עקשטיין-הירש מלחמה גייט אריין אין ערנסטע פאזעס - נייע ישיבה קטנה געעפענט!
ווי באקאנט האט פאריגע וואך אויסגעפלאצט אין גרויסן די מלחמה צווישן די צוויי מאכט הונגעריגע פירער פון קרית יואל, מאיר הירש און דוד עקשטיין. דוד האט ארומגעשיקט א בריוו מיט שווערע באשולדיגונגען קעגן מאיר, אבער מאיר האט באשלאסן צו שווייגן. ווער ס'קען דוד ווייסט אבער אז ווען ער גייט אין מלחמה וועט ער נישט אראפלייגן זיינע געווער ביזן טויט, און אין ערשטע פאזעס פון אפענע קריג האט ער היינט אנאסירט אז ער עפענט קומענדיגן זמן א נייע ישיבה קטנה אין קרית יואל, וואס וועט זיין אונטערגעווארפן תחת מרותו פון ר' אהרן טייטלבוים.
ווי באקאנט איז דאך איינע פון דוד'ס טענות געווען אז מאיר פאלגט נישט דעם רבין, און קומט נישט נאך דעם רביןס פארלאנגן מיטן אריינשטעלן וועדי חינוך אין די מוסדות. דעריבער האט דוד באשלאסן צו עפענען א ישיבה קטנה וואס וועט טאקע יא אויספאלגן די הוראות פון ר' אהרן, און דערמיט געבן דעם ערשטען אפיציעל ריק פאר די מאיר הירש דיקטעטארשאפט.
לויט ווי ס'הייסט יעצט האט שוין דוד אפגעדינגען א ביהמ"ד אין קרית יואל וואס וועט דינען אלץ צייטווייליגער מקום פאר די נייע ישיבה. און עס איז צום האפן אז ער וועט מצליח זיין...
למכה מצרים בבכוריהם - כי לעולם חסדו!!!
 |
|
|