ס'דרייט זיך ארום א שמועה אז הרב טובי' שפיץ פין בארא פארק דעם סערט ווישניצער רבי'ן איידים איז געפלויגן פין זיין שול דעם יום טוב
האט איינער געהערט דערפין ?
נשלח ב-27/9/2010 23:38
שקר מיסודו, נעכטען איז פארגעקומען א שיינער מסיבה שמחת בית השואבה בהשתתפות אנשי השטיבל, ס'גייט פאר עפעס א פאליטיק צווישען 2 יונגעלייט אין שטיבעל וואס מען האט פראבירט צו מישען דעם רבי מיט דעם, אבער ס'האט נישט קיין שייכות מיט די רבנות פון ר' טובי'
נשלח ב-28/9/2010 01:10
שקר מיסודו? ווילסט אויפארבעטן דיין חזקה פון מוחזק שקרן? מען קען מיינען פון דיינע ווערטער אז די שמחת בית השואבה איז געווען אין שטיבל אין נישט אין א זאל. איך ווייס נישט צו געווארפן צו געגאנגען אבער נישט שקר מיסודו
נשלח ב-28/9/2010 03:05
איך בין מוחזק שקרן, פון ווען למשל? קלאר נאכאמאל, מען האט איהם נישט געווארפען, נעכטען איז פארגעקומען א שמחת בית השואבה ווי געפלאנט און ער איז געווען. אמת ער האט געהאלטען א דרשה שבת אינדערפרי אז ער זאגט זעך אפ ווי לאנג מען בעט זעך נישט איבער דארט, א אינערליכע פאליטיק צווישען די מתפללים, וואס אין צד האט אנגעשלאגען איינעם פון די צווייטע צד, און ער האט געזאגט אז ער וויל נישט זיין א רב פון שלעגער'ס
נשלח ב-4/10/2010 09:00
פאלין קוקט אויס קען זיך אויס אביסל אין די ענינים אבער די עצם עובדא מיט די סוכה איז נישט פונקט אזוי.
סערט וויזניץ האט נישט קיין אייגענע זאכליכע סוכה [אחוץ עפעס א ד' על ד' פאר די ארבעה מינים אויף 48 סטריט] און דעריבער האט שוין פון פריער געהייסן אז זיי גייען פירן זייער אושפיזא אין א גרעסערע סוכה.
אבער לעצם הענין האט ער טאקע געהאלטן א דרשה אזוי ווי פאלין שרייבט אז די שלעגערס זאלן זיך זוכן א רב א שלעגער....
עס האבן מיט אים ארויסשפאצירט רובם ככולם פון די מתפללים אויס פראטעסט פאר די געשלעגן.
נשלח ב-7/10/2010 01:12
Palin12 כתב:
שקר מיסודו, נעכטען איז פארגעקומען א שיינער מסיבה שמחת בית השואבה בהשתתפות אנשי השטיבל, ס'גייט פאר עפעס א פאליטיק צווישען 2 יונגעלייט אין שטיבעל וואס מען האט פראבירט צו מישען דעם רבי מיט דעם, אבער ס'האט נישט קיין שייכות מיט די רבנות פון ר' טובי'
צווייטנס, דער דרשה זאגט מיר אז עפעס איז יא פארגעקומען דארט, דער הספד אויף דעם רב קומט פאר א סיבה....
נשלח ב-7/10/2010 09:20
די מעשה האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע חדשים צוריק ווען דער רב איז געווען אין ארה"ק האט אים זיין שווער דער סערעטר וויזניץ רבי אריינגערופן אין קלאר געמאכט אז די רביסטעווע איז נישט קיין אייביגע, נאר אלעס גייט אריבער פאר זיין זוהן ר' יענקעלע און ער געט אים א ריזן סכום צו עפענען א אייגענע ביהמ"ד
תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 07/10/2010 09:24:18
נשלח ב-8/10/2010 16:33
פנחס יואל האט אויסגעטראכט א מעשה. אינטערעסאנט אז צו סיי וועלכן סערט'ער איך האב גערעדט האט נישט דערציילט דיין טעאריע. די איינציגסטע באוואוסטע סיבה צום גאנצן ענין איז "טעראר".
עס איז היינט א עפנטליכע רעדע צווישן די סערט'ע אינגעלייט אז זייער רבי איז ארומגענומען מיט אפאר טעראריסטן וועלכע זוכן צו ווארפן און אנזייען א פחד.
די שפיץ'ס האבן עמטליך אנגענומען די פאזיציע פון פארטיידיגן די געליטענע פונעם סיסטעם און לכבוד דעם ווערן זיי גערודפ'ט, אזש אסאך האבן אפילו מורא געהאט זיך צו עפנטליך באטייליגן אין די אושפיזין.
די מעשה יעצט האט אויך געקראכט נאכדעם וואס זיי האבן אנגעהאקט א איד די ביינער אינמיטן ביהמ"ד.