זיך נאר באציען צו דאס וואס דו שרייבסט, און עס פארגלייכן, צו די ווערטשאפט פון די צו וועם דער בריוו איז געשיקט געווארן, די הנהלת המוסדות אין בארא פארק  און וויליאמסבורג, די הנהלת הקהלה אין קרית יואל, און די הנהלת המתיבתא אין קרית יואל

מיר האפן אז דו וועסט אויך הנאה האבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 00:59 לינק ישיר 

לדעתי ווען די בריוו זאל זיין אמת,
וואלט ער געקענט ארויף לייגן גלייך א קאפי פין די בריוו, אין ווי איינער האט שוין ערווענט קוק ווער עס שרייבט עס, אין קוק די נאך פאלגענדע נאן סענס תגובות וועסטו שוין זעהן אויב די מעשה קוקט אפי' אויס צו זיין אמת
מיט יעדע דעטאל וואס ער ברענגט שפעטער מאכט ער מער זיכער אז מען זאל זעהן אז די בריוו איז נישט אמת
אין לויט ווי איך פארשטיי איז רינדיכיגער אדער א קריגערישע מענטש אדער האט ער א פריוואטע אגענדע קעגן איין צד אדער שפילט ער צד מהר''א ווי איינער ערווענט (דאס מאכט מער פשט לויט די העצערישע תגובות וואס ער מאכט שאדען פאר די מוסדות פין צד מהר''א אין יעדן פאל מיט ברייטע פלייצעס)
אין אויף די סמך פין די 2 ניקס ווילן זיי מאכען א פייער ביי ענק אין חודש אלול, וואס פין דא קוקט אויס ווי ס'גייט זיי גיט השם ישמרנו

לאמיר שוין טראכטן אז די בריוו איז אמת, האט ער עס נישט געשיקט פאר די גאס אין אויב האט עס געליקעט פין די פאר מענטשן - א זאך וואס מאכט נישט קיין סענס, דארפן נישט קומען צינדערס אין מאכען א פייער דערפון
אין אויב געלונגט עס יא, דעמאלטס איז צרות מיט ענק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2010 01:33 לינק ישיר 

די גרעסטע מויל מאכערס אין דעם אשכול זענען ניקס וואס מ'זעהט זעלטן ווען שרייבן אדער שרייבן זיי בעיקר אין זאלי פארום
אין פליצלינג זענען זיי דא גאנצע מבינים אין גלייבן א בריוו וואס איז אויפגעטייפט אויף היידפארק וואס אפי' געוויסע זאלי'ס זענען מודה אז דאס איז סתם ליגענט (ביי זייער פארום)
אין נאכמאל קוקט אויף די היסטארי פין דעם ניק אויב ער האט שוין געפענט ''1'' אשכול מיט אמת'ע אינהאלט סיי מיט זיי אלטע ניק סיי מיט זיין נייע

אין נאך 3 טעג קומט ער הערשט אויף מיט א 'קאפי' פין אריגענעל בריוו - אויף וואס מען קלאר זעהן אז דאס איז נישט קיין קאפי, נאר א אריגענעל אויפטייפטע בריוו פין א הייפדארק




תוקן על ידי היראים ב- 06/09/2010 01:43:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2010 01:50 לינק ישיר 

newyork1 כתב:

און מר. רינדיכיגער, מיר וועלן נישט ברענגן קיין נייע טענות, מיר וועלן זיך נאר באציען צו דאס וואס דו שרייבסט, און עס פארגלייכן, צו די ווערטשאפט פון די צו וועם דער בריוו איז געשיקט געווארן, די הנהלת המוסדות אין בארא פארק  און וויליאמסבורג, די הנהלת הקהלה אין קרית יואל, און די הנהלת המתיבתא אין קרית יואל

מיר האפן אז דו וועסט אויך הנאה האבן




ניתי ספר ונחזי, לאמיר פארגלייכן, מר newyork1


אין וומ"ס פירט עס מנחם גרשון לעבאוויטש מיט חזקי בערקאוויטש ווי די פעי ראלל איז אפ טא דעיט, אין דער רבי האט דארט אויסשליסליך דאס לעצטע ווארט. הגה"צ וויליאמסבורגער רב איז דער אויטאריטעט וועם מ'פרעגט אן אויף די קלענערע זאכן.

ווייטער און בארא פארק איז אהרן וועלץ אלץ געווען בעל הבית, וואס האט באצאלט יעדעם אין צייט אין דער עולם איז געווען ציפרידן, און זיין בעל הבית'קייט איז אויך געווען געלימעטעד, סך הכל אויף איינע פון די קלענערע מוסדות פון סאטמאר, גארנישט מער. ער האט נישט א בלענק טשעק פון א גאנצע שטאט מיטן רבין אינאיינעם.

אין די ישיבה גדולה אין קרית יואל, לויט ווי מ'זאגט איז יאנקי סופר א געטרייער סאלדאט פארן רבין, און שוינט נישט קיין געלט און צייט אויפן רבינס רצונות, נעמט א משל די אפטיילן די ישיבות אין קלענערע חלקים אויפן רבינס פארלאנג





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 03:57 לינק ישיר 

פייוו

איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך נעם גערן אן דיינע זידל ווערטער, איך קען אייך אבער נישט העלפן, איך האב צופיל מיטגעהאלטן בקרב קהלתינו

און דאונט געט מי ראונג, פונקט ווי זיי זענען גלייך מיט זייער רשעות, האבן זיי ביידע די זעלבע קרידענשעלס מיט גוטע זאכן אויך

דוד עקשטיין האט אסאך קרידעשענלס בעניני צניעות ובכמה ענינים להרמת קהלתינו וכבוד רבינו, אבער למעשה נוצט ער זיין שטעקן פאר פריוואטע אגענדעס, ביודעי ובמכירי

מאיר הירש האט אסאך קרידעשנלס מיט די גוטע חלקים וואס ס'איז דא ביי די מוסדות (ס'איז דא פון דעם אויך), און אגב נאכן גוט איבערטראכטן, און קענענדיג אביסל ביידנס היסטאריע, ווייזט זייער רעקארד אז דוד אביסל מער איינגעטיילט פארן רבין ווי מאיר ואכמ"ל, מאיר האט אסאך קרידעשנלס מיטן בית השחיטה וואס ס'איז נישט צום גלייבן וויפיל ער געט אוועק צופרידנצושטעלן אלע חומרות וואס די רבי פארלאנגט, אבער למעשה דארף מען זיך פאר דעם בוקן צו אים

בקיצור, זאלן זיי ביידע פירן, אבער ס'דארף זיין אפענע קארטן פון ביידע זייטן סיי אין קהל און סיי אין די מוסדות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 18:40 לינק ישיר 

רבי רינדעכיגער

לאמיר גיין די אישו'ס וואס דוד עקשטיין שרייבט אין זיין בריוו

און אויב דו האסט א פראגע אויב דוד עקשטיין האט געשריבן די בריוו, קאל און פרעג ווען די נעקסטע מיטינג פון וועד בית רבינו גייט פארקומען, און פארוואס גייט עס נישט פארקומען די וואך, און עס איז נאך נישטא קיין דאטום פאר נעקסטע וואך

ואם תשאלנו, פארוואס איך שרייב דא זאכן וואס עס איז קלאר אז די זאליס לאכן פון אונז א גוטס, די קשיא וואלט איך געוואלט פרעגן דוד עקשטיין און זיין שליח נאמן מר רינדעכיגער, איך וועל נאר רעדן פון דעם וואס עקשטיין און רינדעכיגער האט געפרעגט/געזאגט

יעצט צו די נקודות, מר רינדעכיגער, דוד עקשטיין האט גערעדט פון עטליכע יסודות'דיגע חסרונות אין וואס ער באשולדיגט מאיר הירש

נומער איינס ביי מיר, איז דאס אז ער איז א יחיד המשתלט, פרעג איך דיר
איז דוד עקשטיין א יחיד המשתלט אין קהל אין קרית יואל, און ווי אימער על לייגט א האנט, ווי א שטייגער וועד הצניעות וויפיל אנדערע מענטשן קענען אריינרעדן, עיין ערך בחירות תשס"ט, ועיין ערך ווערטשאפט קאמיטע

 האט ר' אהרן וועלץ מענטשן וועם ער גוט אפ דין וחשבון, איך פארשטיי אז מען קען זאגן, אז ער זאגט פארן רבין שליט"א פאר בארא פארק רב שליט"א, אבער איך פרעג דא, ווער איז זיין הנהלה, דאכט זיך אז די פרשה אין בארא פארק האט קלאר געוויזן צו ער איז א יחיד מומחא און מנהיג יחידי

אבער עס קען אויסקוקן קאמיש, אבער סאטמאר איז בעסער געפארן מיט די מנהיג יחידים ווי משה חיים ווייס און  אהרן וועלץ, ווי מיט די קאמיטע און הנהלות ווי אין וויליאמסבורג, לאנדאן און מאנטריאל, ממילא בין איך נישט זיכער אויב עס איז אזא שלעכטע זאך, אבער לגבי די באשולדיגונג פון מנהיג יחידי רעדן מיר איצט

אין וויליאמסבורג איז טאקע דא צוויי ר' מנחם גרשון און ר' יחזקאל בערקאוויטש, קענסט מיר זאגן וויפיל אלעזר קליינבערגער און די צוויי סטראלוויטש ברודער אדער יצחק ראזענבערג און ווער ווייסט ווער נאך עס איז די הנהלה קען אריינרעדן דארט

אין די מתיבתא קענסטו מיר זאגן ווער קען אריינרעדן חוץ יעקב סופר

דאס איז בנוגע מנהיג יחידי באשולדיגונג, שפעטער וועלן מיר גיין צו די פינאנצן, עוולות, הצלחה פון די מוסד וכו, ועוד חזון למועד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 18:58 לינק ישיר 

ס'איז קלאר אז א מנהיג יחידי האט אסאך אסאך מעלות, אודה ולא אבוש אז בזמן ווען משה גבאי איז געווען בראש האט נישט פאסירט געוויסע זאכן וואס פאסירן היינט יא און דארפן נישט פאסירן, אבער לעומת זה האט עס אויך אסאך אסאך חסרונות, וחלוקת סאטמאר תשנ"ט יוכיח.

מיט דיינע טענות איבער דוד ביסטו טאקע 100 פראצענט גערעכט, און מען קען אים זאגן ריגטיג טול קורה מבין עיניך

אבער אחרי ככלות הכל דער וועג ביז יעצט טויג נישט, און דער פראבלעם דארף א לעזונג

 

אזוי לאנג ווי מען איז נישט שולדיג פאר מלמדים אין ווליאמסבורג 3 חדשים גייט קיינעם נישט אן אז מען קען נישט אריינרעדן, אבער אויב פירט מען זיך אויף צו מלמדים ערגער ווי צו פולישע גוים פאדערט עס א וויי געשריי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 18:59 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

פייוו

איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך נעם גערן אן דיינע זידל ווערטער, איך קען אייך אבער נישט העלפן, איך האב צופיל מיטגעהאלטן בקרב קהלתינו

און דאונט געט מי ראונג, פונקט ווי זיי זענען גלייך מיט זייער רשעות, האבן זיי ביידע די זעלבע קרידענשעלס מיט גוטע זאכן אויך

דוד עקשטיין האט אסאך קרידעשענלס בעניני צניעות ובכמה ענינים להרמת קהלתינו וכבוד רבינו, אבער למעשה נוצט ער זיין שטעקן פאר פריוואטע אגענדעס, ביודעי ובמכירי

מאיר הירש האט אסאך קרידעשנלס מיט די גוטע חלקים וואס ס'איז דא ביי די מוסדות (ס'איז דא פון דעם אויך), און אגב נאכן גוט איבערטראכטן, און קענענדיג אביסל ביידנס היסטאריע, ווייזט זייער רעקארד אז דוד אביסל מער איינגעטיילט פארן רבין ווי מאיר ואכמ"ל, מאיר האט אסאך קרידעשנלס מיטן בית השחיטה וואס ס'איז נישט צום גלייבן וויפיל ער געט אוועק צופרידנצושטעלן אלע חומרות וואס די רבי פארלאנגט, אבער למעשה דארף מען זיך פאר דעם בוקן צו אים

בקיצור, זאלן זיי ביידע פירן, אבער ס'דארף זיין אפענע קארטן פון ביידע זייטן סיי אין קהל און סיי אין די מוסדות

 

יישר כח וואלןסח, דאס הייסט גרעד ווי אן ערוואקסענער

  איך האב הנאה אז איך בין נישט דער איינציגער וואס וויל נישט עסן קיין שטרוי פון די מאיר הירש ענד קא. גאווערמענט. העכסענס וועסטו באטיטול'ט ווערן אלטס זאלי, ווייל ווען עמעצער טרויעט זיך צי טראכטען אליין אן די הילף פון די הירש ענד קא. דעמאלטס באגיסט מען יענעם אז דו ביסט א זאלי, במילא וועט שוין נישט פארגליסטן צי טראכטען אליין אן די הילף פון די הירש ליצים. איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די הירש ענד קא. זיצען אין לאכן מיט די זאליס שטיל ווען קיינער זעט נישט.

 

קומען אזעכע ליצים שיקן די אינגלעך זאלן שרייען "זאליס" אויף אונזערע מענטשן, איז שייך גרעסערע ליצנות טרייבן פונעם ציבור?

 

אין דאנט טעיק מי ראנג, מאיר הירש האט אסאך געלייסטעט פארן שטעטל אין פארן רבין, אבער דוד עקשטיין קען זיך נאך פארמעסטן מיט אים עני טיים, אין אז עס איז געקומען יעצט א חשבון טיים, זיי מוחל ענטפער פארן ציבור ווי א נארמאלער מענטש, אזוי ווי יעדע הנהלה טוט, אין שיק נישט קיין ארדערס פארן רבין וואס ער זאל טוען כדי די מאיר הירש ענד קא. זאל האבן א שוץ פאר א בלענק טשעק און ווייטער טון וואס זיי האבן געטוען ביז יעצט.

 

 

 

 



תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 06/09/2010 19:43:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 19:28 לינק ישיר 

רינדעכיגער כתב:

אין וומ"ס פירט עס מנחם גרשון לעבאוויטש מיט חזקי בערקאוויטש ווי די פעי ראלל איז אפ טא דעיט, אין דער רבי האט דארט אויסשליסליך דאס לעצטע ווארט. הגה"צ וויליאמסבורגער רב איז דער אויטאריטעט וועם מ'פרעגט אן אויף די קלענערע זאכן.



זאג עס נאכאמאל איבער. (ישיבה קטנה...)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/9/2010 19:56 לינק ישיר 

מנחם מענדל. די פראבלעם מיט ישיבה קטנה איז אז מען דארף זיך שלאגן מיט פריוואטע מענטשן. נישט מיט די מוסדות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2010 19:56 לינק ישיר 

רינדעכיגער כתב:

אין שיק נישט קיין ארדערס פארן רבין וואס ער זאל טוען כדי די מאיר הירש ענד קא. זאל האבן א שוץ פאר א בלענק טשעק




ווער???

מאכסט מיר לאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אן אמת'ער ווייטאג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.