בית פורומים אידישע געדאנק

דיד סאוט 8 שוהל צוריק געטרענספערט געווארן היינט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/9/2010 00:58 לינק ישיר 
דיד סאוט 8 שוהל צוריק געטרענספערט געווארן היינט!

דער דיד איז ארויס פון דעם נ'ארוינישע נאמען און צוריק געשריבן געווארן דורך ר' חיים קלמן שווארץ פון הנהלת הבית מדרש .

כאפ א בליק אויף ACRIS ,ריקארדעד היינט 9/27/2010

 http://a836-acris.nyc.gov/s/DocSearch.dll/BBL
block 2131 Lot 1101




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 01:14 לינק ישיר 

אינוועסטיגעישאן קעגן פעלשער א. רובין אין מ.י. ווערטהיימער גייט ווייטער אן.

אין זיי וועלן אי"ה יושב'ן בעמק הבכא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 01:20 לינק ישיר 

שבר על שבר: די ארונים האבן פארלוירן די פערמיט אויפן נייעם בית המדרש, איצטער האבן זיי פארלוירן די סאוט אכט שיל, בדרך אגב קען איינער פארשטיין געבען וואס איז געווען די חשבון פון די ארונים? נאך אזאך וואלט איך געוואלט פארשטיין, פארוואס די סאוט אכט שיל איז געגאנגען וואן טאו טרי, און דער בית החיים נעמט אזויפיל יאר? אפשר איז דאס וויבאלד קהל האט עס איגנארירט? אדער האט מען דאסמאל געניצט אנדערע מיטלען?
ווער עס ווייס זאל אויסקלארן די פרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 01:27 לינק ישיר 

ווי מ'רישט זיך יעצט, וועלן די כת המוסרים צום וויפעלטן מאל אריינגעבן קלאגעס אין געריכט קעגן די הנהלת הקהלה, די קהילה איז גרייט מיט דאס שארפסטען קעגן די פראפסיאנאלע גנבים, מען זעהט שוין יעצט קלאר מיט וועם מגייט דא צום טיש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 01:28 לינק ישיר 

איינער שרייבט דארט אין פארום צווישן זיינע דברי חיזוק אז, ס'וועט נאך קומען אסאך ברעיקינגס ביזן ענדגילטיגן שליכטינג (.....?) מעגליך זיי פלאנען מארגן נאכמיטאג ס'נאכאמאל צו טרענספערן פאר נאך 3 טעג...

אבי זיי פארלירן זעך נישט אינעם זמן שמחתינו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 01:39 לינק ישיר 

וואס איז די חשבון פון די נ'ארוינים, עס קען זיין מערערע.

1. צו מאכן זייער עולם גולם Happy אויף יום טוב.
זיי האבן אן היסטאריע פון דעם אויף די סוכות/שמחות תורה.

2. צו פירן א מלחמה אויף מערערע פראנטן אז מען זאל זיך שווערער קענען פארטיידיגען.

3. עס קאסט נישט קיין סאך דאס צו טאהן און אויב עס געלונגט פארדינט מען א בנין

4. אפשר געב איך זיי צופיל קרעדיט און זיי האבן עס געטאן אן א חשבון.

און די ביסט גערעכט אז דעם בית החיים האט מען געווארט צו לאנג. דער אפיעל האט קלאר געשריבן אז עס גייט צוריק צו דעם לכתחילהדיגער קהל. נאר דער בי'ד האט נישט געלאזט גיין אין געריכט איבער דעם און מען האט באצאלט א טייערע פרייז.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 02:15 לינק ישיר 

הא הא הא! אין'ם שכינות'דיגן פורום הערשט א ביהח''דיג שטילקייט, זייט די באמבע וואס 'טשאמפיאן' האט דארט געווארפן...

קיינע פן די אפיציעלע ני'קים [ליין: אופים...] זענען צום האַבן...

אינטערעסאנט נארמאל זעהט אויס ווי יעדע תגובה האט געדריקט אויפ'ן מאגן, און אלעס ווערט דארט אויסגעשאסן, און יעצט? ווארט מען נאך אלס פאר די אפיציעלע ניחום אבילים תירוץ פאר די צוריקגעשטאנענע ליינערס.....

אין הופער האט מען שוין אראפגעריסן - אויף ביז'ן בלאט פון נאך יו''ט - די פרוכת!
און פון די 'גניבה-שמחת-יום-טוב' וואס די בלאט האט פארשפראכען פייעליך ערב יו''ט איז שוין נישט דא קיין זכר.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 02:39 לינק ישיר 

סארא לוזערס די ארונים, ארונים וואס באהאלטן זיך שוין 10 יאר אין זייערע לעכער, האט מען יעצט געזעהן צום ערטן מאל זיך ארומדרייען ענדליך אביל העפי..... און יעצט אזא בראך! אוי טוט דאס וויי...!

*
עס דערמאנט מיר פון דאס:

*

ליסען די ארונים האבן איין עצה אויב זיי דארפן בנינים און דאס איז:
לאמיר אלע שרייען צוזאמען מיט אלע כוחות...  
דין תורה!!!



תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 28/09/2010 02:49:29




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/9/2010 20:20 לינק ישיר 

ויהי ממחרת, אברהמי רובין איז שוין געווען פרעזידענט פון קהל ויואל משה, משה יוסל ווערטהיימער האט שוין פארקויפט סאוט אכט פאר די אהרונים און אלע שעפסן האבן שוין געטאנצן חסדי ה' אז ר' אהרן גייט טאנצן הקפות שמיני עצרת אין סאוט אכט.
 
ווי עס שטעלט זיך אבער ארויס איז דער גאנצער דיעד טרענספער געווען א חלום שווא פון די אהרונישע קארפן קעפ, עס איז היינט א סיסטעם ביי די קאנטי קלערק אז יעדער מאן דהו קען אריינוואקן און פאר אפאר דאללער איבערשרייבן סיי וועלכע בנין אויף זיין נאמען. דא איז געווען די מעשה אז דער זעלבער משה יוסל ווערטהיימער וועלכער איז געגאנגען מיט אפאר יאר צוריק אין קאורט קעגן די סאוט אכט שול, ער האט יעצט אונטערגעשריבן בשם די שול אז ער טרענספערט דעם דיד, מ'דארף דאך זיין הימל-שרייענדיג צוריקגעבליבן צו טון אזא אקט. אבער ווי געזאגט האנדלט מען דאך נישט דא מיט קיין נארמאלע מענטשן, מ'רעדט דאך דא פון ווערטהיימער וואס האט שמיני עצרת געשפריצט מיט א פייער עקסטיגנידזשער אין ראדני...
 
הכלל, נעכטן האט די הנהלת הבית המדרש אריינגעגעבן די נויטיגע פאפירן איבער דעם גניבה פון ווערטהיימער, און דער קלערק האט גלייך צוריק געשטעלט דעם דיעד אזוי ווי פאר 5 וואכן צוריק.
 
נאר איין מזל האבן די אהרונים - אז דערווייל איז נאכנישט ארויסגעקומען קיין בלאט פייערן זיג אויף סאוט אכט, ווייל ווען יא וואלט מען געדארפט א פולער שטאב מיט טעראפיסטן צו היילן יעדען אהרוני באזונדער נאך וואס עס וואלט זיך ארויסגעשטעלט אז דער חיי שעה איז א פארגאנגענהייט און סאוט אכט איז געבליבן ביי די זאליס.
 
נ.ב. ווייסט איינער צו משה יוסל ווערטהיימער האט גערופן צו דין תורה פאר ער האט איבערגעשריבן דעם דיעד וואס וועט נאכפאלגן מיט א קאורט קעיס מצדו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 21:26 לינק ישיר 

איצטער וועלן זיי דאס ווידער קענען שרייבן פאר די קעלבלעך http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2395675&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 23:09 לינק ישיר 

אין כל הנערים כולו זענען ארויסגעקומען די "גרויסע קעפ" בראש פון רבי_יונה צו בארואיגן זייערע קינדערלעך אז די פעולה פון די ריכטיגע ראשי הקהילה צוריקצושטעלן דעם בנין צו איר ריכטיגן נאמען איז גארנישט ווערד.

נו, מיר לאדענען רבי_יונה מיט זיינע קעלבער צו קומען פארכאפן דעם ביהמ"ד אין סאוט אכט, לאמיר זען וואס ענק קענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 23:11 לינק ישיר 

עס איז ממש צום שטוינען ווי די אהרונים טאנצען מיט זייער נערישע קינדערישע נצחון.
 
אז וואס, די אהרונים זענען געגאנגען צום קאנטי קלערק, זעהענדיג ווי די זאליס האבן ליגאל צוריקגעטרענספערט די סאוט 8 שול צו זייער נאמען, און קענען גארנישט טאן, איז כדי צו באהרויגען די קעלבער, גייען זיי נעמען א פאפיר וואס רופט זיך דער בלאט, און שרייבן דעראויף א מחאה אז די זאליס מוזן קומען צו דין תורה.
 
גלייך גייען די קעלבער אנהייבן טאנצען אין די גאסן חסדי ה'....! מען האט צוריק די דיד...!
 
די סך הכל איז אז די אהרונים האבן גארנישט געקענט טאן ליגאל, גייען זיי טון פאר די קליינע קינדער זיי צו מאכן פרייליך.
 
און לאמיר מאכן א סך הכל, פון די זאלי הצלחות במשך די לעצטע צען יאר, כאטשיג ביי יעדע באזינדער האבן די אהרונים געשוואוירען פאר זייער קעלבלעך אז עס גייט מארגן.. באלד... צוריק.
 
1) בית המדרש הגדול ראדני סטריט
 
2) ביהמ"ד סאוט אכט
 
3) בית רבינו 550 בעדפארד
 
4) בית המדרש אברכים זופניק
 
5) בית המדרש קליימער
 
6) בית המדרש תהלת יואל ראטלידזש סט.
 
7) מצה בעקערי דקהלתינו
 
8) 4 מחנות רב טוב
 
9) די בניני המוסדות ברכה סימא, בית רחל, ויואל משה, טרופ עוו, זופניק, עטרת יואל, היי סקול - העריסאן, בנין עסטרייכער, מארסי, 82 ליע עוו. א.א.וו.
 
וואס ביי יעדע איינע דערפון, האבן די אהרונים זיך געשוואוירען אז עס גייט צוריק גיין די גניבה, און ביי יעדע איינע האבן זיי געפיילט א מאשען אין קארט און זיי זענען אנגעקומען ווי זיי זענען איצט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2010 23:20 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
נו, מיר לאדענען רבי_יונה מיט זיינע קעלבער צו קומען פארכאפן דעם ביהמ"ד אין סאוט אכט, לאמיר זען וואס ענק קענען.

 
זיסע חלומות! רבי יונה וועט נישט אזוי שנעל קומען נאכאמאל אין א שול שמיני עצרת זיך שלאגן, איין מאל איז אים גענוג געווען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2010 02:47 לינק ישיר 

א גוטן מועד! אה מחי'! צו זעהן די געבעקסן, יעדער איז צומישט איינער שרייט 'דעקלערעישען' איינער שרייט 'יחי אדונינו מורינו אברמי רובין מיט די געשעיווטע בארד יחי! א דריטער קליגער איז ביזי די מאנראו בנינם כאילו סאיז מעלה און מוריד... הצד השוה שדרכן בערבובי'

ובא הכתוב המפורשת און דאס איז ווייזט אונז ווי ווייט זיי זענען משקר אויף דברים שאינם מרחיקים אפילו.... 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/9/2010 02:50 לינק ישיר 

דא זעהט מען קלאר אז ס'איז א דיד, נישט א דעקלערעישען, נאר דער שוטה ווייסט אפי' נישט וויאזוי מ'קוקט דאס....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/9/2010 06:16 לינק ישיר 

ב"ה היינט איז די הנהלת הביהמ"ד אריין אין קאורט קעגן די גנבים אברהם רובין און משה יוסף ווערטהיימער אז זיי זאלן מער נישט קענען טרענספערן קיין דידס.
 
CONGREGATION V' YOEL MOSHE D' SATMAR OF BROOKLYN,
 
v. WERTHEIMER,MOSES 109 SOUTH 8 TH LLC, ABRAHAM RUBIN, YAAKOV STERN, KEVON THOMAS, KD CONSTRUCTION & MAINTENACE INC. THE V'YOEL MOSHE D' SATMAR INC.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דיד סאוט 8 שוהל צוריק געטרענספערט געווארן היינט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext