בית פורומים אידישע געדאנק

ושמחת בחגך: וועלט בארימטער שאוי שפילער הושענא רבא אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/9/2010 00:55 לינק ישיר 
ושמחת בחגך: וועלט בארימטער שאוי שפילער הושענא רבא אין וויליאמסבורג

פרייליכע נייעס פאר וויליאמסבורגער איינוואוינער. אי"ה דעם הושע"ר וועט דער וועלט בארימטער סעלעברעטי און שאוי שפילער ר' אהרן טייטלבוים פון מאנרא, אריינקומען קיין וויליאמסבורג מהנה זיין דעם ציבור לכבוד יו"ט. דער סטאר איז באקאנט מיט א אויסטערלישן כארזימע וואס שלעפט די מאסן צו זיך.
 
דער שפילער וועט אריינקומען שוין דינסטאג מיטאג מיט זיין שווארצע ספרינטער טראק, וואס פארמאגט אין זיך אלע כלי מכשירים, אפילו א בעט, כדרך כל הסעלעברעטיס, דינסטאג מיטאג. די ערשטע שפיל וועט פארקומען דינסטאג נאכט אין א סוכה אין וויליאמסבורג. ווי דער פלאן איז יעצט, וועט דער ערשטער שפיל זיין א מעדזשיק שאוי, דער מאנרא שפילער וועט גיין אנגעטון מיט א שניי ווייסע קאסטיום און ווייזן מעדזשיק מיט די הענט פאר לאנגע שעות.
 
מיטוואך צופרי וועט פארקומען דער צווייטער און צענטראלער שפיל, וועלכער שלעפט א גרעסערע אטראקציע ביים ציבור. דעמאלס וועט דער סעלבערעטי ר' אהרן ארויסוואקן פון זיין קעדילעק מיט די ד' מינים אין די הענט, פיקטשער פערפעקט ווי מ'רופט עס. דערנאך וועט ער זיך אויפשטעלן וויינען אויף א פלאטפארמע פאר לענגערע שעות נאכאנאנד.
 
לויטן יעצטיגן פלאן זענען ביידע שפילן אריינטריט פריי - אן אפצאל, און עס איז צום האפן אז וויליאמסבורג וועט הנאה האבן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2010 01:32 לינק ישיר 

. אינטערעסאנט איז אז דער "שוישפילער" איז מעורר טויזענטער יודן צו תשובה און דער "ערליכער" רבי און "ת"ח עצום"(באהאלטענערהייט...) קען דאס נישט באווייזן. עקבתא דמשיחה... און דרך אגב דאס האבן די משכילים אויך געזאגט אויף די רבנים אינדערהיים אז זיי זענען שוישפילער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/9/2010 05:46 לינק ישיר 

פריינדליך: זייט ווען איז ר' אהרן מעורר טויזענטער אידן לתשובה? זאג מיר איין איד וועם ער האט שוין מחזיר בתשובה געווען (חוץ בן מ"א שטיינבערג...)!!!
 
איך ווייס למשל פון צענדליגער פעלער וואו ער האט שוין מחטיא געווען את הרבים, למשל שיקן זיינע אייגענע קינדער אין ערכאות קעגן זייער זיידן. מקרב זיין דעם מסור גרשון שלעזינגער צו זיך אפשוואכענדיג דאס גאנצע ענין פון מסירה ביי זיינע מענטשן. א.א.וו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2010 16:36 לינק ישיר 

פין ווי נעמסטו אז דער שוי שפילער מר' אהרן ט"ב איז פין מאנרא איל זע עס נישט אויף זיין לעדער הערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2010 16:51 לינק ישיר 

מעורר זיין מיינט נישט מאכן בעלי תשובה... איך רעד פון תקיעת שופר דרשות. כל נדרי. און טאקע הו"ר. של"ס תורות. אדרבה קום אריין אין הופער הו"ר(אבער נאר אויב דו קומסט נישט להכעיס. ווייל דעמאלט וועסטו גארנישט זעהן) אבער עס האט נישט קיין פשט זיך צו טענה'ן דערויף איך האב סתם געשריבן מיין צד. דו קענסט האבן טויזענט תירוצים אבער טויזענטער יודן פילן א חיות דקדושה און התעוררת אין זיינע דרשות. קענסט זאגן משוגע. חלה דעקל. וכו' אבער עס איז א פאקט אז עס געפעלט דיר נישט. האסטו אויך א רבי'ן וואס זאגט אויך הו"ר דרשות גיי הער אים אויס. אבער 2 טעג נאך יו"כ צו שרייבן א שמוציגן ארטיקל קעגן איינעם ווס זיין חטא איז אז ער וויינט הו"ר איז אביסל אומדורכגעטראכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/9/2010 17:02 לינק ישיר 

זיין חטא איז אז ער וויינט הושענא רבא מיט קראקאדיל טרערן, און טאקע ווען מען גייט אריין אין הופער קען מען מיינען אז דאס איז עס! זהו! און למעשה די נעקסטע טאג שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער, א בוידעם מיט א קלאץ, בשעת ער בוכה'ט הו"ר ווירבלען אים שוין אין קאפ די אינוואזיע פלענער אריינצוגיין אין ראדני, כלשון י.ר. הו"ר נאכמיטאג (שנת תשס"ו) אין הופער מקוה: איך האב גערעדט צום רב, ער איז זייער עקסיידעט, ער איז רעדי טו פייט! עכ"ל. פארשטייסט? און אויב דו שטייסט דארט אין הופער און דו ווערסט יא נתעורר, איז ראוי צו זאגן אויף דיר כלשונך: משוגע, חלה דעקל, ועוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2010 17:04 לינק ישיר 

אוודאי איז ער מעורר אידן צו תשובה.


אז אזא איש חוטא ורע מעללים שטעלט זיך ארויף אויפ'ן ארון קודש ליל כל נדרי, אדער גאר הוש"ר, איז שוין דאס גענוג מעורר זיין אידן צו תשובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2010 17:10 לינק ישיר 

לשיטתך דארף ער מעורר זיין די זאליס און נישט די ארונים... מען זעהט אבער פארקערט. עולם הפוך ראיתי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/9/2010 17:14 לינק ישיר 

אה כ'האב מיך געווינדערט פארוואס ביי די ארוינים איז דא אזויפיל צדיקים און ערליכע אידן, דאס איז וועגן ראט'ס געברעזשערייען, אויי אוייי אוייי, וואס ברענגט טויזנטער אידן צום לאכן מדי שנה בשנה,


אויף די גדולי העסקנים ר' ישעי' יצחק רובין ואביו ר' אברהם, אינדיג, יאסי בראך וכולו וכולו, דערקענט זיך טאקע די אויסערגעווענליכע השפעה.

עולם הפוך ראיתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2010 20:04 לינק ישיר 

איך האב אויך גענוג און נאך נעמען פון די ערגסטע ברואים וואס דרייען זיך ביי די זאליס. אבער איך בין דיך נישט חושד און זאגןו אז טויזענטער יודן האבן נישט תשובה געטון דאס יאר. אויסער אויב דו ביסט א "סעלף העיטינג דזשו" און... פארגעס נישט די מאמר "מוטב שיהי-ה שוטה כל ימיו ואל ירשיע עצמו שעה אחת לפני המקום" און די רשע לפני המקום האב איך דא געזען. וויאזוי א טאג צוויי ניך יו"כ שרייבט מען די ערגסטע לשונות אויף א יוד. א מנהיג פון טויזענטער יודן(ביטע נישט ענטפערן נאריש) און וואס שרייבט מען?? אז ער גייט מעורר זיין יודן צו תשובה!!! (צו ער מיינט עס אמת'דיג אדער נישט. פאקטיש טוט ער דאס. ער "מאכט" זיך ווי ער וויינט און די משוגעים(כלשונך)ווערן נתעורר) עפעס איינגעהאלטנקייט נאך אזא יו"ט! איר מיינט איר האט א "פרי פעסס" ביים אויבערשטן???? ווייסט איר דען נישט וואס פארא יאר עס איז פאראיאר געווען?? איך פארלאנג נישט איר זאלט אויפהערן מיט די שנאת חנם. אבער אביסל איינגעהאלטנקייט צוויי טעג נאך יום הקדוש קענט איר אויך נישט???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/9/2010 20:16 לינק ישיר 

שרייבן טאקע דא נאר כיתה א' יונגלעך?, דיין רבי איז א שוי שפילער!, אה נא! דיין רבי איז דער שוי שפילער!!!,  הערטס אויף מיט די נארישע סטעיטמענטס, שוי שפילער, קען מען זאגן אויף יעדן, אפשר איז דער טאשער רבי א שוי שפילער?, אדער סעקאלענער רבי?, און אפשר איז דער ברך משה אדער דער ויואל משה געווען א שוי שפילער?, אוי וויי, הארגעטס מיך נישט!, מיינט איר נישט אז היבש מענטשן האלטן אז נאר זיין רבי איז א צדיק און די אנדערע זענען פלעינע שוי שפילער? סא! סטאפט,ס מיט די בלעינק סטעיטמענטס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2010 02:33 לינק ישיר 

יישר כח משה'לע פארן מיר שפארן צייט פון שרייבן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2010 03:13 לינק ישיר 

משה'לע און וואלן עטס האלטס עכט אז מען דארף אייך ענטפערן?

אז דו ווילסט גיב איך דיר די ליסטע פון די אדמו"רים וואס כו"ע מודי זיי מיינען ערנסט, און זיי מיינען עס טאקע.

נקוט האי כללא בידך, יעדער רבי, וואס אויב איז מען נישט קיין חסיד פון אים און / אדער זיין פארטיי, מאכט מען אים אוועק אלס נישט אמת'דיג, עפי"ר איז עס טאקע אלעס פעיק פאוני בעלאוני.

מילא איז די קשיא נישט קיין קשיא, און עס ברויך נישט קיין תירוץ. משל כחרס הנשבר, נמשל כבהמות נדמו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2010 16:07 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב ס'איז דא היינט איין אדמו"ר אין די וועלט וואס האט נישט קיין שונאים, ממילא איז נישטא ביי קיינעם קיין כו"ע מודי

ודי בזה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2010 17:17 לינק ישיר 

אקעי. דארפסט דוקא די ליסטע?

טאהש'ער רבי. סקולענער רבי. פשעווארסקער רבי. אולי גם רחמיסטריווקא א"י (מיין פריוואטע מיינונג). די אדמו"רים וועט לכאורה יעדער מודה זיין - אפילו לאמיר זאגן איינער וואס האט געהאט עפעס א מחלוקה מיט זיי, אויב ס'איז בכלל דא אזוינס - אז זיי מיינען נישט קיין שוישפיל. (כ'האב מסתמא אויסגעלאזט טייל פון די ליסטע, כהאב נאר געברענגט די מערסט - באקאנטע וואס זענען מיר ארויף געקומען אויפן געדאנק)

אלע וואס זענען נישט אויף די ליסטע, זענען מער ווייניגער פעיק פאוני באלאוני. - חוץ וועם כהאב אפשר אויסגעלאזט. (און ניין, ר' אהרן איז נישט פון די וואס כהאב אויסגעלאזט). 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2010 20:07 לינק ישיר 

אויף טייל פון די וואס דו שרייבסט איז דא מענטשן וואס זאגן אז עס קומט פון חוסר דעת(איך זאג נישט עס איז א מיעוט שבמיעוט אבער עס איז דאך דא)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ושמחת בחגך: וועלט בארימטער שאוי שפילער הושענא רבא אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext