די זאלי'ס האט שוין צים הינדערסטן געזינגען חסדי השם שאול פערלשטיין האט שוין נאכאמאל פראטקלירט אלעס בלייבט ביים אלטען
מאיר ראטה מיט אביש וויינבערגער וואקן אין די ברייט פאר שמחה, אזוי ווי מען האט זיך געפרייד ווען מען זלמן לייב וואלדמאן האט דערקלערט אז ביז 30 טאג איז די רעבעצינס שול אפען אין ווען שניאור קליין האט דערקלערט אז אהרן וועלץ
גייט אט אט זיצן, אין די ראסס שול איז אפען ביז פינעף מינוט וכו וכו...
די אהרונים האבן נאך חדשים אין מיטן לעגאלע סיסטעם איבער געשריבן דעם בית המדרש אין קיינער האלט נישט פאר איין מינוט אז מען גייט עס איינעמען איבער נאכט ס'גייט נעמען צייט
1) זיי האבן געמאכט א דעקלערשין דאס הייסט א מוחאה אויף אינזער טרענספער ! זיי האבן נישט גארנישט איבער געשריבן ווייל זיי קענען נישט די אהרונים האבן שוין פאר 5 יאר צוריק געמאכט אזעלכע מוחאה אויף אלע בנינים אין ווילמסבורג מען קען עס טרעפן אויף די זעלבע עקרעיס סייט
2) די זאליס האבן אראפ גענימען אברהם בער יארקאבוויטש'ס נאמען פין זייער אלטע דיד, אין ארויף געלייגט קלמן שווארצ'ס נאמען, ווייל אברהם בער ציטערט אז טאמיר ריכטער שמיד קומט צוריק אינעם בילד וועט ער כאפן פין אים מכות רצח,
פארן נישט גיין צי דין תורה וויל זיך אברהם בער פריווענטען פין דעם, אין אנדערע ווערטער די זאליס גרייטן זיך פאר קארט
למעשה איז איז קהל'ס דיד די ריכטיגע ,אין די זאליס טאנעצן אזוי ווי ביים בית החיים, מתביתא, ניי שול אויף ראסס, בארא פארק, בני ברק.
טייערע יודען האלטס ענק רואיג קהל ארבעט שווער ווי מען האט געזעהן די לעצטע פאר יאר פארכאפט דעם בית החיים
פארמאכט די ניי שול אויף ראסס בארא פארק האבן זיי נישט ,אין אזוי ווייטער וואס מען קען נישט רעדן.
נשלח ב-28/9/2010 20:09
די קווינס בחור וואס רופט זיך YESWECAN3 האט מיר געשיקט אין אישי א הילכיג געלעכטער באגלייט מיט א פארארדענונג...
ער שרייבט מיר אז אונז זעמיר געפלויגן פון סאוט 8 שול אזוי שנעל ווי אונז זעמיר אריינגעקומען....
בקיצור, ס'פיינע נייעס....
נאכדעם זאגט ער אז איך זאל גיין נעמען פילן...
די זאליס זענען שטים ווי די נאכט! קיין מוק הערט מען זיי! נעכטן ווען זייערע ווארטזאגער בראשם דער מגולח שלום דייטש האבן עקספלוידעט מיט דעם ברעיקינג אז די שול איז צוריק אינטער זיי, זענען זיי ארויס פון די גלייזען ווי יעדער זעהט.. 12 שעה צוריק צובאקומען א בנין הייסט אויך געווינען... נעבעך!
א אמת'ע צושטערטע יו"ט פאר די זאליבענצעס...
מאיר ראטה שרייט אז ער האט שוין לאנג געזאגט אז מ'זאל נישט מאכן קיין סוכה.. די רבי ז"ל האט נישט געלאזט... ס'איז א ארונישע זאך...
מאיר טענה'ט אז ווען מ'מאכט ווען נישט דעם סוכה וואלט מען זיך איינגעשפארט די אלע בלוט און הארץ עסענישן פון גאנץ יו"ט...
העברת פי ה' והיא לא תצלח....
נשלח ב-28/9/2010 20:27
אין קורצן.
עס איז ממש צום שטוינען ווי די זאליס טאנצען מיט זייער נערישע קינדערישע נצחון.
אז וואס, די זאליס זענען געגאנגען צום קאנטי קלערק, זעהענדיג ווי די אהרונים האבן ליגאל געטרענספערט די סאוט 8 שול צו זייער נאמען, און קענען גארנישט טאן, איז כדי צו באהרויגען די קעלבער, האבן זיי גענומען א פאפיר און געשריבן דעראויף א מחאה דיקלרעשאן אויף די דיד פון די אהרונים, און געגאנגען צו די פענסטער ווי עס זיצט די קלעריק און עס אריין געגעבען, און אויטמאטיש גייט עס ארויף אויף די פראפערטי.
גלייך האבן די קעלבער אנגעהויבען טאנצען אין די גאסן חסדי ה'....! מען האט צוריק די דיד...!
עס דערמאנט ווען די קליינע קינדער האבן געטאנצן ווי קעלבער אין די גאסן אז די קאמישענער אוו דיד פון אמעריקא.... האט באשטעטיגט זייער וואלן!
די סך הכל איז אז די זאליס האבן גארנישט געקענט טאן ליגאל, האבן זיי געטאן פאר קליינע קינדער זיי צו באהרויגען.
און לאמיר מאכן א סך הכל, סאוט 8 איז שוין די 6'טע פראפערטי וואס די אהרונים האבן געטרענספערט, וואס אלע פריערדיגע 5 איז געווען א הצלחה, כאטשיג ביי יעדע באזינדער האבן די זאליס געשוואוירען פאר זייער קעלבלעך אז עס גייט מארגן.. באלד... צוריק.
1) בית המדרש הגדול בקרית יואל
2) ביהמ"ד עצי חיים דסיגוט וויליאמסבורג
3) בית רבינו זי"ע בקרית יואל
4) מתיבתא וישיבה גדולה בקרית יואל
5) בית החיים בקרית יואל
וואס ביי יעדע איינע דערפון, האבן די זאליס זיך געשוואוירען בכל כוחם אז עס גייט צוריק, און ביי די מתיבתא און ביי בית רבינו אין קרית יואל, האבן די זאליס געפיילט די זעלבע מחאה ווי זיי האבן איצט געגעבען ביי די סאוט 8 שול.
און די זאליס זענען געבליבן מיט זייער חסדי ה', און זייערע הבטחות פאר זייערע קעלבער, און די אהרונים זענען געבליבן מיט די בנינים און די דידס.!!
פארשטייט זיך אז ר' ארי' לייב גלאנץ, ר' שמואל דוד מארקאוויטש, וויליאמסבורגער רב שליט"א, ר' דוד עקשטיין שמאכטן אין טורמע זייט דעמאלס, און איצט גייט ר' אברהם רובין אויך אריין דארט....
pastingווי יעדער קען זעהן איז דא 4 דיד'ס ריקארדעד, פאלגענד איז די כראנאלאגישן סדר
1. 8/4/2004 Deed from 109 SOUTH 8TH LLC Signed by George Roth as seller. To CONGREGATION V'YOEL MOSHE D'SATMAR OF BROOKLYN זאלונים
2. 9/1/2010 Deed From CONGREGATION V'YOEL MOSHE D'SATMAR OF BROOKLYN to 109 SOUTH 8TH LLC Signed by Moses Wertheimer as buyer & seller.
3. 9/3/2010 Deed from 109 SOUTH 8TH LLC to V'YOEL MOSHE D'SATMAR INC (ארונים) signed by Moses Wertheimer as seller & Abraham Rubin as Buyer (notarized by Joel Weiss
4. עפעס א שרעקעדיגע ווארענינג signed by Abraham Rubin
5. Deed From CONGREGATION V'YOEL MOSHE D'SATMAR OF BROOKLYN זאלונים to CONGREGATION V'YOEL MOSHE D'SATMAR OF BROOKLYN זאלונים Signed by Kalmen Schwartz
נשלח ב-29/9/2010 00:01
ווי יעדער קען זעהן איז דא 4 דיד'ס ריקארדעד, פאלגענד איז די כראנאלאגישן סדר
1. 8/4/2004 Deed from 109 SOUTH 8TH LLC Signed by George Roth as seller. To CONGREGATION V'YOEL MOSHE D'SATMAR OF BROOKLYN זאלונים
2. 9/1/2010 Deed From CONGREGATION V'YOEL MOSHE D'SATMAR OF BROOKLYN to 109 SOUTH 8TH LLC Signed by Moses Wertheimer as buyer & seller.
3. 9/3/2010 Deed from 109 SOUTH 8TH LLC to V'YOEL MOSHE D'SATMAR INC (ארונים) signed by Moses Wertheimer as seller & Abraham Rubin as Buyer (notarized by Joel Weiss
4. עפעס א שרעקעדיגע ווארענינג signed by Abraham Rubin
5. Deed From CONGREGATION V'YOEL MOSHE D'SATMAR OF BROOKLYN זאלונים to CONGREGATION V'YOEL MOSHE D'SATMAR OF BROOKLYN זאלונים Signed by Kalmen Schwartz
נשלח ב-29/9/2010 00:27
איך זעה אז ס'נישט אזוי פשוט, דער בנין האט נאך געהערט פאר די קארפ. 109SOUTH 8TH LLC, אזוי שפעט ווי אין 04, דאס שוין היפש אפאר יאר פון די מחלוקה און אין איך מיין נאך ווען די קארטס האבן זיך אנגעהויבן, דאס מיינט אויב "צוריק" גייט עס צו דעם קארפארעשן, וואס - לשיטת הארונים איז דאס - ווערטהיימער, און ער האט די רעכט עס צו געבן פארוועם ער וויל,
בקיצור, די געשיכטע איז נאך ווייט פון געענדיגט,
נשלח ב-7/10/2010 21:04
דער עיקר איז אז דערווייל דאווענען די זאלונים דארט, אין ר' חיים קלמן איז דערווייל דיין דארט, ונראה מה יהי' בחלמותיו
נשלח ב-7/10/2010 22:20
מלך_מלכים כתב:
דער עיקר איז אז דערווייל דאווענען די זאלונים דארט, אין ר' חיים קלמן איז דערווייל דיין דארט, ונראה מה יהי' בחלמותיו
איך ווייס נישט צו דו ווייסט אבער עס איז האלב ארונים און האלב זאליס. די זאליס האבן אמאל געוואלט צושפארן דעם ביהמ"ד ווייל עס איז נישט גענוג זאלוניש געשטימט.
נשלח ב-8/10/2010 09:41
נו אז ר' שמואל זאגט אז עס גייט אין א גוטע דירעקשאן איז ער דאך נישט מער ווי גערעכט....................
בערך אזא צעטיל האבן די לוזערס ארויסגעשטעלט פארן בית החיים קעיס אויך, מיט א קעפל: 'לך כנוס את כל היהודים' צו א יום תפילה אין ראדני ז' אדר ......... (די צעטל איז ווערט געווען אלע געלטער, ווער עס האט עס זאל מוחל זיין עס אהער ברענגן.. זאל דער עולם זיך מחי' זיין מיט'ן קאמפערן די צוויי צעטלעך...)
אויב האלט עס ביי אזא מצב מיט סאוט אכט שול באקומט ר' שמואל א הונדערט + פארן לאזן וויסן דעם עולם אז מ'האלט מיר אויף א גוטע דירעקשאן!
נפל תפל לפניו!
דאס האבן די מסרבים ארויסגעשטעלט היינט דאנערשטאג פר' נח:
בערך אזא צעטיל האבן די לוזערס ארויסגעשטעלט פארן בית החיים קעיס אויך, מיט א קעפל: 'לך כנוס את כל היהודים' צו א יום תפילה אין ראדני ז' אדר .........
(די צעטל איז ווערט געווען אלע געלטער, ווער עס האט עס זאל מוחל זיין עס אהער ברענגן.. זאל דער עולם זיך מחי' זיין מיט'ן קאמפערן די צוויי צעטלעך...)
נפל תפל לפניו!דאס האבן די מסרבים ארויסגעשטעלט היינט דאנערשטאג פר' נח:
שכוח לעקסינגטאן, יעצט קענען זיי גיין מאכן נאך א יום תפילה פאר סאוט אכט....
אצינד קומט אן די גוטע נייעס!
קאורט אפדעיט: קעיס גייט צו ריכטער שמידט, וועלכע האט שוין פאר אפאר יאר צוריק געשיקט די גאנצע קעיס צו דין תורה!
די זאליס האבן איינגערוסן וועלטן אין קאורט היינט אז די קעיס זאל בשום אופן נישט אנקומען צו אים! אבער קיין אנדערע ריכטער האט נישט געוואלט אויסהערן די לעכערליכע טענות פון די זאליס און ריכטער שמידט האט אנגענומען די קעיס פאר יעצט!
העברת פי ה' והוא לא תצלח!
(מנהל
כ'האב נישט באמערקט דיין פארלאנג
כ'וועל ממשיך זיין מיין נעקסטע תגובה אין יענע אשכול בל''נ
דאס לאז שוין דא)
יוסלע_פליט כתב:
דאס האבן די מסרבים ארויסגעשטעלט היינט דאנערשטאג פר' נח:
די זאלי'ס זענען מתפלל
רבוש''ע העלף אינז די גניבה זאל געלונגען
מיר זענען אריין אין קארט אן קיין שום היתר מיר ווילן נישט גיין צו די''ת
העלף אינז.........
יעדע עבירה ווערט א הייליגע זשיהאד
מען גייט אריין אין קארט הושנא רבא אין מען איז מתפלל....