בית פורומים אידישע געדאנק

אש ומים רבים לא יכלו לכבות: בילדער און קליפס רבבות ביי אושפיזא דמשה בצ"ק רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/9/2010 12:56 לינק ישיר 

דאס איז א טייל פון די בילדער וואס JDN האט ארויסגעשיקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 15:21 לינק ישיר 

הערליך שיין! אבער עס קומט נאך אלטס נישט צו וויאזוי עס איז געווען בשעת מעשה,
 
מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו! אזא געהויבענע נאכט וועט קיינמאל נישט ארויס גיין פון זכרון פון די אלופי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר וואס האבן דאס מיטגעלעבט ואשרי עין ראתה בשמחת קהלינו דער ריזן ציבור לאלפי אלפים זקנים עם נערים כאיש אחד ובלב אחד תחת קורת גג אחד בצילא דמהימנותא קדישא פון מרן רבינו שליט"א דער מנהיג פון דער גרעסטער עדה קדושה בישראל, עס האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט אז "נצח ישראל לא ישקר" די גרעסער ציבור אנ"ש תלמידי וחסידי רבותיה"ק זי"ע האלטן זיך ווייטער געטריי צו ממלא מקומם כ"ק מרן שליט"א דער רועה נאמן ושומר הפקדון לבל ישלטו זרים וועלעכע שטייט על המשמר אז מ'זאל נישט משנה זיין קיין זוז כל שהוא פונעם דרך האמת כפי שהורה לנו אותו זקן מרן רביה"ק בעל "ויואל משה" זי"ע און ווי מרן רבינו הגה"ק בעל "ברך משה" זי"ע האט מיט אונז געלערנט און געחזר'ט אלע יארען און ביי אלע דרשות איז די הייליגע דיבורים פונעם פעטער געווען קילורין לעינים און שטענדיג געזאגט אז מיר ברויכן אריינצוקלערן וויאזוי דער פעטער וואלט געטוהן אזא צייט און נאר אזוי דארפן מיר זיך פירען בכל עת ובכל זמן, באזונדער איז געווען א פארגענוגען צו כאפן א בליק און ארויפצוקוקען - ווי ווייט דער אויג האט געקענט זעהן - אויף די הויכע ווענט מיט פארענטשעס לענגאויס די צוויי זייטן פונעם סוכה וואס האט אויסגעקוקט ווי מויערן ווענט ווי עס זענען געווען פלאצירט די טויזנטער בחורים תלמידי ישיבתינו הקדושות דער פרישער לגיון של מלך פון דער נייער דור,
 
נאך אזא נאכט בלייבט אונז איבער צו חזר'ן די הייליגע דיבורים פונעם רבין זי"ע דער ברך משה וואס האט שוין פאראויס געזאגט ווען דער מצב איז נאך געווען שווארץ: "לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי", וכל ארבע רוחות שבעולם לא יזוזו אותנו! אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלוקינו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 17:20 לינק ישיר 

כאילו די ארונים האבן געוואלט ענק זאלן עסן חוץ לסוכה, אדער ס'באדערט זיי אז עטס פראוועטס א שמחת בית השואבה, ס"ה האבן זיי ענק ארויסגעשטעלט פון א מפוקפוק'דיגע סוכה גזולה, צו אפאר פיס ארויפציר צו א סוכה כשרה ומהודרת....פאר אזא נארישע אומאיינגענעמליכקייט פון אפאר פיס, ווערט שוין א 911 קאל, מים רבים, אהבה מסתרת, היסטאריש, לא ירעו...און נאך דאס האט דער ברך משה מיט דער רבי ז"ל, מיט אלע צדיקים הקודמים ביז דוד המלך געמיינט, נישט מער און נישט ווייניגער ווי א פארשימעלטע חסידישע פאליטיק..איין ווארט קומט מיר אין קאפ....נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 17:45 לינק ישיר 

אלפים? רבבות? די גרעסטע סוכות טיש?עטס זענטס נארמאל? דער בב"מ פלעגט דען נישט האבן אישפוזא דמשה אסאך א גרעסערן עולם? וואס מאכט איר זיך נאריש???? איך זאג נישט. עס איז געווען א גרויסער עולם אבער אלפי? רבבות?משוגע האט אויך א שיעור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2010 17:57 לינק ישיר 

קמץ_בארד כתב:
כאילו די ארונים האבן געוואלט ענק זאלן עסן חוץ לסוכה, אדער ס'באדערט זיי אז עטס פראוועטס א שמחת בית השואבה, ס"ה האבן זיי ענק ארויסגעשטעלט פון א מפוקפוק'דיגע סוכה גזולה, צו אפאר פיס ארויפציר צו א סוכה כשרה ומהודרת....פאר אזא נארישע אומאיינגענעמליכקייט פון אפאר פיס, ווערט שוין א 911 קאל, מים רבים, אהבה מסתרת, היסטאריש, לא ירעו...און נאך דאס האט דער ברך משה מיט דער רבי ז"ל, מיט אלע צדיקים הקודמים ביז דוד המלך געמיינט, נישט מער און נישט ווייניגער ווי א פארשימעלטע חסידישע פאליטיק..איין ווארט קומט מיר אין קאפ....נעבעך
דיינע טויזענטער מסירות אויף די נייע סוכה זאגן אנדערש, דיין גרימאסע ביים זעהן די טיש-בילדער פארציילט א אנדערע געשיכטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 17:59 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
אלפים? רבבות? די גרעסטע סוכות טיש?עטס זענטס נארמאל? דער בב"מ פלעגט דען נישט האבן אישפוזא דמשה אסאך א גרעסערן עולם? וואס מאכט איר זיך נאריש???? איך זאג נישט. עס איז געווען א גרויסער עולם אבער אלפי? רבבות?משוגע האט אויך א שיעור
אבער ביי ענקער פראטעסט קעגן סאכדעס ביי די ציניסטישע קאנסול איז געווען פינף און פערציג טויזענט מענטשען קיין נברא ווייניגער, וכו' וכו' וכו' לאלפים ולרבבות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 18:01 לינק ישיר 

ההכרח לא יגונה ולא ישובח, קיינער קען נישט פארלייקענען די הונדערטער און טויזנטער טעלעפאון קאוילס פאר 311 מיטן דורך געפאלענעם פלאן צו צושטערן די אויפבוי פונעם גיגאנטישען סוכה הגדולה, וויאזוי וואגסטו זיך אפילו צו פארענפערן די מעשים תעתועים פונעם נידריגען צד שכנגד ווען מיר האבן דאך צוגעזעהן מיט די אייגענע אויגן ווען טאג טעגליך זענען ענקערע מוסרים געשטאנען און 24 שעה א טאג פרובירט מיט אלע וועגן עס צו שטערן און פאר יעדע קלייניגקייט גלייך גערופען די פאליציי באגלייט מיט אפענע מסירות, העברת את פי ה' והיא לא תצלח! יעצט ווען מיר האבן שוין געפייערט דעם סוקסעס און ענקער דורך געפאלענע רשעותדיגע אקטען שמייסט ענק צוריק אין פנים קומט מען עס אהערשטעלן ווי א זיגבארע זאך.. ס'איז שוין צו שפעט! נעקסט טיים זיי רעליסטיש פארדעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 18:10 לינק ישיר 

אייזענבאך כתב:
דיינע טויזענטער מסירות אויף די נייע סוכה זאגן אנדערש


הייסט אזוי, די אלע א"ג מסירות איז געווען ווייל זיי האבן פרובירט מיט אלע כוחות ענק צוריק אריינשטעלן אינעווייניג אין די אלטע סוכה, ווייל די נייע סוכה האט אונז שרעקליך געבאדערט,

וויזוי גייט עס נאר

1+1 = חלה אין האניג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 19:00 לינק ישיר 

פריינדליך: איך ווייס נישט צו איך זאל לאכען אדער וויינען...
 
קודם בין איך געוואר געווארן אז דו ביסט קיינמאל נישט געווען אושפיזא דמשה ביים רבי'ן דער ברך משה זי"ע און נאכמער ניטאמאל ווייסטו וויאזוי דער סוכה האט דעמאלטס אויסגעזעהן,
 
1( די סייז פון יענע סוכה איז לערך א פערטל פון די היי יעריגע,
 
2) אין יענע סוכה איז געווען 3 ערליי סייזעס פארענטשעס די העכסטע איז געווען 6 שטאק, עס איז געווען "1" רייע בענק פער זייט, אושפיזא דמשה פלעגט מען צולייגן נאך איינס,
 
3) בשנת תשס"ז - נאך די פטירה פון רבינו זצוק"ל - האט מען ארויסגעבויעט אויף דאפעלט אין שטח און אויך דאפעלט אין דער הייעך אז מ'האט שוין געקענט לייגען 10 שטאקיגע פארענטשעס,
 
4( בשנת תשס"ח האט מען ווידער ארויסגעבויעט אויף נאך גרעסער אין שטח,
 
5( היי יאר האט מען געבויעט א סייז וואס איז א חידוש פאר א סוכה מיט אזא סייז אין די לענג פון איבער 100 פיס הויכע פארענטשעס פער זייט א שטייגער כמעט ווי נעילת החג!
 
יעצט מאך אליינס די חשבון....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 19:42 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
אלפים? רבבות? די גרעסטע סוכות טיש?עטס זענטס נארמאל? דער בב"מ פלעגט דען נישט האבן אישפוזא דמשה אסאך א גרעסערן עולם? וואס מאכט איר זיך נאריש???? איך זאג נישט. עס איז געווען א גרויסער עולם אבער אלפי? רבבות?משוגע האט אויך א שיעור


נעבעך וואס פארשטייסטו זיי נישט

די חברה זענען אויפגעוואקסן מיט שארמאשער רב'ס סוכה אדער מיט מאנטיווידעא רב וכו' וכו', זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געזען אזא 'גרויסן' עולם

ס'דערמאנט מיך תש"ס האט זיך ביי איינע פון מיינע קרובים אויפגעפלאקערט דאס אהבה מסותרת און איז געגאנגען צום הדלקת הנרות פון רבין ז"ל דעם ברך משה, יענער איז אהיימגעקומען מיט א מין התפעלות, אז ער איז ממש נתרגש געווארן פונעם גרויסן ציבור

נו קאמענטארן זענען איבריג

 

איך האב נאך די סוכה נישט געזען, אבער לויט ווי ס'קוקט אויס אויפן בילד די ברייטקייט, און די לענג, טאקע א הערליכער ריזיגער עולם, אבער צו זאגן אזאנס נאכנישט געווען אין די היסטאריע על אדמת אמעריקא דארף ער א גרויסער דאקטאר

נעבעך, א פענסיל קעיס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 21:22 לינק ישיר 

איך מיין די ביסט אביסל מאגזים מען זעהט דא אפשר 25.000 מענטשן בלעיה"ר נישט רבבות...
נאך אמאל קוק גיט אויפן בילד איידער די שרייבסט אדער גאר לייג נישט ארויף קיין בילדער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2010 23:20 לינק ישיר 

וואלן_סח: ענפער מיר אויף מיין פראגע! געדענקסטו די סוכה פון רבינו בעל ברך משה זי"ע אדער נישט?? כ'האב מורא אז דו ביסט אויך נישט דארט געווען, און דו ביסט שוין דער חסיד, סאו קום מיך נישט אהן מיט שארמאשע סוכה נאר שאל אביך ויגדך עס איז א טריקענע פאקט דאס איז די היסטאריע פון די סייזעס פון די סוכה ביי רבינו זצוק"ל! ממילא קומט מען ווייטער צו: די היי יעריגע סוכה איז די גרעסטע סוכה וואס סאטמאר האט געהאט מיום הווסדה על אדמת אמעריקא צו עס שמעקט דיר יא אדער עס שמעקט דיר נישט!
 
און פאר די וואס פארשטייען נישט וועל איך ענדיגען מיט "א גוטן מועד"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2010 00:37 לינק ישיר 

אמאל פלעגט מען ציילען מענטשן דא אויף ה"פ דורך לייגן א פינטל אויף יעדן'ס קאפ. קען דאס איינער ביטע יעצט טון? און דרך אגב מעסט אפ די סוכה הגדולה אין ק"י(נישט די הייעך...) און די "ריזיגע" סוכה אויף ווילסאן סט. און נאכדעם קום זאגן וואו עס איז די "גרעסטע אין היסטאריע"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2010 00:55 לינק ישיר 

אה! דו ארבעטסט גאנץ קליג, קודם טרייסטו דיין לאק מיטן ברך משה'ס סוכה נאכדעם וואס דו ביסט דורך געפאלען נישט וויסענדיג בחייכון וביומייכון וויאזוי דער סוכה האט אויסגעקוקט גייסטו יעצט טרייען צו מעסטן מהר"א'ס סוכה... געגאנגען! הייב אהן מיט דיינע פאלטשע גוזמאות, און איך וועל עס באגלייטן מיט שיינע בילדער סיי פון די פריערדיגע יארן און סיי פון די יאר!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2010 03:38 לינק ישיר 

דער רבי שליט"א וועט היינט נאכט ליל ג' דחול המועד אושפיזא דאהרן אריינקומען אין דער גרויסער סוכה בשעה 10:30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אש ומים רבים לא יכלו לכבות: בילדער און קליפס רבבות ביי אושפיזא דמשה בצ"ק רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.