ווער וויל רעדן אויף גוגל טאלק?
אויף איי - וועלט איז שוין לאנג דא א ניין זייטיגער אשכול מיט נעמען פון מענטשן וואס ווילן טאלקירירן. דא אויף ה"פ, איז עס נאך נישטא. אויבן אויף איז די סיבה ווייל דא שרייבן זיך מענטשן וואס ווילן זיך נישט קענען, זיי ווילן דוקא שרייען פוי אויפן אנדערן. זיי ווילן דייקא נישט קאמיוניקירן רואיג.
גוט. ווער עס וויל אזוי טאן, הרשות בידו.
אבער היות לעצטנס איז יא געווען מער א ווינט פון רעדן רואיג און נארמאל, מיטן ערשיינונג פון עטליכע נייע ניק'ס, בעיקר אהרונישע, וואס ווילן פירן א נארמאלן געשפרעך, און פון די אנדערע זייט איז זיכער דא גענוג זאלי'ס וואס זענען גרייט צו גיין דעם גאנג, איז יעצט די פאסיגסטע צייט אין די ימי הרחמים והרצון, להרבות ריעות, ולמעט במחלוקת מען זאל יא לעבן ווי גוטע ברודער, און מען קען רעדן רואיג פון אלע נושאים, נישט דוקא פאליטיק, אז מען וויל, שמועסט מען אויס מיינונגס פארשידענהייטן רואיג העכער א טעלער קוקיס - נישט אום צום גדלי' גערעדט - מיט א גלעזל אראנדזש דזשוס אין די זייט.
פארשטייט זיך אז מען רעדט נאר אין די צייט וואס מען איז ממילא אנליין, נישט חלילה מ'זאל צוליב דעם מבטל תורה זיין.
ווער עס וויל זיך אנשליסן אין דעם, זאל דא שרייבן זיין אדרעסע וואו מ'קען אים איינלאדענען.
 |
|
|