הרב קלוגער א יוד פין ארץ ישראל האט זיך לעצטענס דערקלערט אלץ בעל משפיע רוחני וואס זיין מהלך איז צימישט פין ברעסלעב ליבאוויטש פערשיסחא האט לעצענטס געמאכט גרויס פארשריט אין אמעריקע.
ער האט אריין געשינטן אין רוב חסידות'ער אין ביידע סאטמאר'ס באבוו קלאזנבארג תולדות אהרן סקווירא בעלז אין אפילו אין פאפא.
רב קלוגער האט מיטגעטראגן קיין אומאן היי יאר ארום 200 יונגעלייט אריין גערעכנט 10 סקווירא בחורים וואס ווער ס'ווייסט איז אין סקיוורא.ערגער ברעלסב ערגער ווי ביי א סתם א יוד א שתי וערב.
אדאנק אים האט תולדות אהרן מיט בעלז ארויס געווארפן יעצט נאך ראש השנה יונגעלייט פין זייערע מוסדות
ער איז לעצטענס געווארן גאר אן ערנסטער פראבלעם וואס איך גלייב מען וועט נאך היפש הערן דערוועגן .
ווער עס האט מער אינפארמאציע זאל מיטיילן.
נשלח ב-17/9/2010 03:35
ר' געווארט, ליידער די סארט קולטען זענען א אבן נוגף ביי כלל ישרא' מאז היתה לגוי כ' קען דיר דא אויסרעכענען א גאנצע רשימה וואס ביים אנהויב האט מען געווארפען, געשלאגען וכו' און היינט ............
תו"א האט רבינו זי"ע נאך אין סאמאר ארויס געווארפען בחורים וועגען דעם האט ער געמוזט פארען אויף א"י. אין מאנסי.......דארף איך פורש בשמו זיין? אין ב"פ איז דא 3 וואס האבען ממש א קולט וואס איך וויל נישט פורש בשמם זיין וואס צוויי פון זיי טראגען אפילו נישט א היימישען לבוש און .............מ'קלעפט זיך צו זייערע נייע דרכים אשר לא שערום אבותינו. איינער פון זיי ציט צו זיך מסלתה ומשמנה מיט זיינע מאדנע משונה'דיגע דרכים
מילא וואס וואונדערט דיך, נאך צען יאר וועט דער קלוגער טאקע זיין קלוגער פון אלע אנדערע און לאכען אונז אין פנים פונקט ווי...................
נשלח ב-17/9/2010 17:02
געווארט כתב:
ער האט אריין געשינטן אין רוב חסידות'ער אין ביידע סאטמאר'ס באבוו קלאזנבארג תולדות אהרן סקווירא בעלז אין אפילו אין פאפא.
וואס עפעס "ארייגעשניטן"? האט ער זיי ארויסגעריסן פון וואו זיי זענען? איך זעה נישט פארוואס דיא ציהט אזוי צו שרייבן.
צו רב קלוגער איז געמאכט פאר היימישע אינגעלייט? דאס זאל יעדער מאכן זיין אייגענע דיסיזשן. אבער דאס מאכן דערפון א ויצעקו און באוויינען כאילו עס רעדט זיך פון א אבן נגף, דאס איז "אבק רביזכרוינעבראכע" וואס איז נאך עטוואס פארכאפט ביי געוויסע פון אונזערע מענטשן.
כנלע"ד.
נשלח ב-19/9/2010 17:09
אדםאמיתי פון וועמען רעדסטו? אפשר זיי מודיע פאר'ן עולם ווער זיי זענען?
נשלח ב-20/9/2010 12:34
קען אפשר איינער זאגן וואס איז דער פראבלעם מיט אים? ער טוט גארנישט א קעגן די תורה? ער האט אביסל א אינטרעסאנטן דרךאין עבדות ה', נו איז וואס? (איך בין נישט זיינס א חסיד, נאר איך בין קעגן די סאטמערע משוגעת אז אלעס חוץ סאטמאר איז טריפה)
אדםאמיתי ברענגט זיך נאך א ראי' פון תו"א רבי זצ"ל, און פון להבחל"ח ניקלשבורגער רבי. נו גיב טאקע א קוק אויף די צוויי, און איבערצייג זיך אז ס'לוינט נישט צו פירן מערכות מיט קיינעם. (איך מיין אז ער איז נישט קיין ציוני און גייט נישט צו די בחירות)
נשלח ב-20/9/2010 12:39
אגב מיין איך אז 200 אינגעלייט פון סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג, תולדות אהרן, סקווירא און בעלז אינאיינעם, הייסט בכלל נישט "אריינגעשניטן". איך בין זיכער אז אין ערגעץ דערקענט זיך עס ניטאמאל...
נשלח ב-6/10/2010 12:47
דער קלויזעבורגער פון א"י האט פארגאנגענעם חוה"מ סוכות געהאקט אויף אים (ליינט דורך די תגובות דארט)
ווען סאטמאר האט געליטען פון אזעלעכע מענטשען, וואס האבען אוועק געשלעפט (אדער פראבירט) סאטמערע אינגעלייט, האט קיינער פון די אויבערדערמאנטע קהילות נישט פארשטאנען וואס עס באדערט פאר סאטמער, אדרבה זיי האבען חוזק געמאכט און אראפגעריסען פון די סאטמערע פאנאטישע פארמאכטע מהלך. זיי פלעגען ליצנות מאכען פון די סאטמערע אז אלעס דרייעט זיך ארום ציונות. אבער ווען די (ציוניסטיש אגודוסטיש) היפראקריטען, זענען געווארען בארירט מיט זייער קרוין, מיט זייערע פוסטע גאווה, איז אלעס מותר. ווער געדענקט נאך ווען מאיר פרוש איז געלאפען אנטקעגן גור, וואס דעמאלטס האט זיך אפגעטון מיט די אזויגעריפענע אהבת ישראל וואס די אגודה פארטייען העבען דעמאלטס ארויסגעוויזען איינער צום צווייטען, מ'האט געשאסען פאשקעווילען, אויסגעשאסען פענסטערס אנגעריסען אידען, ירושלים איז געפארען אויף רעדער, א באנדע פארמאכטע פאנאטישע קעפ וואס זיי זענען.
מ'האט בארירט זייערע עבודה זרה'ס וואס קולט ווען קולט אינגעלייט האבען געזיכט אביסעל מער ערענסטקייט ווי פאטשען אויף די פארענטשעס אין שטיפען יענעמס אגענדע'ס קומט זיי נאכנישט אז מ'זאל זיי ארויסווארפען, אין רודפ'ן (אנטשילדיגט פארען רעדען אבי' שארף). איך גיי נישט אריין און די פערזענליכקייט פון די קלוגער איך רעד נאר פון די בלאף און די היפאקריטע פון די א.ג. אהבת ישראל אידען וואס מאכען אוועק יעדער וואס גייט נישט און שפאן מיט זיי, עס איז שוין צייט זיך אויפציוועקען, אין די איידעלע סאטמערע אינגעלייט זאלען נישט נתפעל ווערען פון זייערע שקרים אין ליצנות.
נישט יעדער וואס טראכט אנדערש ווי דיר איז אפגעפרעגט, טאמער טוט ער עפעס נגד התורה איז עפעס אנדערש, אין דאס איז כדי מברר צו זיין, סתם אז ער לערענט אנדערע ספרי חסידות ווי דו, ווערט ער נאך נישט קיין אבן נוגף
נשלח ב-1/11/2010 23:03
שמועות קורסירן אז אין איינע פון די טעג גייט ר' אהרן טייטלבוים ארויסקומען מיט א שארפע דרשה קעגן רב קלוגער. איינער קען קאנפירמען?
נשלח ב-1/11/2010 23:17
מ'מעג אפשר וויסן וואו קורסירן די דאזיגע שטארק נישט מסתבר'דיגע שמועות?
נשלח ב-1/11/2010 23:36
פארוואס איז דאס אזוי שטארק נישט מסתבר?
נשלח ב-1/11/2010 23:50
זיי דו מסביר פארוואס ער זאל טוהן אזא זאך, ארויסצוקומען עפנטליך קעגן א רב בישראל.