בית פורומים כל העולם כולו

שמועה : ר' טובי' שפיץ געווארפן פין רבנות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/2/2011 00:47 לינק ישיר 

יוי באשעפער. איך האב יעצט אויסגעהערט די קליפס, און עס איז מיר כמעט געקומען צו וויינען פון רחמנות אויף דעם סערעט'ער רבין. עס איז דאך א הימל געשריי וואס דארט גייט פאר.

כאטש קיינער האט נישט קיין געהעריגן הסבר אויף די שגעון וואס דארט טיט זיך די לעצטע פאר יאר.

ווער עס ווייס איז דער דער סערעט'ער רבי שליט"א, א ריכטיגער דוגמא פון א איד א בעל מידות. פון ווען ער איז געווארן רבי איז ער אוועק געשטאנען פון מחלוקת מיט א מורא'דיגער שטארקייט. סיי אינדרויסן און סיי אינעווייניג.

ער האט דירעקט נישט געלאזן מאכן פון זיין חסידות אזא סארט רעזשים. עס איז געווען דוקא א ליבעראלע פלאץ וואו מען האט געלאזט דעם עולם לעבן. ער האט טאקע משפיע געווען תורה און חסידות, און עס זעט זיך טאקע אן, ער האט זייער אן איידעלער ציבור, אבער אן קיין שום פרעשור אדער טעראר.

די לעצטע פאר יאר האט זיין אייניקל זיך גענומען אין קאפ אריין אז אפשר גייען די איידעמער עפעס אראפציפן אפאר חסידים, און ער האט זיך גענומען פארפירן.

עס איז זייער פאני ווייל דער סערעט'ער האט נאר איין זון, ר' יענקל, וועלכער הייסט דוקא גאנץ א לייטישער איד, וואלט דאך לכאורה נישט געווען קיין שום פראבלעם, אבער דעם אייניקל זעט אויס האט מורא געהאט, און איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס. האט ער אנגעהויבן מיט ארויסווארן דעם לאנגיאריגן גבאי ר' ברוך הימל, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען פארן רבין פאר אסאך יארן (אדרבה פרעג סיי וועלכן סערעט'ער חסיד), און ער איז ממשיך.

ער האט שוין לאנג פארשיקט דעם איידעם קארנרייך פון דעם בני ברק'ער רבנות, ועוד ידו נטוי'.

אבער פון דעם קליפ זעט מען דאך אז דער זיידע ווייסט פונקטליך וואס טוט זיך, און עס עסט אים אויף און ער קען נעבעך גארנישט טון. עס רייסט מיר ביים הארץ צו זען וואס מען טוט נעבעך מיט א איד אזא זקן א מנהיג פון א ריזיגע עדה אידן.

אוי באשעפער, האב רחמנות.


(נ.ב. דאס האט גארנישט מיט סאטמאר צו טון, יעדער איינער, אינקלודינג די זאליס, ווייסן פונקטליך וואס מען האט געטון מיטן ברך משה, און ליידער פאר די זאליס אינטערעסירט עס נישט. זיי זאגן עס אפן. אבער דא איז נישט דאס דער נושא, דא איז דער נושא סערעט, און איין ווייטאג פארווישט נישט דעם אנדערן)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 18:27 לינק ישיר 
רמת ויז'ניץ תשט"ו - תשס"ה




תוקן על ידי דייקן ב- 10/02/2011 18:32:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 22:31 לינק ישיר 

וואס וועט זייך מיט הרב שפיץ?
וועט ער בלייבען מיטן עולם נאך אזא בריוו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2011 08:28 לינק ישיר 

בלייבן רב וואו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2011 08:57 לינק ישיר 

פארפאלן, די וואס האבן ארויסגעגעבן דעם מאחורי הפרגוד ווידיאו האבן אהערגעשטעלט א מעכטיגן ארבעט, און געווינען דעם דעת הקהל הונדערט פראצענט. דער ווייטאג איז נאר נעבעך אויף דעם סערעטער רבי שליט"א וואס איז כל ימיו געווען באוואוסט אלץ זעלטענער אוהב שלום, און זוכה געווען צו אויפשטעלן אזא שיינע חסידות זאל דאס דארפן מיטמאכן ווען ער איז ביים פולן זינען און זיצט מיט געבינדענע הענט.
 
דער אייניקל וואס דבר'ט דארט צום זיידן קוקט נישט אויס צו זיין גרויסער חכם, ער העצט סתם דעם זיידן אן קיין שום מטרה, מ'האט לא עלינו גערעדט אויף א סעלפאן אויף די פארענטשעס אינמיטן טיש, שומו שמים. וואס וויל ער דערמיט ארויסברענגן?
 
סייוויזוי האט דער אנדערער צד נישט וואס צו דערלייגן, עס האט יעדער געוואוסט בלי שום ספק אז הרב יעקב גייט זיין דער ממלא מקום, ער איז דאך א בן יחיד. אבער זיי שפילן גוט אריין אין די האנט פונעם שוואגער הרב שפיטץ, ווייל די אלע וואס האבן ביז היינט געהאט מחשבות זרות אויף ר' יעקב האבן שוין יעצט אויף וואס צו באפעסטיגן זייערע טענות און דער שוואגער פון אמעריקע וועט זיך בויען אויף דעם חשבון.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2011 21:03 לינק ישיר 

חלק ג' איז שוין דא * style="height: 390px; width: 640px"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2011 21:55 לינק ישיר 

געוואלדיג, ממש נישט צום גלייבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 02:00 לינק ישיר 

רחמנא לשיזבן! א שיינע חסידות ווי סערט היתה למאכלת חרב המחלוקת...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2011 05:57 לינק ישיר 

וויייסט איינער עפעס אן אפדיעט? איך האב די וואך באקומען בילדער פון א אויפנאמע פון עפעס א נייעם סערעט וויזניץער דיין, און מען זעט אויף די בילדער ווי דער אייניקל, דער טרויעריג בארימטער ברוך האגער ליינט פאר א בריוו פון דעם זיידן (וואס ער האט אים מסתם געהייסן שרייבן) לכבוד די התמנות.

ווייסט איינער וואס טוט זיך דארט? איז שפיץ עקסטער? ווי האט ער זיין בית המדרש? ווער האט א גרעסערן עולם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שמועה : ר' טובי' שפיץ געווארפן פין רבנות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.