| יעצט ווען מיר שטייען אויפן שוועל פונעם נייעם יאר תשע"א, לאמיר זיך פאָרנעמען פאר א פרישן אנהייב.
אנשטאט צו אטאקירן פערזענליך איינער דעם אנדערן, לאמיר האלטן די דעבאטעס אויף א הויכן ניווא.
עס איז נאכנישט ימות המשיח אז אונזערע מיינונגען זאלן זיין אייניג. אבער פארוואס אראפרייסן יענעם, לאמיר ענדערש פירן זויבערע דעבאטעס וואס זאלן זיין אויף א העכערן סטאנדארט. שוין אפגערעדט פון נישט שרייבן קיין לשון הרע אדער איינפאכע שקרים!
אדרבה, ווער עס וויל זיך דאס אונטערנעמען זאל זיך דא אריינשרייבן, וגדול כח הרבים!
יעדער וואס איז זיך מקבל האט א חלק אין מרבה זיין אהבה ואחוה שלום וריעות, אנשטאט מחלוקת און שנאת חינם צווישן אידן און בפרט צווישן אייגענע ידידים ומשפחה.
נאך אזא שווערן יאר וואס אחב"י איבעראל זענען דורך, לאמיר זוכן זכותים און נישט ח"ו נישט פארקערט.
און איך וויל טאקע דא מפייס זיין יעדער איינער וואס האט זיך געפילט געטראפן פון מיינע תגובות במישרין אדער בעקיפין.
און א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל! |