בית פורומים אידישע געדאנק

אפהאנדלונג: איז נידערמאן א פארלירער, אהרוינים געווינער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2010 23:55 לינק ישיר 
אפהאנדלונג: איז נידערמאן א פארלירער, אהרוינים געווינער?

נאך פאר סיי ווער האט אנגעהויבן רעדן וועגן די וואהלן וואס זענען פארגעקומען נעכטן, איז שוין געווען זיכער פאר יעדער "אידיש שפרעכענדער" אז די אהרוינים גייען... געווינען... די שאלה איז נאר געווען וועלכע נומערן וועלן זיי דארפן דריייען און שפינען ארויסצוקוועטשן א אויסזעענדע געווינס.

איך אליינס האב גאנץ ווייניג אינטערעסע אין וואלן בכלל, אין פאקט איך בין אפילו נישט רעגעסטרירט צו וועלן!

איך ווייס נישט ווער עס האט געוואונען און איך ווייס נישט ווער האט אינדערסירט וועם. איין זאך ווייס איך יא. די אהרוינישע פירער זענען געווען צוריסן צווישן זיך. יצחק ראזעבערג האט געהייסן וואוטן פאר איינעם און ארי' לייב גלאנץ פארן צווייטן... נאכדעם וואס די אהרוינים האבן אנגעהויבן שפירן אז זיי זענען צונאר אויף אלע גאסן האבן זיי געשיקט זייערע בלאט\הייד פארק שרייבערלעך אויפצוקלערן די קעלבער אז עס גייט נישט פאר קיין שום רייסעריי נאר די "פירער" האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן פאר וועם צו שטימען צוליב דעם וואס ביידע קאנדידאטן האבן שוין געטון טובות... בלא בלא בלא... דעריבער האט מען "באשלאסן אנצושטעלן א קריג"... כאילו די אהרוינים אינדארסירן ביידע... און אזוי ווען מען האבן ביידע...

*****

ווי אזוי האט אמאל געארבעט היימישע אינדארסמענט'ס? וואס האבן די אמאליגע עסקנים געהאלטן פאר די אויגן פארן מאכן א החלטה צו אינדארסירן דעם אדער יענעם קאנדידאט?

אויף וואס קוקט א קאנדידאט? וואס ברענגט א קאנדידאט אדער א אריינגעוועלטער צו טון טובות פאר א געוויסע קאמיוניטי?

האט זיך עפעס געטוישט פון אמאל ביז היינט? האט זיך געטוישט די סיסטעם מיט וואס אונזערע עסקנים אינדארסירן א קאנדידאט? האט זיך געטוישט די סיבה פארוואס א אריינגעוועלטער זאל וועלן זיך האלטן גוט און טון טובות פאר א געוויסע קאמיונעטי?

*****

אויף געוויסע שאלות איז די תשובה יא און אויף געוויסע איז די תשובה ניין.

לאמיר דאס צוטיילן.

דער ערשטער וואס האט געהאט א שטארקע כוח איבער פאליטישאנס איז געווען ר' ליפא פריעדמאן ז"ל, ער האט געהאט א פשוטע וועג פון אינדארסירונג. ער האט אלעמאל אינדארסירט דעם קאנדידאט וואס האט אינם עבר געטון טובות פארן ציבור אפגעזען וואס די אנקעטעס זאגן פאר. מיט פשוטע ווערטער אויב האט Joe געטון טובות אינם עבר האט ר' ליפא אינדארסירט Joe  אפילו Robert איז געשטאנען פארויס אין די אנקעטעס אויף א אויפן וואס צייגט קלאר אז Robert גייט געווינען און Joe גייט פארלירן.

געווענטליך גייט דאס אז די קאמיונעטי פירער לויפן נישט צום קאנדידאט געבן זייער אינדארסירונג, עס ארבעט פארקערט, די קאנדידאטן לויפן ארום צו אלע קאמיונעטי פירער צו בעטן זייער שטיצע.

אין א פאל וואס דער פאראויס אויסזענענדער געווינער קומט בעטן שטיצע, אפילו אלע אנקעטעס זאגן פאר א ער וועט זיין דער געווינער באקומט ער נישט די שטיצע פונם היימישען ציבור אויב קעגן אים לויפן (אפילו א זיכערער פאלירער) וואס האט אינם עבר געטון טובות, במקום זה וועט ער באקומען א אויפקלערונגס אז דער היימישער ציבור איז מחוייב און אראפגעבינדען צום קאנדידאט וואס האט געהאלפן אינם עבר, און אויך וועט ער באקומען א פארשפרעכונג אז אויב און ווען ער ווער ערוועלט וועט ער באקומען די שטיצע פונם היימישן ציבור אויב וועט ער זיין געטריי.

אויב ביידע קאנדידאטן האבן אינם עבר געטון טובות וועלן די עסקנים אלעמאל אינדארסירן דעם אינקאמבעט, דאס הייסט דער קאנדידאט וואס זיצט יעצט אויפן בענקל און לויפט פאר ווידערערוועלונג.

די סיסטעם האט אלעמאל ארויסגעברענגעט א געוואלדיגע רעספעקט פון די פאלעטישאנס צום היימישן ציבור, דער פאליטישען האט אלעמאל געוויסט אז אויב וועט ער זיין געטריי צום היימישן ציבור וועט ער באקומען די שטימעס, אפגעזען וואס די אנקעטעס צייגן!

פונט אזוי האט די סיסטעם ארויסגעברענגט רעספעקט ביים קאנדידאט וואס האט נישט באקומען די אינדארסירונג פון די היימישע קאמיונעטי פירער, דער Robert האט פארשטאנען דעם קאנסעפט פון הכרת הטוב און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע 60 יאר אז עס ארבעט וואונדערבאר! אין פאקט גיבט א קוק אויף די פארלאפענע וואלן ווי "סקוואדראן" האט געזיגט, די UJO האט אינדארסירט זיין קעגנער, און די אהרוינים האט אריינגעלייגט שווערע כוחות אים אפצוקלערן אז ער זאל נישט האבן מער קיין שום קשר מיט די זאלי'ס... געהאלפן האט דאס א טויטע באנקעס, תיכף נאך זיין געווינס האט ער באקומען א מזל טוב וואונטש פון ר' משה דוד נידערמאן און זייט דאן זענען זיי גאר נאנטע חברים און דער סקוואדראן ווייסט אז זיין צוקומפטיגע שטיצע פון די בערך 11 זאליס איז געוואנדן לויט ווי געטריי ער וועט זיין.

יעצט פארשטייען מיר שוין דעם סיסטעם פון אינדארסירן פון אמאל און פון ר' משה דוד נידערמאן היינט.

אויף וואס קוקט א קאנדידאט ווען ער בעט א אינדארסירונג? דער קאנדידאט דארף יעדן איינציגן שטימע, ווען ער וואלט געקענט וואל ער אראפגעגאנגען צום יעדעם איינעם פון אונז, ער וואלט זיך אריינגעזעצט צו אינז אין דיינינג רום און און מסביר געווען פארוואס מיר זאלן געבן אינזער שטימע פאר אים. דאס שטעקט אבער א פראבלעם אז דער קאנדידאט האט נישט גענוג צייט זיך צו זעצן ביי יעדעם איינעם עקסטער?! דעריבער וועט ער זיך ווענדן צו עסקנים פון די קאמיונעטי און זיי איבערצייגן אז מען דארפט שטימען פאר אים מיט די האפענונג אז די עסקנים וועלן מאכן די ריכטיגע ארבעט און ארויסברענגען דעם גאנצן ציבור.

דעריבער ווען א קאנדידאט לויפט זיכער ער איינצוקויפן ווי מער אינדארסמענטס פון קאמיונעטי פירער. ווי אזוי א קאנדידאט דערוויסט זיך ווער די קאמיונעטי פירער זענען איז א פרשה פאר זיך, און ס'איז בכלל נישט קאמפעצירט, פונקט ווי דער אתרוג סוחר ווייס ביי וועם צו קויפן האול סעיל, און פונקט ווי די קלאוידינג סטאר ווייסט ביי וועם צו קויפן סחורה ווייסט דער קאנדידאט צו וועם ער דארף גיין בעטן די שטימעס.

געווענטליך ווערן די עסקנים באצייכנט לויט וויפיל שטימעס זיי האבן שוין ארויסגעברענגט אינם עבר, דהיינו, דער קאנדידאט ווייסט אז עסקן פלויני איז ווערט 1000 אדער 2000  שטימעס וכדו' וכו'.

ס'איז פאר קיין שום קאנדידאט נישט קיין נפק"מ אויב אינם עבר האט געווינען א קאנדידאט וואס איז געווארן אינדארסירט דורך דעם עסקן צו נישט, פאר אים איז דא איין פאקט פאר די אויגן "וויפיל שטימעס קען ער ברענגן?" לאמיר מאכן די זאך אביסל קלארער, ר' משה דוד נידערמאן האט אינדארסירט די קעגנער פון סקוואדראן און למעשה האט סקוואדראן געווינען, האט ר' משה דוד פארלוירן? די תירוץ איז ניין! פארוואס נישט? ווייל ר' משה דוד האט מצליח געווען ארויסצוברענגען פאר סקוואדראנ'ס קעגנער מיט 1000-2000 שטימעס מער ווי סקוואדראן האט באקומען אינם דיסטריקט פון וו"ב! דאס מיינט אז דארט ווי ר' משה דוד האט א פאליטישע כח דארט געווינט דער קאנדידאט וואס איז געווארן אינדארסירט דורך אים. דאס איז די איינציגסטע פאקט אויף וואס סקוואדראן (און אלע צוקומפטיגע קאנדידאטן) זיי ווייסן אז אויב זיי ווילן די שטיצע פון ר' משה דוד וואס ער פארמאגט די מערהייט שטימעס אין וו"ב דארפן זיי אים שטיין צו די הענט ווען ער ברויך זיי.

אין פאקט, די אהרוינים האבן זיך מורא'דיג געפריידט ווען סקוואדראן האט געווינען, זיי האבן זיך געשווירן אז ער וועט מיעס נקמה נעמען אין ר' משה דוד, דערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אקוראט ווי אלע רעכט דענקענדע מענטשן טראכטן, פונט דאס פארקערטע פון די אהרוינים, סקוואדראן האט איינגעזען אז דער כוח אין וו"ב איז ר' משה דוד נידערמאן, און ער חנפה'ט זיך צו ר' משה דוד מיטן חשבון צו באקומען זיין שטיצע צו די קומענדיגע טערמין.

המשך יבאו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 17:57 לינק ישיר 


איך פארשטיי דיין ווייטאג אז אפילו דער איד האט זיך נישט ערלויבט צו שרייבן אז מען האט געווינען וומ"ס מיט טאפעלט, און זיי האבן נאר געשריבן אז דער געווינס איז געווען רוב, איך פארשטיי אז די דארפסט טרעפען א תירוץ פאר די דורעכפעלער ווילסטו דאס אנענגען מיט הכרת הטוב תירוץ,
אבער דער אמת איז דאך ממש ליגנט, ביי סקוואדראן איז סענעטור שומער מיט בלומבערג פונקט אזוי הכרת הטוב ווי קאנער, ביי אברעהאם וואס איז א איד איז זיכער שייך הכרת הטוב מער ווי א קליין בעבי פון 25 יאר וואס האט נאכנישט אויפגעטון גארנישט פארן ציבור.

נאר דער הכרת הטוב איז פארן וויטא לופעז וואס האט אריין געברענגט די גוים מיט פאברעכענס אין וומ"ס, ער איז שולדיג פאר די שיסעריי פון א אינגערמאן הרב האלבערשטאם לרפו"ש, און נאך 100'ער פאברעכענס, און דאס הייסט הכרת הטוב?, אפשר אין סדום אבער ביי א נארמאלער חלה דעקעל נישט,

און סבלייבט נישט נאר דיר צו ווינטשען המקום ינחם אותך וימלא חסרונך, מיט א גמר חתימה טובה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 20:36 לינק ישיר 

פארמעגליך פעלגט אין אזא צייט ענטפערן "מיין טאטע לאזט מיר נישט רעדן מיט נארנים". איך האב פארט נישט זיינע כוחות הנפש דעריבער וועל איך יא ענטפערן.

א.   איך בין נאך נישט געקומען צום ווארט, אין אזא פאל זאגן אויף דיר חז"ל אז הנכנס לתוך דברי חבירו איז א שוטה.
ב.   איך און די ווייסן ביידע אז ר' משה דוד נידערמאן האט אין וו"ב מער שטימעס ווי אלע אהרוינישע עסקנים און קנאקער'ס אינאיינעם. אינם ערשטן סענטענס דערמאנסטו אז ר' משה דוד האט געהאט א רוב און די ענדיגסט דעם זעלבן סענטענס מיט "דערעכפעלער". עס איז אביסל אומפארשטענדליך ווי אזוי די זעסט א דערכפאל אין איין עסקן וואס פארמעגט מער שטימעס ווי אלע ענקערע עסקנים בענאזאם.

איך ווארט נישט אויף א תשובה.

איך וועל אי"ה ממשיך זיין דעם "אפהאנדלונג" נאך יוה"כ אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 21:57 לינק ישיר 


קענסט דעם מענטש וואס האט געזאגט ער מאכט נישט קיין פדיון הבן פאר 3 טעמים דאס קינד איז נישט דער ערשטער, דאס איז א מיידל, נישט ער האט געהאט דאס קינד נאר דער שכן.

אזוי האסטו גענפערט די ביסט א נער, איך וועל דיר ענפערן, נכנס, סתירה, משוגע, חלה דעקעל.

יעצט צום פוינט ליינן נאכאמאל איבער מיינע ווערטער פאר די ביסט נישט מגיב פאר א נער, איך שרייב אז דער איד זאגט רוב, און איך זאג דורעכפאל,

און יא א דורעך פאל איז ווען וויטא האט נעכטען געשריגן פאר משה דוד אז דאס איז די לעצטע צענס און אז ער וועט אים נישט ווייזען שנעלע רעזאלטאטען וועט ער גיין צו ביידע (איך האף אז נישט ווייל מיר דארפן נישט קיין שונא ישראל אבער צו סטראשען משה דוד'ן איז דאס גענוג) דאס מיינט א דורעכפאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 23:25 לינק ישיר 

Austrian Consul General Ernst-Peter Brezovszky

have also met with Rabbi Niederman of the Satmar community to assist with protecting Jewish cemeteries in Eastern Europe by helping him with access to the relevant government officials in Austria.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/9/2010 00:19 לינק ישיר 

להוי ידוע אמאל נפלעגט אויך זיין אזא זאך. ר' סענדר פלעגט אינדארסירן איינעם און ר' לייבוש א צוויטן(און שטילערהייט האט יעדער געוואוסט וועם מען וויל באמת)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אפהאנדלונג: איז נידערמאן א פארלירער, אהרוינים געווינער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext