| נשלח ב-6/9/2010 22:17 |
|
| |
סאטמאר פאליטיק: תש"ע סך הכל
איך וועל דא מאכן א כל בו פון אלע פראמינענטע געשענישן פון יאר תש"ע, אין ציטיילן דער געווינער פון יעדן געשעניש,
1. רביצין שול, געווינער אהרונים
א לאנגיארגער סימבאלישער בני יואל קוואטיר, אונטערן נאז פון די אהרונים, איז געווארן א פאשלאסענער פארלאזטער הויז, די מהומות מצד הזלונים אין קר"י און אין וומ"ב, האט זיי נאר פארשמירט, אזא גאטונג ווי די אהרונים שמחת תורה אין ראדני, וואס די אהרונים באהאלטן זיך נאך היינט דערפין.
2. סידור קידושין, געווינער זאליס.
א היסטארישער דורכברוך אינעם לאנגן פראוו פון זעלבסטשטענדיקייט פון מתנגדי ר' אהרן, אנגעבליך א זאל פון חסידי ר' זלמן לייב וועט נאכפאלגן, און דער קאמף צו אפשטעלן דעם שנעל לויפנדיגן באן איז א פארלוירענער.
3. קאטשקע סקאנדאל, געווינער זאליס
טראץ וואס עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז עס האט געשעדיגט דראסטיש די קר"י בית השחיטה פינאנציעל, איז עס פארט ענדערש א געווינס פאר די זאליס, צוליב'ן בלויזן פאקט אז עס געבט זיי די געווער אין אויסרייד נישט צו עסן די פלייש, און האט געשטעלט די אהרונים אויף די דיפענסיווע.
4. ביה"ח, געווינער זאליס
ווארענונג: בשנת תשס"ט זענען די אהרונים געווען די געווינער אין דעם הינזיכט, אבער מיר קאנצעטרירן זיך בלויז אויף תש"ע, אלזא, דער יאר תש"ע וואס די זאלי ביה"ח האט זיך עטאבליזירט אלס א נארמאלן ביה"ח וואס איז אנעמבאר פאר יעדן אידישקינד וואס וויל זוכה זיין צו קבר ישראל, אין שטארקן קעגנזאץ פון די אלגעמיינער ארונישן השערה און אפי' איבעראשונג פאר די זאליס, די אהרונים זאלן באצייטנס אפלאזן די לויזונגען "מאנגאס" און "אחורי הגדר", עס ארבעט נישט.
5. קארט וומ"ב, געווינער אהרונים
דער יאר תש"ע האט זיך דער רעדל אנגעהויבן דרייען אויפן ריכטונג פון די אהרונים, דער אפעלאט קארט באשטעטיגט אז לעגאל זענען די אהרונים די זעלבע מחותנים ווי די זאליס, א געוויסער קארט אויפן פארלאנג פון די אהרונים שיקט צו די"ת, א זאך וואס קען זיין זייער שעדליך פאר די זאליס, און אויב איר ווילט פיזישע באווייז, זיי מוחל שפאצירט אריבער דעם ראסס סט. שול דעם סוכות, די אהרונים האבן צום ערשטן מאל באוויזן צו ארויסשטעלן די זאליס פון א בנין און וומ"ב אלעס א דירעקטע רעזולטאט פון די קארט געווינסן.
6. פראטעסטן, געווינער אהרונים.
א שטארקע דורכברוך פאר ר' אהרן און זיינע חסידים ווי ער האט באוויזן צו ארגענאזירן אן עמטליכער אלטוועלטליכער כנסיה אלעס נאר אויף זיין אייגן קרעדיט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2010 22:53 |
|
| |
איך גיי נישט טענה'ן אויף אנדערע זאכן, ובפרט סידור קידושין ווי מען האלט נאך ביים אנהויב
אבער מיט קאטשקע סקאנדאל ביסטו זייער ראונג, פוק חזי מה עמא דבר
אין פאקט זוכט מען יעצט נאך שוחטים אין בית השחיטה און מען שחט היינט 5 טעג א וואך ווייל מען קען נישט נאכקומען
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 04:56 |
|
| |
סקאט שרייבט:
און אני הקטן וועט צושרייבן מיינע הערות,
סאטמאר פאליטיק: תש"ע סך הכל
איך וועל דא מאכן א כל בו פון אלע פראמינענטע געשענישן פון יאר תש"ע, אין ציטיילן דער געווינער פון יעדן געשעניש,
1. רביצין שול, געווינער אהרונים
א לאנגיארגער סימבאלישער בני יואל קוואטיר, אונטערן נאז פון די אהרונים, איז געווארן א פאשלאסענער פארלאזטער הויז, די מהומות מצד הזלונים אין קר"י און אין וומ"ב, האט זיי נאר פארשמירט, אזא גאטונג ווי די אהרונים שמחת תורה אין ראדני, וואס די אהרונים באהאלטן זיך נאך היינט דערפין.
מסכים!!!, און דער געווינס איז נאך שטארקער, ווייל די בני יואל ווייסן גאנץ גיט, אז אלעס איז נאר צו באדאנקן זיינע אייגענע שלימזדיגע אקציעס, בבחינת בור כרה ויחפריהו.
2. סידור קידושין, געווינער זאליס.
א היסטארישער דורכברוך אינעם לאנגן פראוו פון זעלבסטשטענדיקייט פון מתנגדי ר' אהרן, אנגעבליך א זאל פון חסידי ר' זלמן לייב וועט נאכפאלגן, און דער קאמף צו אפשטעלן דעם שנעל לויפנדיגן באן איז א פארלוירענער.
איך בין מחולק מיט דיר אין גרויסן, די בני יואל האבן נישט געחלום'ט אז ס'וועט זיי אזוי שווער אנקומען, זיי האבן דורך געשוויצט דעם איסור אויף זייערע מוסדות, האבן זיי געמיינט אז זיי וועלן האבן א פרי רייד, סוף כל סוף האט מען זיך פון זיי נישט וויסענדיג געמאכט די לעצטע פאר יאר, זיי האבן געפענט מוסדות, זיי האבן געפענט א אייגענעם בית החיים, און אין פוצה פה, האבן זיי געמיינט אז זיי וועלן א דורך שווערצן א נייעם זאל מחוץ לתחום, ארויס פון שטעטל און ס'וועט זיין שא שטיל, אבער ס'איז זיי נישט געלונגען, ווייל יעדע חתונה איז א עקסטערע קאנטרעווערסיע, און נישט יעדער איז גרייט דאס דורך צו מאכן, אפילו משה מארקאוויטש האט געזאגט פאר איינעם אז ער האט געמיינט אז נאר זיין ברודער שמואל דוד מיט נאך א צוויי דריי קאפל וועלן נישט קומען, אבער למעשה האבן קרוב צו 40 קאפל בויקאטירט זיין חתונה, ניין, נישט דאס איז געווען די כוונה פון די בני יואל, זיי דארפן נישט און זיכן נישט נאכאמאל ווערן אויסגעשפיגן ביי א חלק משפחה, מיילך שטערן מאכט זיין חתונה אין וויליאמסבורג, פאר איין סיבה, ער וויל זיין מאמע זאל באשיינען זיין שמחה, שמואל דוד בירנבוים מיט שלמה דוב לעפקאוויטש האבן חתונה געמאכט אין וויליאמסבורג, פארוואס? ווייל ר' יודל רייזמאן האט נישט געוואלט גיין צו דעם נייעם בני יואל האל, צו האבן א געאסר'טן האל איז נישט קיין געווינס, צו האבן א האל ווי קיין שום רב ודיין וויל נישט קומען מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא איז נישט קיין געווינס, ווען א בני יואל מאכט דארט חתונה איז דאס נישט קיין שום פארלוסט אדער דורכפאל פאר רבי אהרן, אבער ווען א בני יואל וויל דארט נישט חתונה מאכן איז שוין א גרויסער דורכפאל פאר די בני יואל. אלזא לדעתי, ביזדערווייל א דורכפאל פאר די בני יואל.
3. קאטשקע סקאנדאל, געווינער זאליס
טראץ וואס עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז עס האט געשעדיגט דראסטיש די קר"י בית השחיטה פינאנציעל, איז עס פארט ענדערש א געווינס פאר די זאליס, צוליב'ן בלויזן פאקט אז עס געבט זיי די געווער אין אויסרייד נישט צו עסן די פלייש, און האט געשטעלט די אהרונים אויף די דיפענסיווע.
דאס גרעניצט זיך שוין מיט סטופידיטי, א זאלי געווינס?, דו לעבסט אויף די לבנה?, ווייל דא וואקסט די פראדאקשן פון בית השחיטה פון וואך צו וואך, מען קען פשוט נישט נאכקומען, רוב רובו פון כלל ישראל איז מקפיד צו עסין דווקא פון בית השחיטה המהודרת, אדרבה כאפ א שמועס מיט די קעטערערס וועסטו געוואויר ווערן, עפעס זעט אויס אז דו ביסט א פאלנער לץ,
4. ביה"ח, געווינער זאליס
ווארענונג: בשנת תשס"ט זענען די אהרונים געווען די געווינער אין דעם הינזיכט, אבער מיר קאנצעטרירן זיך בלויז אויף תש"ע, אלזא, דער יאר תש"ע וואס די זאלי ביה"ח האט זיך עטאבליזירט אלס א נארמאלן ביה"ח וואס איז אנעמבאר פאר יעדן אידישקינד וואס וויל זוכה זיין צו קבר ישראל, אין שטארקן קעגנזאץ פון די אלגעמיינער ארונישן השערה און אפי' איבעראשונג פאר די זאליס, די אהרונים זאלן באצייטנס אפלאזן די לויזונגען "מאנגאס" און "אחורי הגדר", עס ארבעט נישט.
און דאס ליצנות ציט זיך ווייטער, די זאליס האבן געפייט מיט ציין און נעגל, זיי זאלן האבן דעם בית החיים, זיי האבן פראקלאמירט אז זיי האבן בעלות אויפן בית החיים, זיי האבן פראבירט מיט גיטן און מיט בייזן, זיי האבן געשריגן קרקע גזולה, געניצט העליקאפטערס, געשאלטן אין געשימפט אין איד, געוויינט פארן ריכטער, זיך געבעטן ביים אפעלעט, און ווי שאול פערשטיין האט געזאגט, "אלעס איז געבליבן ביים אלטן", זיי האבן בחרפתם געדארפט לויפן קויפן א נייעם בית החיים, פאר גרויס געלט, פראקלאמירט א ארץ החיים קאמפיין, און דאס הייסט א זאלי געווינס?, ווען מען זאל שטראפן פאר ליצנות באקומסטו ווען דעם דעד פענעלטי!!!, אויב וואלסטו געזאגט אז מיט זייער קויפן דעם נייעם בית החיים, און נאך דערצו אזוי נאנט, האבן זיי רעדוצירט זייער דורכפאל, נו, וואלט איך אפשר מסכים געווען מיט דיר, אבער דאס אנרופן א געווינס, איז פשוט חוזק געמאכט פון די מענטשהייט, ווען א זאלי גייט צו די זאליס איז דאס נישט קיין דורכפאל פאר די אהרונים, און ווען א אהרוני גייט צום אלטן בית החיים, איז דאס נישט קיין דורכפאל פאר די זאליס, א זאלי געווינס וועט זיין ווען א אהרוני וועט לאזן צוואה אז ער וויל ליגן דארט מאחורי הגדר, דאן וועט דאס זיין א דורכפאל פאר די אהרונים, ווידער ווען א זאלוני לאזט צוואה אז ער וויל אויסדריקלעך ליגן אין אונזער בית החיים איז דאס געוויס א דורכפאל פאר די זאליס, ווען דער פאייער רב ליגט ביי אונז, ווען ר' זלמן לייבס מאמע ליגט ביי אונז, ווען ר' יעקל שווארץ ליגט ביי אונז, איז דאס א דורכפאל פאר די זאליס, ביזדערווייל האט נאך קיין שום אהרוני נישט פארלאנגט צו ליגן ביי די זאליס, אבער פארקערט איז דא פלענטי, אלזא א מעכטיגער געווינס פאר די אהרונים.
5. קארט וומ"ב, געווינער אהרונים
דער יאר תש"ע האט זיך דער רעדל אנגעהויבן דרייען אויפן ריכטונג פון די אהרונים, דער אפעלאט קארט באשטעטיגט אז לעגאל זענען די אהרונים די זעלבע מחותנים ווי די זאליס, א געוויסער קארט אויפן פארלאנג פון די אהרונים שיקט צו די"ת, א זאך וואס קען זיין זייער שעדליך פאר די זאליס, און אויב איר ווילט פיזישע באווייז, זיי מוחל שפאצירט אריבער דעם ראסס סט. שול דעם סוכות, די אהרונים האבן צום ערשטן מאל באוויזן צו ארויסשטעלן די זאליס פון א בנין און וומ"ב אלעס א דירעקטע רעזולטאט פון די קארט געווינסן.
6. פראטעסטן, געווינער אהרונים.
א שטארקע דורכברוך פאר ר' אהרן און זיינע חסידים ווי ער האט באוויזן צו ארגענאזירן אן עמטליכער אלטוועלטליכער כנסיה אלעס נאר אויף זיין אייגן קרעדיט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 06:38 |
|
| |
יענקעלע, נומער 4 איבער דו ביה"ח ביסטו לגמרי נישט גערעכט, אוואדי יעדער ווייסט אז בכלליות אינעם גרויסן פיקטשער זענען די אהרונים די קלארע געווינערס לגבי דעם ביה"ח, לית מאן דפליג, דער זאלי וועט דאס אויך מודה זיין, אבער למעשה איז דאס נישט א געשעעניש פון יאר תש"ע, דאס איז א תשס"ט גאר גרויסער ריזיגער, הגדול והנורא, געווינס פאר די אהרונים, דער איינציגער פרישער זאך וואס עס האט זיך אנטוויקלט אין יאר תש"ע אז זייער ביה"ח איז האט זיך ערווארבן צו א רעספעקטירטער מקום מנוחה פאר א נפטר, און די מציאות איז אז די אהרונים האבן פעסט קאמפיינט און זיך משער געווען אז דער נייער ביה"ח גייט זיין א מקום בזוי וואס מענטשן וועלן אנטלויפן און מורא האבן דערפון, יעצט גייסטו מיר זאגן אז מער מענטשן קומען צום אלטן ביה"ח, אוואדי ווער זאגט אז נישט, קיינער האלט נישט אז דער נייער ביה"ח איז בעסער ווי דער אלטער, אבער ווי געשמועסט נישט פון דעם איז דער מדובר, בכלל אויב זאל מיר אנעמען דיין סברה, מוז איך נעמען נומער 5 און עס אויסדרייען פאר א געווינס פאר די זאליס ווייל אינעם גרויסן פיקטשער זענען די אהרונים לוזערס אין וומ"ב, דאס ווילסטו שוין נישט.
איבער די קאטשקע סקאנדאל, ביסטו ווייטער נישט גערעכט, ווייל אפי' אויב דער הצלחה פינעם בית השחיטה איז מעגליך געשטיגן, איז עס דען "צוליב" די קאטשקע סקאנדאל? עס איז "טראץ" די קאטשקע סקאנדאל! די איינציגע דירעקטע זאך וואס האט יא פאסירט "צוליב" די אינצידענט אז די רעשטלאך א"ג "נארמאלע" זאליס וואס האבן ביז יעצט נאך יא געגעסן קר"י פלייש, האבן יעצט אויפגעהערט, עס האט זיי געגעבן א גוטן טאלקינג פוינט אנדעם וואס מ'זאל זיי אנקוקן פאר עקסטרעמיסטן, ממילא איז עס א קלארע נעט-לאס פאר די אהרונים, וואס דען, היות עס זענען געווען גאר גאר עקסטרעמע עלעמענטן אינעם לאגער פון די זאליס וואס האבן פאנטאזירט אז די בית השחיטה גייט אינטערברעכן ווייל בעיניהם איז עס געווען ממש ווי א פינקל סקאנדאל, און היות דאס איז קיינמאל נישט געקומען צו רעאליטי, האט זיך געקענט דאכטן אז די מלחמה איז דא געווען איבערן סורווייוועל פונעם בית השחיטה, וואס לענ"ד איז דאס קיינמאל נישט געווען קיין קלער און ראשינאלן מח פון די זאליס, ממילא קען איך בשום אין אופן עס קוואליפיצירן אלס א געווינס פאר די אהרונים.
יעצט איבער די סידור קידושין, קען איך אפשר זעהן א סברה אז עס וואלט אפשר נישט געדארפט זיין א געווינס פאר זאליס, נאר פאר איין סיבה, ווייל ס'אביסל צופרי אין די מערכה צו געבן א געווינס פאר סיי וועלכער צד, איך האב מיך אביסל צו שטארק געאיילט, דאס וואלט לכאורה געברויכט זיין א תשע"א מאורע, ווייל לפע"ד קען מען נאך באמת נישט וויסן ווי עס וועט זיך דרייען, עס איז נאך נישט אריבער אלע טעסטס, למשל איך האב געקלערט צו שרייבן פון די דיני תורות פון בני ברק און בארא פארק, אבער איך בין געקומען צו די החלטה אז עס געהער אינעם יאר וואס עס וועט ארויסקומען א פסק, די זעלבע מיט די סידור קידושין וואלט איך לכאורה געברויכט לאזן פארן קומענדיגן יאר, קען זייער מעגליך זיין א נעקסטן יאר גייט זיין דער קעפל "סידור קידושין, געווינער אהרונים" ווער ווייסט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 08:13 |
|
| |
יאנקעלע. ראונג, דו נעמסט אלע קרעדיטן אפילו ווי עס געהערט דיר נישט, סקאט האט עס באשריבן אויף זייער א מעסיגען וועג און דו האסט אויפגעשפרינגען ווי א כיתה ד' חאסעד און דו שרייסט אז אלעס איז די רעבע שליטע (כלשונם פון די קליינע חסידים) יעדער האט געווינסן און פארלוסטן צוגלייך.
נאר איין זאך וואס וואלט געווען אינטערסאנט, ווען מען קען ווען שרייבען וועלכע פארלוסט/געוואונס איז גרעסער/קלענער אנקעגן די אנדערע זייט'ס געוואונסן/פארלוסטן און אזוי מאכען א סך הכל אויף טאטעל פערצענט און נישט אויף יעדע סינגל זאך עקסטער.
סקאט נעם דיך צו דער ארבעט
עניוועיס, א גוט געבענטשט יאר צו אלע יודען צוגלייך, זאל קומען א זיס און א לעכטיג יאר, מיט שלום אויף דער וועלט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 09:26 |
|
| |
מיינע צוויי צענט איבער די נושאים און איבער די געווינערס און פארלירערס.
איינס פינף און זעקס בין איך מסכים מיט דיר, אבער אויף די אנדערע האב איך וואס צו זאגן און צוצולייגן.
לגבי סידור קידושין איז אזוי. קרית יואל איז היינט זייער א גרויסע שטאט, כ'רעד שוין נישט לויט די מושגים פון אייראפע, וואס דארט האט א שטעטל מיט דריי הונדערט משפחות געהייסן א ריזיגע רבנות, אבער אפילו לויט די מושגים פון היינטיגע צייטן, איז קרית יואל זייער א גרויסע שטאט.
יעצט לאמיר רעדן פראקטיש, ר' אהרן איז דארט רב און רבי, און האט דארט א רוב, אבער למעשה איז דא זייער א גרויסער ציבור דארט וואס זענען דירעקט זיינע קעגנער און שונאים, און די חברה זוכן אים צו באגראבן און צופיקסן ווי נאר און ווען נאר זיי קענען.
עס איז א דבר פשוט אז ערגעץ ווי וועט די זאך דורכגעבראכן ווערן, איך האב דאס שוין געזאגט פאר עטליכע יאר צוריק, אז סוף כל סוף גייט די זאך געבראכן ווערן. דו קעסט שרייען פון היינט ביז מארגן פסולי חיתון, אז זיי האבן נישט מורא פאר קאורט, אז זיי האבן נישט מורא פאר בג"ץ, אז זיי האבן זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון דעם מנחת יצחק מיט דעם עדה החרדית, און פון סיי וואס אימער, איז וואס האסטו געקלערט, זיי גייען איינרוען? אויב האסטו אזוי געמיינט האב איך זייער מורא אז דו ביסט א נאר, אדער עכ"פ נאאיוו.
יעצט, אז מען האלט ביי תש"ע און ערשט יעצט איז זיי געלונגען צו מאכן צום ערשטן מאל א זאל, און צו דעם איז עס אינדרויסן פון שטעטל, וואס מען וואלט געדארפט טון אין אזא פאל? פייערן זיג. דהיינו, יעצט האסטו יעדעם איינעם איבערצייגט אז אין שטעטל בין איך בעל הבית, און אז דו ווילסט ברענגען אן אייגענעם מסדר קידושין, מיזטו גיין אינדרויסן פון שטעטל. ווען די ארונים טוען דאס, זענען זיי די גרעסעט געווינער, אין שטעטל בין איך געבליבן בעל הבית, און אינדרויסן פון שטעטל ביסטו אויך נישט קיין געווינער, ווייל א געווינער ביסטו נאר ווען איך לאז נישט, און דו האסט אויסגעפירט (אזוי ווי דער מציאות איז) אבער ווען איך לאז דיך, און די מאכסט עס, בין איך דער געווינער, ווייל אזוי קען איך דאך שרייען אז דו האסט עס נאר געקענט טון ווייל איך האב דיך געלאזט, והא ראי', אין שטעטל ווי איך לאז נישט, קענסטו טאקע נישט.
דערווייל וואס איז געשען? אמת טאקע, די מעשה האט זיך נאך נישט געענדיגט, אבער איך קען דיר שוין זאגן, כמעט זיכער, אז סוף סוף וועלן זיי אויספירן, די צייט וועט טון דאס זייניגע, מען וועט מיד ווערן פון פייטן, (אדער וועט מען מוזן אויפהערן צוליב אנדערע סיבות, למשל ווארפן גארבידש אויף די גאסן) און צוביסלעך וועט זיך דער קאמפיין אויפהערן. יא, עס וועלן אלעמאל בלייבן געציילטע אידן וועלכע וועלן נישט גיין צו שמחות פון קרובים ווייל דער זאל איז גע'אסר'ט, אבער בדרך כלל, גיב עס א צוויי דריי יאר (און אפשר ווייניגער) און אפילו ארונים וועלן גיין צו שמחות אין דעם גע'אסר'טן זאל. דעריבער זאג איך, אז די ארונים זענען ביטערע פארלירער ביי דעם סידור קידושין פרשה, און פארלוירן האבן מיר, ווי נאר מיר האבן אנגעהויבן דעם קאמפיין. ווייל דאס איז א קאמפיין וואס מען קען בדרך הטבע נישט פארלירן. אז מען האט נישט געקענט די בני יואל אינטערברענגען פאר צוואנציג יאר צוריק, וועסטו היינט זיכער נישט קענען.
בערך די זעלבע זאך קען מען זאגן לגבי דעם בית החיים. איינער וואס רעדט זיך נאך איין, אז די זלונים גייען אינטערגיין, דער באלאנגט לגמרי נישט אין דעם עולם המציאות נאר אין דעם עולם הדמיון. וויפיל עוולות און וויפיל עבירות די וועסט צושרייבן צו זייער קרעדיט, און אפילו דו וועסט זאגן אז באמת זענען זיי נישט קיין חסידים פון זלמן לייבן (וואס דאס האלט איך אויך)) מיט דעם אלעם אבער, איז ער א מציאות, עס איז דא א ריזיגער עולם וואס וויל אים, צוליב סיי וועלכע סיבה, און די וועלן קיינמאל זיך נישט משתייך זיין צו א חסידות אונטער ר' אהרן. יעצט, אז ר' אהרן האט געווינען דעם בית החיים, ברגע די זלונים האבן איינגעזען אז זיי האבן פארלוירן דעם בית החיים, מוזן זיי מאכן אן אייגענעם בית החיים. זיי קענען ווען גיין ערגעץ אנדערש, אבער עפטער אלל, איז נישט מער ווי מסתבר אז זיי זאלן טרייען צו גיין וואס נענטער צום ציון פון דעם בעל ויאו"מ אדער דברי יואל (וועלכע עטץ ווילטס ענדערש). און יעדער בר דעת פארשטייט, אז עס זענען דא גענוג געהעריגע נארמאלע מענטשן, און אפילו מכובד'יגע מענטשן, און אפילו רבנים און אנשי שם, וועלכע זענען גענוג פארטייאיש געשטימט, אז זיי זאלן וועלן מחזק זיין די זאך און גרייט זיין צו ליגן דארט, און דאס איז אפילו ווען עס איז נאך ניי, און אביסל נישט בכבוד'דיג צו ליגן דארט, ווער רעדט נאך ווען עס גייט אדורך אפאר יאר, און די געמיטער בארואיגן זיך, און עס זענען שוין דא דארט א שיינער מספר קברים, וועלן רוב זאליס ענדערש וועלן ליגן דארט.
עס איז א דבר פשוט אז די ארונים זאלן טרייען דאס אוועק צו מאכן און זאגן מאנגאס אדער אחורי הגדר, און דאס קומט אזוי, דאס איז זיין פאליטיק, אבער אין פאקטישן מציאות, פארשטייט יעדער בר דעת, אפילו אן ארוני אז עס איז ס"ה א שאלה פון צייט ביז דאס וועט ווערן א געהעריגער בית החיים ווי יעדער קהל'ישער בית החיים און דאס איז דאס, ממילא איז דא נישט באמת א געווינס פאר די זלונים, ווייל דאס איז א זאך וואס קומט ממילא, א קהילה מיט אזוי פיל מענטשן וואס מאכט אליינס א בית החיים וועט בהכרח האבן דארט גענוג און נאך נפטרים. אבער פאר די וואס האבן זיך איינגערעדט אז דאס גייט אונטערגיין אדער אז דער פערלשטיין גייט בלייבן אליינס און נאך אזעלכע זאכן, פאר די איז דאס א פארלוסט. טו בעד.
יעצט בנוגע די קאטשקע סקאנדאל, זאך איך די זעלבע זאך אויף פארקערט. די ארונישע קהילה איז גענוג גרויס אליינס, אז אפילו אויב קיינער אויסער זיי קויפט זייער טשיקן, קענען זיי אויסהאלטן דעם שלאכט הויז. היינט נאך אז זיי מאכן א גוטן פי אר, און שטעלן גוט צו צו די קאסטומערס, איז דאך פשוט אז זיי וועלן האבן אסאך קאסטומערס אזוי ווי דער מציאות ווייזט.
יעצט די געדאנק ביי די זאליס איז אז מען טאר פון דארט נישט עסן, און מען דארף דאס אונטערברענגען, דאס קוקט אויס באלד ווי די ארונים ביים פירן א קאמף מיט דעם נייעם בית החיים, פונקט ווי זיי גייען נישט אונטערברענגען דעם נייעם בית החיים, אפילו זיי רופן עס פאלאקס לאט, אזוי גייען די זאליס נישט אונטערברענגען דעם ק"י בית השחיטה אפילו זיי וועלן שריייען מוסקאווי זייער הויעך.
עס קען טאקע זיין אז אפאר זאליס וואס פלעגן נאך עסן פון דארט האבן אויף געהערט, אבער דאס הייסט לגמרי נישט קיין קלאפ פאר דעם שלאכט הויז.
וואס די זאליס האבן יא מצליח געווען איז, אז זיי האבן געהאט עפעס אויף וואס צו שרייען, און עס זענען געווען געוויסער רבנים וואס האבן מיטגעהאלטן מיט זיי, און צום סוף האט די שלאכט הויז אליינס ארויסגעלייגט א צעטל פון א ריקאל, (וואס אויב מען וויל קען מען שרייען אז דאס ווייזט ערשט אז דאס איז א מהודר'דיגע שחיטה, ווייל אז עס מאכט זיך א טעות, מאכט מען א ריקאל, נישט א קאוועראפ).
למעשה אבער האבן די רבנים פון די וועלט (חוץ די זלונישע) נישט אפגעקויפט דעם סקאנדאל, און זיי לאזן ווייטער דאס עסן, און פילע זאגן גאר אז עס איז גאר מהודר צו עסן פון דעם, און דאס איז וואס דער עולם קויפט אפ, ממילא, האלט איך, אז דא זענען די זאליס גאר געווען די לוזער'ס, ווייל זיי האבן געמאכט א גאנצן קאמפיין צו פארשמירן דעם שלאכט הויז, און עס איז זיי פאקטיש נישט געלונגען, אבער פונקט ווי ביי די פריערדיגע זאכן, האבן זיי שוין פארלוירן ביים אנהייב, ווייל זיי קענען סייווי נישט אונטערברענגען דעם שלאכט הויז, און אוודאי נישט דעם ארוניש'ן קאמפאני.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 17:03 |
|
| |
סקאט, אויפן בית החיים גיי איך נישט קאמענטירן ווער ס'איז דער געווינער, איך וועל נאר דערמאנען א ווערטל וואס א קלוגער איד האט געזאגט דעם ר"ח אלול, אז די ארונים דארפן לכאורה גוזר תענית זיין וואס פאר א מין מגיפה זיי האבן געהאט די יאר.
ווייל דאס איז דאך כולי עלמא מודה אז רז"ל האט רוב סאטמאר, און ווי אויך איז כו"ע מודי אז אונזער ביה"ח איז אין די הענט פון די נעלאגען, און געב א קוק, צד רז"ל זענען נפטר געווארן די יאר אפשר 15 מענטשן, און צד מהר"א איז נפטר געווארן איבער 200 מענטשן, איז דאס נישט קיין מגיפה?
(און דאס איז ווען קיין איינער האט נישט געזאגט אז ס'איז אסור צו ליגן דארט)
גביר אדיר, דו ביסט יא גערעכט מיט דיין אפשאצונג
אבער דאס וועסטו אויך מודה זיין, אז רש"ל וויינבערגער האט אהינגעלייגט זיין פאטער איז דאס גאר א ביטערער פאטש פאר זיי
*
יעצט וועל מיר גיין צו די קאטשקע סקאנדאל, ביזט אביסל ראונג מיט דיין אפשאצונג.
נומער 1, איך ווייס קלאר פאר א פאקט אז טאקע וועגן די קאטשקע סקאנדאל האבן עטליכע קהלות אנגעהויבן צו נעמען פון קרית יואל שחיטה, פארוואס?
ווייל געב א קוק אין די וועלט די לעצטע 40 50 יאר, יעדע קאמפאני, אפילו גאר גרויסע און לעבנסויכטיגע קאמפאני האט שוין אמאל געמאכט א מיסטעיק, וואס טוט מען ווען מען מאכט א מיסטעיק, מען מאכט א ריקאל, נעם א דוגמא די טיילעלנאל קאמפאני וואס מענטשן דארפן אנקומען דערצו טעגליך, עפעס א ספק חשש איז געווען, א ריקאל.
היכי תמצא אזעלכע מאסן שחיטה פראדוקציע מאכט נישט קיין איין איינציגע מיסטעיק אין 50 יאר?, והראי' זייט חסידישע אידן זענען אין אמעריקא האט נאכנישט פאסירט אז מען זאל מאכן א ריקאל.
און דא קומט א בית השחיטה וואס איז קוים 5 10 יאר אלט, און האט נישט מורא צו מאכן א ריקאל, ער איז מודה על האמת, און זאגט, יא, כ'האב טאקע נאר א חשש און שיק עס צוריק, עס נישט אונטער מיין נאמען. (אלע אונזערע דיינים האבן געזאגט סאיז קיין פראבלעם, נאר רבינו שליט"א האט געהאקט אויפן טיש, אויב הייסט דאס מהודרת דארף מען דאס אויך צוריק רופן), דאס האט קאנווינסט א שיינע פאר קהלות אז מען קען זיך פארלאזן.
און דאס איז פשט פון לית נהורא אלא דנפיק מגו חשיכה.
כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ
און די זעלבע מיט די זאלונים וואס האלטן זיך צוריק פון עסן, ווילסטו מיר איינרעדן אז א נארמאלער זייטיגער מענטש קוקט זיי אן פאר א מענטש מיט א שיטה? א בוידעם!
זיי האבן דעם פנים ווי דער יונגערמאן וואס האט דעם זומער אנגערופן א האטעל, און זיין ערשטע שאלה איז געווען, דו נוצט פלייש פון קרית יואל, זאגט ער יא, זאגט דער יונגערמאן דעמאלטס קען איך נישט קומען צו דיר, פרעגט דער האטעל אייגנטומער איך קען דיר צושטעלן אנדערע פלייש, זאג מיר וועלכע שחיטה ס'איז גוט פאר דיר.
דער יונגערמאן בלייבט שטיל און נעמט זיך קעקעצן, ביז ער געט א זאג, עני שחיטה קענסטו מיר געבן, אבער חלילה קרית יואל.
און דאס זענען שוין די "נארמאלע" זאליס...
*
און יעצט גביר אדיר בנוגע די סידור קידושין, ס'איז נאריש צו זאגן אז די קאמפיין דערקעגן האט זיי געמאכט פאר געווינער, ווייל אויב זאגסטו אזוי קענסטו נישט די בני יואל, פונקט ווי ווען מען האט זיי געגעבן א וועג ארויס, און געגעבן רשות פאר רבנים צו מסדר קידושין זיין, און אפילו די רבי און דער דיין האבן אנגענומען דארט סידור קידושין, זענען זיי געגאנגען און זיך שווערער געמאכט, זיי וואלטן דאך געקענט זאגן ס'איז ליגנט, און פארטיג
די זעלבע זאך, ווען מען זאגט זיי, דו ביסט אינדרויסן פון שטעטל, וואלטן זיי אויף להכעיס געמאכט די חופה אין שטעטל, אזוי ווי איינער האט שוין געוואלט טון עטליכע יאר צוריק, און אזוי ווי דער שארמאשער האט יעצט געוואלט טון און ער האט זיך אפגעהאלטן צוליב...
בכל אופן ווי געשמועסט אויבן, מען האלט נאך ביים אנהייב און ס'איז שווער צו זאגן וואס דער סוף וועט זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 17:45 |
|
| |
לאמיר אביסל צולייגן די זאך, וואס מיינט א געווינס? און לויט דעם וועלן מיר קענען מאכן א סך הכל ווער דער געווינער איז, א געווינס מיינט, צוויי צדדים קריגן זיך, איין צד וויל אזוי, און דער צווייטער צד וויל פארקערט, און לויט וואס עס פאסירט קען מען מחליט זיין ווער דער געווינער איז, א געווינס מיינט נישט א הצלחה אין הענדלען דעם פארלוסט, אדער גאר רעדוצירן דעם פארלוסט, אדער ווי מען רופט אויף ענגליש, זיך סעיוון פעיס, ניין!, דאס מיינט נישט קיין געווינס, דאס מיינט אפשר א שטיקל הצלחה אבער קיין געווינס זיכער נישט!, סקאט, איך בין מודה מיט דיר אז אין וויליאמסבורג האבן די אהרונים געליטן א מעכטיגן פארלוסט און די זאליס א געווינס, צופרידן?, (ווייל לויט דיין סברה אז הצלחה מיינט א געווינס, זענען די אהרונים די אויסגעשפראכענע געווינער אין וויליאמסבורג, אבער דער אמת איז אז ס'איז נישט אזוי,
אצינד צום בית החיים, איך ווייס נישט פון ווי די האסט אפגעמאכט אז די אהרונים האבן געהאלטן אז זייער בית החיים גייט זיין א טאטאלער דורעכפאל, אני הקטן האט דאס קיינמאל נישט געקלערט, אויב האבן די בני יואל וואס האבן געאטעמט "רבי זכרונו לברכה" נישט געצווייפעלט קיין רגע און באשלאסן צו גיין ליגן עטליכע מייל אוועק פונעם דברי יואל, וועט מיסיס רייך האבן א פראבלעם?, קיין איין זאלי וועט נישט האבן קיין פראבלעם פון צו ליגן אין די זאלי בית החיים, און נישט אזוי רעכענט מען א געווינער און א פארלירער, מען דארף מאכן א חשבון וואס האבן די זאליס געוואלט זאל פאסירן מיטן בית החיים און וואס האבן די אהרונים געוואלט, און וואס איז למעשה געווארן, און אזוי דערקלערט מען א געווינער, דאס איז זיכער אז די זאליס האבן "נישט" געוואלט צו זיין געצווינגען צו זיכן א נייעם בית החיים, זיי האבן געוואלט בלייבן בעלי בתים אויפן אלטן בית החיים, און מיט דעם האבן זיי ביטער פארלוירן און די אהרונים האבן געווינען, יא, זיי האבן זיך גאנץ שיין געסעיווט פעיס, און דערווישט א נייעם בית החיים גאנץ נאנט, אבער ווי גייט דאס שפרעכווארט, "CLOSE BUT NO CIGAR" יא גאנץ נאנט אבער פארט נישט דאס זעלבע, נאכאמאל, א סך הכל: אין בית החיים זאליס מעכטיגער לוזערס, אהרונים מעכטיגע געווינערס, (און זאליס א שטיקל הצלחה אין קאווערן זייער פארלוסט), און אין וויליאמסבורג, אהרונים מעכטיגע לוזערס, זאליס מעכטיגע געווינערס, (אהרונים גרויסע הצלחה אין קאווערן זייער פארלוסט).
קאטשקע פלייש: נאכאמאל דאס זעלבע, און נאך מער, וואס האבן די זאליס געוואלט, זיי האבן געוואלט קלאפן און אראפ ברענגען דעם בית השחיטה המהודרת, וואס איז דעם רבינס בעבי, דער רבי איז שטאלץ מיט דעם בית השחיטה, און דאס איז כצנינים בעיני הזאליס, און במחילת כבודך הרמה, קיין שום זאלי (ביי די זאליס איז נישטא אזא זאך ווי א נארמאלער זאלי אדער א נישט נארמאלער זאלי, ווייל אויב איז ער נארמאל איז ער שוין נישט קיין זאלי...), עסט נישט פון קרית יואלער פלייש, זיי עסן נישט די מהודרדיגע מצות פון אריזאנא ווייץ, און זיי דארפן נישט קיין קאטשקע תירוץ אויף נישט צו עסן, און נישט דאס איז געווען זייער כוונה מיט די קאטשקע שערורי', זיי האבן דאס נאר געוואלט אינטער ברענגען און טראץ זייער שערורי' איז דאס בכלל נישט געלונגען, היינט צוטאג קען מען פשוט נישט נאכקומען דעם פארלאנג, מען שחט שוין 6 טאג א וואך, און דאס איז א אהרונישער געווינס און במילא א זאלי פארלוסט, און אויב האלסטו אז זייער כוונה איז געווען בלויז "זיי" זאלן נישט עסן פון די דאזיגע שחיטה, און נישט צו קלאפן דעם גאנצן בית השחיטה, ביסטו פשוט זייער נאאיוו.
זעסט, איבער די סידור קידושין וואלט איך מעגליך יא מסכים געווען מיט דיר אין א געוויסער מאס, ווייל, ווי איך האב אויבן געשריבן איז נישט געווען זייער כוונה דייקא אז רבי אהרן זאל ביי זיי נישט זיין דער מסדר קידושין, ווייל ביי קיינעם פון די פורצי גדר וואלט רבי אהרן במילא נישט געווען דער מסדר קידושין, זיי האבן נאר געוואלט דורכברעכן דעם ענין פון מרא דאתרא, און למעשה איז נאך פרי מאטשור, צו פרי, צו מאכן א סך הכל, ביזדערווייל גייט דאס פאר זיי גאנץ שווערליך, און זיי ליידן זיך אן א היבש ביסל צרות יגון ואנחה, ס'גייט זיי בכלל נישט לויט זייער פלאן, ווי געשריבן, אז מיילך שטערן קען דארט נישט חתונה מאכן, אז אברהם יושע פריינד דארף גיין קיין מאנסי חתונה מאכן און אז שמואל דוד בירנבוים דארף גיין חתונה מאכן אין קאנטינענטאל, האבן זיי "נאכנישט" געווינען, אבער ווער ווייסט? קען זיין אז מיט די צייט וועלן זיי דאס דורך ברעכן, און זיי וועלן דאס יא דורכפירן פונקט ווי זיי האבן דורך געשוויצט זייערע רדיפות מיט זייערע מוסדות, על כל פנים, דער סידור קידושין, איז נאך מוטל בספק, און מען קען נאכנישט דערקלערן קיין געווינער אדער פארלירער. עד כאן לפי עניית דעתי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 17:51 |
|
| |
וואלן, זייער גיט ארויס געברענגט, איך האב געשריבן מיין תגובה בעפאר איך האב געזען דיין תגובה, איך האב דאס ערשט געזען נאכן פאסטן מיין תגובה, און עטליכע זאצן איז כמעט די זעלבע, און מיר ביידע נתנבאו בסגנון אחד.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 21:05 |
|
| |
וואלען מיט יענקעלע
זייער גיט ארויסגעברעננגט, אין קלאר געברענגט די פאטישע מציאות, יעדעס ווארט איז איבריג
איך וועל מיך אבער יא באציען אויף סקאטס ערשטע תגובה טראץ וואס איך ווינדער מיך אביסל דערויף
איך וויל מאכען א הקדמה,
קיינער וועט נישט לייקענען אז ביידע צדדים האבען געהאט געווינסן אין פארלוסטן
די שאלה איז נאר ווער האט ווי געווינען אין ווי פארלוירן
1. רביצין שול,
דאס איז א פשוט'ע מציאות, מ'דארף זיין א זאלי צו זאגען פארקערט, די שול איז פארמאכט דורך זייער אייגענע ערכעות אין די איבערקערנישן האט נאר געוויזן פאר די וועלט פין וואס פארא אימציוויליזיטרע פרעים דער ברך משה ז''ל האט זיך אנגליטן, אנגעהויבן פונעם ערשטען טאג וואס זיי זענען אריין אין קארט (באמת נאך אסאך פריער איך רעדט נאר פין יעצטיגען המשך) אין גענדיגט ביי די גארביזש געווארפעריי
2. סידור קידושין,
האסט שוין אליין געשריבן אז דיין שאץ איז נישט ריכטיג ציליב דעם וואס מען האלט נאך פין אנהויב, אבער דער עולם דא האט עס שוין אויסגעשמיעסט, אין ביז ווילאנג די מחותנים דארט זענען בלויז עקסטרעמע בני יואל אין די צאל חתונות איז נישט מער ווי 8 פסול'ע חתונות איז וויי פאר אזא געווינס
3. קאטשקע סקאנדאל,
דאס איז שוין אויך ברייט אויסגעשמיסט, אין איז א שאד איבערציקייען
זיי האבען געוואלט קלאפן די בית השחיטה אין ב''ה די בית השחיטה איז מוסיך והוליך
נאר 'לשיטתך' אז די קיקסט נאר אויף די זאלי'ס תירוץ (פארוואס זיי זאלען נישט דארפן עסן ק''י פלייש), ביי דעם פוניט - אין די קוקסט אויפן טפל פין די זאך, וויל איך דיך פרעגן,
וויאזוי וואלט געווען א מציאות אז די זאלי'ס זאלען זיין פארלירער? די האלטס איין מיניט אז זיי זאלען נישט אפקויפן סיי וואס פאר א לאקשען פין דער איד אדער היידפארק קעגן די ארונים?
ס'נישט געווען קיין פייט איבער דעם אפילו, יעדער האט גלייך געוויסט אז די זאלי'ס וועלן עס אפקויפן די שאלה איז געווען וואס די גאס וועט זאגען, וואס דארט זענען זיי ב''ה ביג טיים לוזערס
4. ביה"ח,
די טוסטו די זעלבע ווי ביים בית השחיטה, די לייגסט די טפל כאילו דאס איז עיקר טעמע
דאס איז קלאר אז אפי' אין תש''ע האבען זיי נאך געפייט מיט ציין א נעגל פאר'ן בית החיים אין אפי' נאכדעם וואס ערב זמן חרבן בית מקדשינו האט דער שופט של עכו''ם האט זיי געהייסן גיין צו א בית דין האבען זיי נאך לעצטנס אימגלויבליך ארייגעגעבן א נאטיס אויף אפיעל,
נאר וואס דען דא איז געווען א זייטיגע פייט וואס איז געגאנען אויף היידפארק אדער אויף די ווענט פין ראדני וואס איז געווען געצילט אויף השערות ווי שנעל עס וועט זיך אנפילן אין ווער עס וועט דארט ליגן
ביי די זאלי'ס וועלכע זענען געליבן גרויסע לוזערס טראץ די פראפעגענדע פין ש''פ, האבען געלייגט א אפענע אין שטארקע דגוש אויף די 2 א''ד זאכען, אנגעהויבן פין ארויפגיין צו יעדן אלטע יוד, אפען קאמפיינען מען זאל זאל לייגען דארט, אויסרופן א איסור אויף די אלטע בית החיים, אין אזוי ווייטער כהנה וכהנה וואס רוב דערפין זענען שוין געווארען אויסגעשמיעסט ברבים,
די הויפט פעולות זענען געווען אז זיי נעמען יעדן 'בחינם' אין אז זיי נעמען 'יעדן' אפי' אזא מין מענטש וואס די חברה קדישא פלעגט נישט אננעמן (חתימת זקן, בייא האר, ערכעות, מסירה, מהרס כו')
יעצט בכמות נפטרים האלטן זיי אפשר ביי 15/20וואס קען זיין א שיינע נומבער פאר א קליינע קהילה אין איך וועל זיי לאזען זיין געווינער {טראץ וואס עס קומט נישט צו אין קאווערט נישט זייער אייגענע נפטרים -
וואס די שענסטע פין זיי זענען געקומען צום געהעריגען ביה''ח}
אבער ווען מען קוקט באיכות פרעגט עס אפ די געווינס פין בכמות, ווייל רוב פין זיי זענען נישט קיין נפטרים וואס מ'קען שטאלצירן, לדוגמא: יונגע קינדער אין יונגע מענטשן ה''י (רוב נפטרים), ביי האר (1), געשניטענע בארד (1), נישט געזינט גייסטיש (עטליכע) אין אזוי ווייטער,
אבער אז מ'קוקט נישט באיכות, איז בכמות א שטיקל געווינס ווי געשריבן
אבער ווי געשריבן נישט אויף דעם שלאגט מען זיך ארום
איך האב יעצט נישט קיין צייט מאריך צו זיין, ועוד חזון
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2010 23:34 |
|
| |
לדעתי איז די גרעסטע געווינס צו ווערן אפגעצייכענט די יאר
די מעכטיגע קול קורא פון בעפאר די פארטעסט אין מאנהעטן ווען כמעט אלע גדולים האבן אויף דעם געחתמ'ט און זיך נישט געלאזט טעראזירען פון די זאלי טעראר מאשין אן דארפן צוקומען צו א יעדען שמויגערל וואס גייט מיט שיפע טאשן ארויף צולייגן זיין נאמען
און פארוואס האט מען פארגעסן פון די נייע בית מדרש ווער איז ארויס די געווינער?
און ווען ר' לייבוש איז געקומען צום רבי'ן צום ערשט באזוכען (לכאורה האט ער דארט בטעות אריינגעבלאנדזשעט ווייל די ניגון איז געגאנגען ביז דעמאלטס ביי די זאליס אז ר' לייבוש ער וויל אים נישט קוקען אין פנים - נישט אז דאס האט עפעס אויסגעמאכט ביי מיר לנוגע רבינו שליט"א נאר איך דערמאן מיר נאר די ביטער דורכפאל וואס די חברה האבן דעמאלטס געהאט אזזש זיי האבן דאס נישט געקענט אדורכטרוגען)
און וואס טוט זיך מיט די סטעידזשעס שמחת תורה אין ראדני?
און ווער איז ארויס א לאזער פון דריי געקענסעלטע נסיעות?
און ווער איז ארויס א לאזער פון די מעכטיגע דריטע וועלט מלחמה נאך די אטאקע אויף די שיף אין עזה אזזזזש אז מען האט געדארפט אפרופען די אזויגערופענע היסטארישע פארטעסט און אויסגעטייטשט אויף אלע וועגן אז אזוי האט די רבי געטון ?
און ווער איז ארויס א לאזער ווען די קווינס בויעס האבן זיך צולאזט איין דינסטאג נאכט און נאך געשריגען א מנהיג ישראל וואס עס איז נאך נישט געהערט געווערן אזא זאך ביי כלל ישראל און זייער עכטען פרצוף איז ב"ה נתגלה געווארן בפני כל קהל ועדה?
און ווער איז ארויס א לאזער ווען די כת המתנחלים האטזיך צולאזט און געטון אזאך וואס איז ניטאמאל נאך איינגעפאלן ביי די גרועים שבאומות צוטון און ווארפן גארבידזש אהאה איז דאס געווען געשמאק צוצוקוקען ווען זייער עקעלדיגער פרצוף איז נתגלה געווארן אפילו ביי די גויעישע וועלט
 |
|
|
|
|
|