אנאליז: נרדפים אדער רודפים
ויהי בימי שפוט השופטים, דור ששופטים את שופטיהם, א דור וואס א "הייפעלע" (דער רבי ז"ל האט זייער ליב געהאט דאס ווארט הייפעלע) אידן האבן אויסגערופן שוין די לעצטע צוואנציג יאר, מי אדון לנו, אין זייער חומש האבן זיי אויסגעריסן די הייליגע ווערטער אין די תורה פון נשיא בעמך לא תאור, אויסגעמעקט די הייליגע ווערטער פון רש"י אין לך אלא כהן שבימיך, און וואס א יאר גייט אדורך רייסט מען צו נאך א פסוק לפי רוח הזמן, צו איז עס ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, צו איז עס דער לא תסור מן הדבר, סך הכל קלוגער פון יעדן, העכער פון אלעם, אפילו פון די תורה, אינשי דלא מעלי במלא מובן המלה. א קלוגער איד האט געטייטשט די רש"י אין פ' בא, ואותו שהי' בימי יואל שנאמר (יואל ב) כמוהו לא נהי' מן העולם למדנו שהי' כבד משל משה, די היישעריק וואס זענען געווען בימי רבינו יואל זענען געווען נאך ערעגער ווי די אינשי דלא מעלי בימי רבינו משה, ווייל בימי רבינו יואל איז נאך אלע רשעות אנגעגאנגען אונטער די תורה, מען האט אלעס געמעגט טון אונטערן פאן פון תורה, און ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן איז אויטאמאטיש געווארן א ציוני, און מיט די אמצעיים האט מען יעדן ארויס גע'רודפט. עס דערמאנט זיך דאס ווערטל וואס איז ליידער א שטארקער אמת, וואס עס זאגט שטענדיג הרה"ח ר' מ. י. ג. שליט"א מזקני תלמידי רבינו ז"ל, אז ווי לאנג דער רבי ז"ל האט געלעבט, זענען אלע רבי'ס געווען רשעים, ס'איז נאר געווען איין צדיק, שאל אביך ויגדך, וויפיל מען האט דעם פאפא רב ז"ל אויס'גערודפט, זקניך ויאמרו לך, וויפיל מען האט דעם צעלימער רב ז"ל ענג געמאכט דאס פלאץ, דעם מונקאטשער רב שליט"א האט מען מיט טעראר פארשיקט פון וויליאמסבורג, ואחרון אחרון חביב, רבינו הק' בעל ברך משה וואס וימררוהו ורבו וישטמהו בעלי חצים, אזש דער רבי ז"ל האט זיך אמאל אין יענע יארן צושריגן אויף איינע פון די מקורבים "צוויי קרובי המשפחה האט עטץ מיר שוין פארשיקט פון דא (מיינענדיג דעם קלז"ב און חתנו בזיוו"ר דער סעמיהאלער), יעצט ווילט איר מיין לעצטן קרוב משפחה פארטרייבן פון מיר". ביים רבין ז"ל איז אויף די שטוב מענטשן גוט געשטאנען דאס ווארט וואס דער בעלזער רב ז"ל האט אמאל געזאגט, כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, ממילא האט א צדיק גאר א גרויסער יצר הרע, דער צדיק שטופט עס אבער אוועק פון זיך, און דאן באזעצט זיך דער יצה"ר ביי זיינע ארומיגע. אט די בלוט דורשטיגע מענטשן (?) האבן געמיינט אז בזרועם הנטוי' וועלן זיי געוועלטיגן אויף סאטמאר כל ימי חייהם, ועל פיהם ישק כל דבר, וועם זיי וועלן באשליסן פאר צדיק הדור, וועט יעדער נאכטאנצן, און ווער ס'וועט זיך צו זיי נישט בוקען וועט מען פארטרייבן צו די הרי החושך. אבער יושב בשמים ישחק, און די אלע מענטשן האבן זיך בחייהם געפונען דאס פלאץ מאחורי הגדר פונעם ביהמ"ד הגדול, ווען רובם תלמידי וחסידי סאטמאר האבן כאיש אחד בלב אחד מכתיר געווען רבינו הק' בעל ברך משה אלס ממלא מקום, מען האט נאכאנאנד פרובירט אסאך מיטלען גורע צו זיין כחו, אנגעהויבן האט זיך עס מיט א טעוועלע, אדער מיטן וועלן צושרייבן צו די מציבה ווערטער, און דערנאך ווען מען האט זיך געעפענט א אייגענע מוסד, און געפיפן אויפן פסק פון די גדולי הדור ההוא מרן בעל מנחת יצחק ומרן בעל עטרת יהושע ואתם די אנדערע גדולי תורה והוראה וואס האבן דאן אונטערגעשריבן א איסור חמור, און אזוי האט מען כסדר פרובירט צו טון מיטלען, על דא ועל הא, כדי צו מינימיזירן דעם כח ההנהגה. המשך יבא
 |
|
|