ארוניםס נייטמער: וויטא לאפעז געווינט 47 קעגן 3
דער מאכטפולע פאלעטישאן וויטא לאפעז האט יעצט ווידערוויילט געווארן צו זיין אמט אלס טשעירמאן פון די דעמעקראטיק פארטי פון גאנץ קינגס קאונטי פאר נאך א צוויי יעריגע טערמין, טראץ די שמיציגע שמור קאמפעין פונעם פאסט און נאך א רייע טאקטיקען פון לאפעזעס שונאים ווי רעסטלער און נאך, האט לאפעז גרונג געווינען מיט א שטארקע מאנדאט פון 47 קעגן 3. דער שטייפע פאלעטישאן וואס האט קודם געזעהן די היימישע איינוואוינער אלס זיינע שונאים, איז איבערגעדרייט געווארן צי א שטארקע שטיצער פונעם געגענט נאך א רייע אינטערווענצען און שתדלנות פון הרה"ח ר משה דוד ניעדערמאן הי"ו, און מיט די צייט האט דער עולם פיהל גענאסן פון זיין מאכטפולע פאזיציע און די שטארקע קשר וואס ר משה דוד האט אנגעשלאסן מיט אים, די קליינקעפיגע ארונים האבן אריינגעביסן אין א זויערע עפל ווען זיי האבן באשלאסן צי פירן א קאמפ מיט אזא איינער ווי וויטאו לאפעז, לאפעז איז פארעכנט פאר אזא איינער וואס לאזט זיך נישט טרעטן און ער וועט זיי נאך לערנען א פרק און בלק
|
|