| נשלח ב-12/9/2010 07:24 |
|
| |
ענדליך: א גענצליך נייטראלע מוסד עפנט זיך אין קרית יואל!!!
אידן איבער די גאנצע וועלט וואס פאלגן נאך מיט אנגסט די אנטוויקלונגען אינעם שטאט קרית יואל פאר די לעצטע קרוב צו דרייסיג יאר, און ספעציעל תושבי קרית יואל פון אלע שיכטן און קרייזן, נעמען אויף מיטן גרעסטן פרייד די בשורה טובה וואס קרית יואל איז נתבשר געווארן אריינטרעטנדיג מיטן רעכטן פיס אינעם נייעם יאר שנת תשע"א הבעל"ט.
א גרופע פארמעגליכע בעלי בתים, אונטער די הדרכה פון גדולי הרבנים שליט"א האבן מחליט געווען אז גענוג איז גענוג!!! אלעס האט א שיעור! און איינער וואס זיין גורל איז אויסגעפאלן צו ווערן א איידעם אין דעם עטוואס אינטערעסאנטליכן שטעטל קרית יואל, מוז נאך נישט באוויינען זיינע קינדער בעפאר זיי ווערן נאך געבוירן.
דער מציאות אין ק"י איז היינט צוטאגס, אז איינער וואס שיקט זיין קינד אין אייננע פון די עקזיסטירנדע מוסדות'ער, ווייסט ער אז זיין זון וועט בכל אופן שהוא זיין פארמישט אין אומאנגענעמע אקטיוויטעטן. אדער וועט ער פראטעסטירן אקעגן דעם ביתו נאוה, אדער אקעגן די אומשולדיגע קאפלס וואס האבן חתונה אין היילענד מילס. אדער וועט ער ווארפן פאשקעווילן אויף די גאסן, אדער וועט ער ווארפן גארביטש... אידערוועי, טויג דאס נישט. אלה די אהרונים - ליין: דוד עקשטיין - ברצחנימו, ואלה די זאליס / בנ"י בנצחנימו -- מ'וועט זיי ווייזן!!!
איינער וואס האט געזוכט צו געבן זיינע קינדער א נארמאלן חינוך, האט נישט געהאט קיין געלעגנהייט דערצו.
אצינד איז ב"ה אנטשטאנען א געוואלדיגער שינוי לטובה.
די א.ד. גרופע, האט זיך גענומען פאר א ציל צו עפענען א פרישן מוסד אין קר"י. א "זרם הרביעי". וואו איינער וואס גלייכט אז ביי זיין שבת טיש זאל מען רעדן וועגן אלעם נאר נישט וועגן אהרונים/זאלונים/בני יואל, האט אצינד די מעגליכקייט דערצו.
ענדליך, מיט א "דילעי" פון פערציג יאר ווערט נתמלא דער רצון פונעם הייליגן מייסד ומכונן הקרי', רביה'ק מ'סאטמאר זי"ע, וואס האט זיך ווי באקאנט געאייסערט אז ער וויל אז אלע ערליכע קרייזן וואס לערנען נישט קיין עברית זאלן זיך קובע זיין אין דעם שטעטל, מיט זייערע אייגנארטיגע בתי מדרשים, קהילות, נוסחאות, מנהגים, און זעלבסטפארשטענדליך מוסדות התורה. ביזן היינטיגן טאג איז נישט געווען קיין מציאות דערפאר. מיט אט די התחלה, ווערט ערווארטעט צו מאכן קרית יואל מער צוגענגליך פארן ברייטן פובליקום, אז א נארמאלער מענטש זאל אויך וועלן אהערקומען.
דא האט איר א לינק צו די גרופעס וועבסייט: תלמוד תורה דמאנרא
ווער ס'ווייסט עדישאנעל אינפארמעישאן בנוגע דעם ענין, ווערט געבעטן צו פאוסטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 07:54 |
|
| |
א גוט יאר אייך.
דו זאלסט מיר מוחל זיין, אבער איך האב געהאלטן אז דו האסט א גרעסערן איי.קיו. פון דעם. פון אייער לאנגע הקדמה ווייזט אויס אז איר וואוינט אויף עפעס א "זרם רביעי" פלאנעט, וואס רעאליטעט איז דארט נישט קיין גאנגבארער ארטיקל...
איך וויל דיך פרעגן באמת, דו האלטסט אז עס איז דא א אופן שבעולם אזא מין מוסד זאל האבן א קיום?
לאמיר גיין שטאפלווייז:
ווער זענען די גרופע וואס שטייט דארונטער דעם מוסד? סאטמאר'ע אינגעלייט (פון וועלכע פראקציע?), ווידעראום אויב זענען זיי פון די אויפגעקלערטע אינגעלייט, וואס דערליידן מער נישט סאטמאר, וואס צווינגט זיי צו בלייבן וואוינען אין קרית יואל? אויב זאגסטו אז זיי זענען אריינגעפאלן דארט ווייל זייער באשערטע האט דארט נעבעך געוואוינט, און זיי מוזן דארט בלייבן וואוינען. וויאזוי פלאנען זיי אז זייערע קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א אנדערע סארט חינוך פון אלע אנדערע קרית יואל'ע קינדער, צו זאלונים אדער אהרונים, זיי גייען זיך דאך דרייען נאך די חדר שעות אין די קרית יואל'ע גאסן וועלכע זענען קע"ה פול מיט די סארט קינדער פון די פארטיי'אישע מוסדות.
זיי האבן זיך דורכגערעדט מיט רבנים הגאונים שליט"א. וואו אהין געהערן די רבנים? זענען דאס סאטמארע רבנים, באלאנגן זיי דאך געוויס צו איינע פון די פראקציעס. זענען זיי אומאפהענגיגע רבנים זענען זיי דאך בכלל נישט קיין חסידים פון דעם שטאט קרית יואל.
און אזוי ווייטער און ווייטער, איך האף אז דו פארשטייסט מיין פוינט גענוג קלאר, אז נישט וועל איך ממשיך זיין דיר צו פרעגן די אלע פראגעס...
דאנט געט מי ראנג, עס איז קלאר ווי דער טאג אז אזא מוסד איז קריטיש וויכטיג. אבער אין רעאליטעט זע איך נישט אז קרית יואל איז דער פאסיגער מקום, אויב בכלל, פאר אזא מוסד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 08:10 |
|
| |
אנטשולדיגט רב סענאטער, איך מיין זאלסט ממשיך זיין מיט דיינע קשיות... דיינע ביז איצצטיגע הערות זענען נישט גענוג שטארק צו אראפברענגען דעם מוסד אויף אירע קניען.
פארשטייסט נישט קיין חילוק צווישן א חינוך פון די גאס, און א חינוך אינערהאלב א מוסד? לשיטתך איז נישטא קיין פאפא/באיאן/קלז"ב/וכו' מוסד אין ווילי, ווייל דער רוח אין די גאס איז סאטמאר געשטימט.
און וועגן רבנים? אויב זיי שרייבן בפירוש אז ס'איז דא רבנים, מיינט עס אז סאיז טאקע דא?...
ווער ס'זאל שיקן אהין? זייער פשוט. ווען איך וואוין ווען אין מאנרא וואלט איך ווען געוואלט זייער שטארק שיקן אין אזא מוסד. און איך גלייב אז אסאך אנדערע אויך.
מיין פראפיל איז דיר באקאנט. מיט דעם אלעם וואלט איך אהין געשיקט בתנאי אז כ"א כסליו קומט מען מיט א ווייסע העמד, און כ"ו אב לערנט מען נישט...
וואס דו זאגסט וועגן קיום? די איינציגסטע קיום פראבלעם איז א ווארשיינליכע אגרעסיווע מלחמה פון דוד עקשטיין. עס פארשטייט זיך אליין אזא מוסד צילט בעיקר צו פארעווע מענטשן און / אדער מעסיגע זאלי'ס וואס שיקן ביי די אהרונים, און דאס וואלט געווען ממש א הירוס פאר די עקזיסטירנדע מוסדות.
חוץ מזה וואס זיין ליבלונג וועד החינוך וואלט פארלוירן זייער גאנצע מאכט אין פאל פון אזא מוסד.
תוקן על ידי אומזיסט ב- 12/09/2010 08:59:22
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 17:06 |
|
| |
אומזיסט, די ביסט נעבעך שרעקליך נאיוו
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 18:06 |
|
| |
הלואי זאל זיך עפענען איין אזא מוסדות און קרית יואל, אבער נאר בתנאי ווי עס האט אויבן דערמאנט סענאטער אז עס זאל זיך נישט עפענען דורך יונגעלייט וואס די חינוך און קר"י איז צו שטרענג פאר זיי נאר דורך יונגעלייט וואס מיינען אמת'דיג אז זייער קינדער זאלן נישט האבן קיין שייכות צו די פאליטיק וואס ליידער און קר"י איז מען זייער געשלאגן דערמיט, און אויסדירקליך די מוסדות דארף ווערן געפירט אויסדריקליך דורך א ערליכע דעת תורה און נישט דור אזעלכע ווי די אנדערע מוסדות האבן יעצוט אז עס ווערט נישט געפירט דורך קיין דעת תורה והמבין יבין
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 19:11 |
|
| |
קען זיין איך מאך א טעות אבער דער מוסד קוקט מיר שוין אויס ווי נאך א פאליטישע אנטי ר' אהרן איידיע, מ'איז שוין מרמז אז חסידים פון ר' אהרן ט"ב זענען נישט וועלקאם, איז דאס טאקע "גענצליך" נייטראל?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 19:19 |
|
| |
ראדני, רייב דיר נישט אזוי דעם קאפ.. צו ס'איז פאליטיש צו נייטראל... ס'איז נישט מער ווי דער ארבייט פון א שטיקל ליידיגייער וואס האט נישט געהאט מיט וואס צו זיין באשעפטיגט פאר עטליכטע מינוט, באט זיי נישט יעצט ביזי דערמיט
רעד פון עפעס אנדערש..
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 19:26 |
|
| |
ראדני אויב די מיינסט מיר, וועגן דעם האב איך געשריבן והמבין יבין און איך מיין נישט דוקא די מוסדות פון ר' אהרן איך מיין נאר אלע מוסדות און קר"י וואס ווערט געפירט אן א דע"ת נאר איטליכע בעב"ת פירן און מאכן אפוויאזוי עס זאל געפירט ווערן, און איך ענדיג נאכאמאל צו והמבין יבין
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 19:39 |
|
| |
וואו זעסטו דעם רמז?
| ראדני_קינג כתב: |  | קען זיין איך מאך א טעות אבער דער מוסד קוקט מיר שוין אויס ווי נאך א פאליטישע אנטי ר' אהרן איידיע, מ'איז שוין מרמז אז חסידים פון ר' אהרן ט"ב זענען נישט וועלקאם, איז דאס טאקע "גענצליך" נייטראל? |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 19:39 |
|
| |
לאמיר רעדן אפענע דיבורים, די פראבלעם איז אז ביי ר' אהרן'ס מוסד איז דער ערשטער חינוך וואס מ'געט די קליינע קינדער אז ר' אהרן איז קדוש קדוש קדוש, און די זעלביגע די אנדערע 2 איז דער ערשטער חינוך אז ר' אהרן איז טמא טמא טמא, אין איבער דעם אישו ווערט געמאכט די האקעלסטע דיסיזשענס פון מחנך זיין אונזערע דורות העתידים,
אשר ע"כ וויל איינער דא מאכן א מוסד וואס די ענינים וועט נישט טראגען קיין שום געוויכט, אז איינער וויל קישן ר' אהרן'ס הענט זאל איהם וואויל באקומען, און אז איינער האלט אז ר' אהרן איז א קליפה זאל איהם אויך וואויל באקומען, יעדער קען האלטן וואס ער וויל, אבער דער מוסד וועט נישט געפירט ווערן מיט קיין שום חסידישע פאליטיק מאטיוון נישט לכאן און נישט לכאן, יעדער קען זיין וועלכער חסיד ער וויל,
איז דאס דיין והמבין ויבין?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 19:57 |
|
| |
יא ראדני דאס האב איך געשריבן און מיינע ערשטע תגובה אז אויסדריקליך די מוסדות זאל געפירט ווערן אן קיין שום פאליטיק, און יא אויב איינער שמעקט צו גיין צו ר' אהרן זאל עם עס וואיל באקומעןם און דאס זעלביגע אויב איינער וויל גיין צו ר' זלמן לייב, אבער קיינע פון די 2 זאלון מיט די מוסדות גארנישט האבן,
און והמבין יבין האב איך צוגעלייגט אז די מוסדות טאר נישט זיין א הפקרדיגע מוסדות און עס מוז האבן תקנות, אבער די תקנות דארף געמאכט ווערן דורך א ערליכע דע"ת און נישט דורך מענטשן וואס האבן נישט קיין דע"ת נאר דא סתם צו טערארזירן די מענטשהייט, וואס די פראבלעים איז דא אויף זייער א שטארקע פארנעם און אלע קרית יואלע מוסדות, און אויף דעם האב איך געשריבן והמבין יבין
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 20:04 |
|
| |
המבין ארויף יבין אראפ, האט איינער מער אינפאו? דאס זעהט ליבערשט אויס ווי א פאשקעוויל ווי איינער וויל עפענען מוסדות, "דא אין קרית יואל וועט זיין נאר איין מוסד"
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2010 01:07 |
|
| |
מי בראש? די וויכטיגסטע פראגע! ווער איז די הנהלה? ווער איז בעל הבית
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2010 02:19 |
|
| |
די גאנצע זאך קוקט אויס ווי א וואנזיניגער איינפאל פון עפעס א ליידיג גייער וואס וויל זעהן וויאזוי דער עולם וועו זיך אנרופען. ווייל קיין איין זייט וויל נישט ארויסנעמען זיינע קידער פון די מוסד צו וועלכע פארטיי ער געהערט. און אויב וויל ער ארויסנעמען פון סיי וועלכע פון די גרעסערע מוסדות דאן וועט ער זיך געווענליך אוועקצוען פון קרית יואל. און א מוסד וואס פאנגט זיך אן מיט א וועבזייטל צייגט שוין עפעס, נישט ווי ערנסטע מענטשן ווילען זעהן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2010 16:10 |
|
| |
Just to Set the record
אין ר' אהרן'ס מוסד איז מען מחנך די קינדער אז ר' אהרן איז קדוש קדוש קדוש נאך מער ווי דעם רבי'ן ז"ל אזאש ממש משה רבינו. אויך אז ווער עס גייט נישט אין שפאן מיט ר' אהרן רייצערישע כבוד פרעסעריי איז טמא ומטמא אפגעזען וואס פארא ת"ח און צדיק יענער איז, צו זיין נאמען איז ר' יקותיאל יהודא אדמו"ר מ'סאטמאר צו ר' יואל גאב"ד שארמאש וכו'.
ביי ר' זלמן לייב און ביי די בני יואל איז מען מחנך די קינדער אז ווער עס איז עובר אפילו אויפן קלענסטן מנהג ישראל בלויז פאר כבוד פרעסעריי איז א אפגעפרעגטער בפרט ווען מען איז מזלזל אינם חומה המבדיל צווישן ערליכע אידן און צווישן ציונים און אגודיסטן. וואס כידוע איז דאס געווען די גאנצע מטרה פון רבין זי"ע ביים בויען דעם שטעטל קרית יואל!
יעצט וועגן די עצם מוסד: לדעתי גייט דאס נישט מצליח זיין קיין כי הוא זה, אפילו מיט א פינטל אויך נישט! פארשטייט זיך אז מיין דעה קען זיך טוין נאכדעם וואס עס וועט זיך ארויסשטעלן (אויב וועט זיך ארויסשטעלן) אז עס שטייען אינטער דעם ערענסטע רבנים און בעלי בתים. דערווייל איז דאס א אימעיל אדרעס און א ניק אויף הייד פארק...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 06:31 |
|
| |
ווייזט אויס אז די מייסדי המוסד האבן באקומען קאלטע פיס נאכן זען די רעאקציעס פון די שרייבער דא...
|
|
|
|
|