בית פורומים כל העולם כולו

זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2010 22:21 לינק ישיר 

איך וויל נאכאמאל זייער קלאר שטעלן

עס איז נישט אמת בכלל דאס וואס טייל אירע שרייבן אז מען האט נאכנישט געציילט 400 שטימעס אויף העיווארד אין אויף ווילסאן
נאר "אלע שטימעס זענען שוין געציילט געווארן"

נאר די עמבענסטי בעלאטס דאס האט מען נאך נישט געציילט אבער לכאורה דארף מען נישט זיין באזארגט פארדעם 

אבער נאכאמאל עס איז דערווייל א 99% פארצענט געווינס 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 22:22 לינק ישיר 



ווי איך הער (נישט מתוך ידיעה נאר שמיעה) איז אין וומ"ס אליין געווען ממש אייניג סיי נידערמאן און סיי מאשקאוויטש האבן געהאט אייניגע שטימען די פארלוסט איז געווען אינדרויסען פון וומ"ס

אויב קען איינער ביטע ברענגען א לינק צום סייד פון די בארד אוו עלעקשענס זיך איבערצייגן דעם אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 22:24 לינק ישיר 

דא איז נאר דא 1 פארמעסט, נידערמאן קעגן די אהרונים, ווער עס קען ארויסברענגען מער שטימען אין וומ"ב, דאס איז דער איינציגער פארמעסט, פינטל. שניידערמאן, קאפי, רייס, קאהן, רעסטלער, דאס זענען בלויז שטיקלעך אויף שאך ברעטל, און דערווייל איז אלס נידערמאן ארויס דער קלארער זיגער אין וומ"ב,

נידערמאן האט א שטארקע קאעליציע, צווישן די איבעריגע קהלות אין וומ"ב, און די ספאנישע פאליטיקאנטן, מיט וויטא לאפעז בראש, איך האלט די ארונים האבן א בעסערע שאנס צו אריבער ברענגען צו זיך די ספאנישע ווי די וומ"ב קהלות,

מאכטס נישט קיין טעות די קהלות אין וומ"ב האבן גארנישט קעגן ר' אהרן, עכ"פ אפציעל זיכער נישט, אבער די מציאות איז אז ר' זלמן לייב מיט נידערמאן איז דער דע-פאקטא סטאטוס-קווא אין וומ"ב, און פארוואס פאר א גוט יאר זאלן קהל פאפא, וויען, קלוזנברג, ספינקא, ספינקא, ספינקא, נייטרא, וכו' וכו' זיך איינטינקען אין די סאטמארע מאראסט אין זיך קעגן שטעלן קעגן אן אלט געזעסענער פארטרעטער, עכ"פ אזוי לאנג ער טשעפעט זיי נישט, און נידערמאן מאכט זיכער זיך צו לעקן צו די קהלות לייק נעווער ביפאר, זיי זענען די סווינג וואוטס אין וומ"ב,

איך זאג נישט די אהרונים האבן זיך אויפגעבויט זייער אייגן בלאק וואוט, וואס יעדער פאליטיקאנט דארף זיין משוגע צו איגנארירן, אבער צו איבערווארפן נידערמאן האלט מען נאך זייער זייער ווייט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 22:38 לינק ישיר 

sepic

But scores of ballots remain outstanding, including emergency and absentee ballots, which have  not been counted
NY Post

Scout mulen
Greenpoint and Fort Green went for moskowitz

Anyways Time will tell




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 22:44 לינק ישיר 

סארי קיינער וויל דא נישט אוועקווארפן נידערמאן מיר פאגינען אים זייערן גערן צו האבן זיין אפיס אויף פען סטריטאון צו טיילן מייערן אבער מיר ווילן נישט אז נאך א ראז פלאזא זאל נאכאמאל פאסירן

וועגן די חתימות פון די אלע קהילות - קיין איין קהלה נעמט טאקע נישט קיין צד א יעדע קהלה גיבט זייער חתימה זייער גערן פאר יוי דזשעי קעיר

און וועגן ווער עס האט אנגעצויגן מער שטימען
לאמיר שוין יא זאגן אז נידערמאן האט אנגעצויגן מיט מער שטימען די מאל

האבן מיר דאס מאל נישט געמאכט קיין שום שטארקע מערכה
אמת אין טאג פון די וואלן האט מען געבעטן צו גיין שטימען פאר די אנידארסירטע קאנדידאטן
אבער ווען זיי האבן קאמפיינט שוין טעג פארדעם אין גרויסען א יעדן טאג גאנצע בלעטער אין דבר יום ביומו און  באסטיקערט כמעט א יעדען בוים אין אהיים געשיקט צעטלעך פון חדר אין וומ"ס

און לאמיר נישט רעדן פון דעם וואס זייער א גרויסער היימישער עולם איז נישט ארויסגעגאנגן שטימען נאך דעם וואס מען איז געווארן צומישט פאר וועם צו שטימען וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 22:53 לינק ישיר 

זייט די אהרונים האבן אנגעהויבן צו רעבלען קעגן נידערמאן, אפאר יאר צוריק ביי די סקוואדראן וואלן, האבן די אהרונים דערווייל נאך קיינמאל נישט געהאט די רוב קעגן נידערמאנס קאעליציע. זיי זענען אלס געווען בערך 35% אזוי ווי יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 23:02 לינק ישיר 

עס וואלט טאקע זייער גוט געווען ווען איינער קען ברענגן עפעס א לינק פון די בארד אוו עלעקשאן זיך צו טאקע איבערצייגן וויפיל שטימעס נידערמאן האט טאקע אנגעצויגען

ווייל עס איז זייער אינטערסאנט ווייל פאריגע מאל ווען די בארד אוו עלעקשאן האט נאך ניטאמאל געהאט גענדיגט ציילן האבן זיי שוין געהאט א פונטקליכע נומבער  
און אין דער איד האב זיי שוין געהאט אויפן פראנט פעדזש די גרויסע פיצא'ס וויפיל פארצענט זיי האבן מכלומרשט באקומען
איך ווארט שוין צו זען וואספארא פיצא משה דוד גייט די מאל באקומען אין דער איד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 23:04 לינק ישיר 

אין נאכאמאל סקאט
מיט געדולד מיר וועלן צוביסלעך אנקומען דערווייל האבן מיר באקומען זייער א שטארקן בלאק וואויט
אבער אויך די שטימעס וועלן מיר נאך אי"ה איבער קומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 23:05 לינק ישיר 

און אז די רעדטס שוין פון סקוואדרן ב"ה די מוסדות געניסט שוין יערליך פון מיליאנען!!!
נאר וועגן דאם סקוואדראן אין נאך אסאך טובות וואס מיר האלטן אין איין באקומען פון אים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 23:21 לינק ישיר 

Septic

NY post updated

http://www.brooklynpaper.com/stories/33/38/wb_electionroundup_2010_09_17_bk.html
 
http://www.nypost.com/p/news/local/brooklyn/and_in_north_brooklyn_restler_upsets_PaoB1QIg6C8WKfSWVltCON
 
Lincoln Restler, 50.12 percent
Warren Cohn, 49.88 percent
The most-watched State Committee race in Brooklyn was too close to call on Wednesday morning, as a mere 19 votes separate Lincoln Restler from Warren Cohn — with nearly 1,000 ballots left to count.
--



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 23:31 לינק ישיר 


זאג נאר די ווילסט מיר נערן, אדער די נער'ס זיך אליין

איך האב געפרעגט ווער האט באקומען מער שטימען אין וומ"ס נידערמאן אדער מאשקאוויטש
פראבירסטו צוריק צודרייען מיטן ברענגען די לינקאן פארמעסט, די ווייסט וואס די ווילסט??????????
ביטע זיי אזוי גוט ברעג נאר וומ"ס אליין ווער האט געהאט מער שטימען, און פראביר נישט צו פאדרייען מיט שטותים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 16:32 לינק ישיר 

איך האב שוין אזוי שטארק געווארט אויף דער איד צו קענען זען וואסערע פיצא זיי וועלן געבן פאר משה דוד
אבער ניין די ערשטע מאל וואס איך מיין אז זיי האבן נישט
אבער דאס שרייבן זיי יא אז ער האט געהאט איבער א האלב מער אין וומ"ס
דעמאלטס פארוואס זאלן זיי נישט ברענגן כאטשיג איין פאפיר פון די בארד אוו עלעקשאנס דאס צו באשטעטיגען
וואס מיינען זיי מיר זענען מצה טאשען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2010 17:39 לינק ישיר 

סעפטיק וואס האבן מיר מיט ברענגן פאפירן און באווייזונגען, די ביסט סיי ווי א געווינער נישט קיין חילוק וואס האט עטס געוואנען,

און יעצט אביסל לאגיש חשבון, לאיר גיין אז רעסטלער האט יא קלאר געוואנען אקעגין קאהן,
 אבער לאמיר גיין חשבון רעסטלער און קאיהן רעדט מען ביידע פון איבער 3000 וואוטס, סוי וואס האט רעסטלערס געווינס מיט די ארונים, ווייל דאס איז קלאר אז יעדער ארוני האט געשטימט פאר מאשקאוויטש און ער האט נאר ארויסגעברענגט 1705, איז מילא די איבריגע 1300 פון רעסטלער גארנישט צו טון מיט די ארונים,
און יעצט נישט אז איך טענה אז  זיי האבן נישט געוויזן קיין בלאק וואוט,( ווייל לויט ווי יעצט אז רעסטלער האט געוואנען מיט 20 וואוטס (ער האט נאכנישט געווינען נאר לדעתך) איז 12 וואטוס שוין אויך א בלאק ווואוט, (רעכן אז11 אוועק פון עם און געבן פארן 2טן איז 22),
און נאכמער אויב איז ביי ענק נישט די עיקר די נומערן נאר די בלאק וואוט, אויב אזוי זענען די זאליס און מאנרוי גרויסע געווינערס, ווייל ווי נישט ווי האט עטס יעצט נישט אנגעצויגן קיין גאנצע 30 פראצענט, משא"כ און קר"י האט מען שוין אנגעצויגן איבער 54 פראצענט, סוי וואס שרייט איר דארט אז מיר זענען  לוזערס מיר זענען אסאך שטערקער ווי ענק אויב גייט מען לויט די בלאק וואוט,

עניוועי סעפטיק די טענה איז נומערן און נישט קיין בלאק וואוט, אוודאי איז א בלאק וואטו א שטארע זאך, אבער די נומערן האטס עטס ניטאאל קיין גאנצע 30 פראצענט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2010 18:50 לינק ישיר 

סעפטיק, ספעציעל פאר דיר, דא האסטו די דאקומענט פון די בארד אוו עלעקשאנס.

http://www.scribd.com/doc/37513984/2010-PrimaryElection-Unofficial-Results




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 19:20 לינק ישיר 

יכול טייערע איך וויל דיר נאכאמאל קלאר זאגן אז איך וויל קלאר זען פון ווילאמסבורג דייקא
די האסט מיר געברענגט די גאנצע חשבון וואס דאס איז אויך פון ארום וומ"ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.