פראגע צו דער בלאט
(די זעלבע איז גילטיג פאר דער איד, איך לאז די זאליס פרעגן די זעלבע פראגע)
די זאך עגבערט מיר שוין פאר א לאנגע צייט:
פארוואס פאר-א-שווארץ-יאר פעלט אויס צו לייגן די פאליטיק אויף די העד-ליינס, אדער אפי אויף די פראנט פעידש בכלל?
ס'דאך אזא שטות אין אזוי אנפראפעשנל אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן, מ'פאלירט נאר קונדן פון דעם, למשל אזא איינער ווי איך, איך בין א אהרוני אלל-די-וועי, גלייבטס מיר בנאמנות, איך ווייס נישט צו איך גיי אריינעמען דער בלאט דעם יו"ט ביי מיר אין שטוב, איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן ליינען א צייטונג וואס קען זיי געבן די פאלשע אימפרעשן אז מחלוקה און שנאת חנם איז א לכתחלה און איז פון די יסודות פון קהלת סאטמאר, אויסער דעם וואס איך בין בכלל נישט נייגעריק זיי זאלן וויסן פון די פאליטיק, איך לאז מיינע קינדער קיינמאל נישט זאגן קיין איין חוזק ווארט אויף ר' זלמן לייב, אונז זעמיר נישט אויף דעם געבויט,
נאך א פונקט, אפציעל איז דער בלאט א אלטוועלטליכע צייטונג, יא, יעדער פארשטייט אז אומאפציעל איז עס פי אר פאר קהליתנו, אבער דאס איז עס נישט לכתחלה, וויזוי קען א רעכטדענקנדער מענטש קאנסידרן די סוכה מעשה אלס א הייד-ליין נייעס? דאס פארעקלט דאך דעם גאנצן צייטונג,
איך פארשטיי מ'וויל דאך אויפשפילן די שטארקע געווינס פון די סוכה, מסכים, אבער מיין שכל הישר זאגט אז וואס אימער דו ווילסט אויפטון מיטן אנאנסירן דעם נייעס, קענסט פונקט אזוי אויפטון ווען מ'לייגט עס אין די בעק אויף פעידש 200, דער וואס וויל (וויל נישט) עס ליינען וועט עס זען ווי אימער עס איז, קיין ספק,
 |
|
|