ניין יאר פונעם שווארצע דינסטאג 9/11
עס ווערט יעצט ניין יאר פון די גרויזאמע טעראר אטאקעס וואס בארבארישע טעראריסטן האבן אטאקירט אמעריקע, און איר געטוישט אויף אייביג, עס געדענט זיך נאך ממש ווי יעצט וואס 2 פליגערס ווערן אריינגעפירט מיט א ווילדן אימפעט און די "ווארלד טרעיד צענטער", עס האט אריינגעווארפן די גאנצע לאנד און כאאס, בשעת טויזענטער זענען אומגעקומען א דאנק די פארשאלטענע טעראריסטן בשליחות דעם טרויעריג בארימטער אסאמא בין לאדין.
עס האט גענימען וואכן און חדשים אויפצורוימען און ברעגען די פייער צונגען אונטער קאנטראל, די מידיא זענען אזוי געווען פארנימען דערמיט אזשע עס האט אויסגעזען ווי דאס וועט בליייבן און די העדליינס אויף איייביג.
ווער עס האט זיי וואספארא בילדער אדער אונטערסאנטע אנעקטאדן פון דעמאלטס ווערט געבעטן עס ארויפצושטעלן דא.
(ביטע נישט אריינמישן דא איבער די "אראבישע מאסקאווי הויז" וואס אינזער פרעזידענט שטיצט שטארק אז עס זאל דארט ווערן אויפגעשטעלט)
|
|