בית פורומים אידישע געדאנק

סאטמאר פאליטיק תש"ע: סך הכל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2010 22:48 לינק ישיר 
סאטמאר פאליטיק תש"ע: סך הכל

א אינטערעסאנטער אשכול פון סקאטמאלען, הגם ביידע צדדים קענען און וועלן זיכער אפפרעגן און זיך טענהן ארום זיינע מסקנות. אבער לדעתי האט ער געמאכט זייער א פיינעם ס"ה.
 
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2825377&forum_id=16386



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 22:54 לינק ישיר 

מיט די פראטעסטן האט ר' זלמן לייב פונקט אזוי אפגעהאלטן א זיג, דער וואשינגטאן פראטעסט איז געווען אויף זיין רוף און עס איז אפגעהאלטן געווארן מיט א אויסנאמען סוקסעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 23:02 לינק ישיר 

דא האט איר דעם גאנצן ארטיקל:
 

איך וועל דא מאכן א כל בו פון אלע פראמינענטע געשענישן פון יאר תש"ע, אין ציטיילן דער געווינער פון יעדן געשעניש,

1. רביצין שול, געווינער אהרונים
א לאנגיארגער סימבאלישער בני יואל קוואטיר, אונטערן נאז פון די אהרונים, איז געווארן א פאשלאסענער פארלאזטער הויז, די מהומות מצד הזלונים אין קר"י און אין וומ"ב, האט זיי נאר פארשמירט, אזא גאטונג ווי די אהרונים שמחת תורה אין ראדני, וואס די אהרונים באהאלטן זיך נאך היינט דערפין.

2. סידור קידושין, געווינער זאליס.
א היסטארישער דורכברוך אינעם לאנגן פראוו פון זעלבסטשטענדיקייט פון מתנגדי ר' אהרן, אנגעבליך א זאל פון חסידי ר' זלמן לייב וועט נאכפאלגן, און דער קאמף צו אפשטעלן דעם שנעל לויפנדיגן באן איז א פארלוירענער.

3. קאטשקע סקאנדאל, געווינער זאליס
טראץ וואס עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז עס האט געשעדיגט דראסטיש די קר"י בית השחיטה פינאנציעל, איז עס פארט ענדערש א געווינס פאר די זאליס, צוליב'ן בלויזן פאקט אז עס געבט זיי די געווער אין אויסרייד נישט צו עסן די פלייש, און האט געשטעלט די אהרונים אויף די דיפענסיווע.

4. ביה"ח, געווינער זאליס
ווארענונג: בשנת תשס"ט זענען די אהרונים געווען די געווינער אין דעם הינזיכט, אבער מיר קאנצעטרירן זיך בלויז אויף תש"ע, אלזא, דער יאר תש"ע וואס די זאלי ביה"ח האט זיך עטאבליזירט אלס א נארמאלן ביה"ח וואס איז אנעמבאר פאר יעדן אידישקינד וואס וויל זוכה זיין צו קבר ישראל, אין שטארקן קעגנזאץ פון די אלגעמיינער ארונישן השערה און אפי' איבעראשונג פאר די זאליס, די אהרונים זאלן באצייטנס אפלאזן די לויזונגען "מאנגאס" און "אחורי הגדר", עס ארבעט נישט.

5. קארט וומ"ב, געווינער אהרונים
דער יאר תש"ע האט זיך דער רעדל אנגעהויבן דרייען אויפן ריכטונג פון די אהרונים, דער אפעלאט קארט באשטעטיגט אז לעגאל זענען די אהרונים די זעלבע מחותנים ווי די זאליס, א געוויסער קארט אויפן פארלאנג פון די אהרונים שיקט צו די"ת, א זאך וואס קען זיין זייער שעדליך פאר די זאליס, און אויב איר ווילט פיזישע באווייז, זיי מוחל שפאצירט אריבער דעם ראסס סט. שול דעם סוכות, די אהרונים האבן צום ערשטן מאל באוויזן צו ארויסשטעלן די זאליס פון א בנין און וומ"ב אלעס א דירעקטע רעזולטאט פון די קארט געווינסן.

6. פראטעסטן, געווינער אהרונים.
א שטארקע דורכברוך פאר ר' אהרן און זיינע חסידים ווי ער האט באוויזן צו ארגענאזירן אן עמטליכער אלטוועלטליכער כנסיה אלעס נאר אויף זיין אייגן קרעדיט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2010 03:45 לינק ישיר 

חסיד_152 כתב:
מיט די פראטעסטן האט ר' זלמן לייב פונקט אזוי אפגעהאלטן א זיג, דער וואשינגטאן פראטעסט איז געווען אויף זיין רוף און עס איז אפגעהאלטן געווארן מיט א אויסנאמען סוקסעס.
די חילוק איז אז מהר"א האט עס פאררופן אויף זיין נאמען און מהרז"ל אויף התאחדות הרבנים'ס נאמען. סא קען מען עס נישט רעכענען אויף זיין נאמען. ווען ער האט שכל פאררופט ער עס אויף זיין נאמען. דעמאלט וועט אים קומען די פולע קרעדיט און דאס האט סקאט מאלען געשריבן: א שטארקע דורכברוך פאר ר' אהרן און זיינע חסידים ווי ער האט באוויזן צו ארגענאזירן אן עמטליכער אלטוועלטליכער כנסיה "אלעס נאר אויף זיין אייגן קרעדיט"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2010 07:46 לינק ישיר 

יא יא

און ביים התאחדות פראטעסט אין וואשינגטאן איז געקומען 300 פאפא'ער חסידים מיט 400 סקוליע'ער חסידים, און 370ראזעלער  חסידים

מיט 90 נאנאש'ער חסידים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2010 18:18 לינק ישיר 

סוג. דאס איז די פוינט! ער האט סייווי נישט געהאט צופיל פון אנדערע קהלות. אבער למעשה איז עס התאחדות נאמען. און זיי נעמען קרעדיט דערויף ווייל למעשה האט התאחדות (אמאל געהאט... אבער עס הייסט נאך אזוי) 50,000 יודן (אזוי האט איינער געשריבן דא נישט לאנג צוריק) סא נישט קיין חילוק ווער עס איז "געקומען"(נאר סאטמאר). נאר אויף וועמענס נאמען מען האט עס "פאררופן"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2010 18:18 לינק ישיר 

לויט דעם חשבון פון 'זעקס', מיינט דאס אז די געווינסן זענען גלייך אויף גלייך, 3 פאר די זאלוינים 3 פאר די ארוינים.

מען דארף אבער אויך רעכענען אז פאר די אהרונים מיינט דאס פון 100 צו 50.
און פאר די זלונים איז פון 0 צו 50.

דאס הייסט 'געווינס' פאר די זאליס, און 'פארלוסט' פאר די ארונים...

חסדי ד' כי לא תמנו... ( אויפן שמיני עצרת ניגון...). תוקן על ידי - חמץ_גמור - 07/09/2010 18:28:25

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2010 18:23 לינק ישיר 

שטימט???

תוקן על ידי חמץ_גמור ב- 07/09/2010 18:25:36




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2010 18:24 לינק ישיר 



תוקן על ידי חמץ_גמור ב- 07/09/2010 18:27:04




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2010 04:05 לינק ישיר 

עס איז נאר דא אין סאטמאר ווינער לוזער היינט?
רעכט פון אומרעכט האט נישט קיין געוויכט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/9/2011 05:18 לינק ישיר 




תוקן על ידי ספרינטער ב- 25/09/2011 05:22:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > סאטמאר פאליטיק תש"ע: סך הכל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext