באנקראט!!!
נעכטן נאכמיטאג רופט מיך אן א באקאנטער מיינער, א ליובאוויטשער חסיד פון קראון הייטס, א צובראכענער איד וועלכער איז גאר פיל אדורך, און ער בעט מיך א טובה, ער פארציילט מיר אז אין קראון הייטס איז דא יעדע נאכט א שמחת בית השואבה פון אכט אין אווענט ביז זעקס פארטאגס. על כן בעט ער מיר איך זאל אהין קומען און טאנצן מיט אים אביסל, דאס וועט זיין פאר אים א גרויסער חיזוק.
כאטש איך בין קיינמאל נישט געווען דארט, און דאס איז נישט מיין קאפ אוו טי, האב איך אבער דאך געמאכט דעם עפארט און אהין געפארן מחזק זיין דעם צובראכענעם איד, פארוואס נישט, אז מען קען אזא מצוה איינקויפן מיט אזא קלייניקייט.
איך פאר אריבער בייטאכט, בערך צוועלעף אזייגער קיין קראון הייטס, און ווען איך קום אן רוף איך אים אז איך בין דא, און ער לויפט מיר אנטקעגן, און מיר גייען צוזאמען צום ארט ווי מען שפילט מוזיק און מען טאנצט לכבוד יום טוב.
מה נאמר ומה נדבר. איך האב נישט געגלייבט מיינע אויגן. איך האב נישט געקענט גיין דריי טריט אן ארייבאמפן אין א וויליאמסבורגער זאלי. ווען איך זע עס נישט אליינס גלייב איך עס נישט. טייל פון די גרויסע מאכערס, די וואס מען זעט שטענדיג אין די בילדער זיך שטופן ארום זאלישל'ען, האב איך דא געזען אין די גאסן פון "שכונת כאן צוה ה' את הברכה" (קרוינהייטס בלע"ז) שטיין און באטראכטן ווי די "חיילי בית דוד" (ליובאוויטשער תלמידים בלע"ז) טאנצן אין די גאסן מיט די משיח פענער.
פארשטייט מיך גוט. איך האב נישט אקעגן ליובאוויטש, (בפרט אז זייער משיח לעבט שוין נישט, איך ווייס, ער לעבט יא...........) און איך האב הנאה געהאט, די מוזיק איז געווען לעבעדיג און מען האט פיין געטאנצט, איך האב פארברענגט דארט קרוב צו א שעה, און געטאנצט אסאך מיט דעם איד וואס האט מיך גערופן, און אים געווינטשן גוט יום טוב און אהיים געגאנגען.
אבער זעענדיגט ווער עס דרייט זיך אלס דארט, האב איך נאר געקענט קומען צו איין מסקנה. אז אויב די מענטשן טרעפן נישט קיין סיפוק ביי זייער רבין, עד כדי כך, אזש זיי מוזן קומען ביז אהער שעפן אביסל חיזוק, (אדער אביסל עקשאן, אפילו דאס קען מען זיי נישט צושטעלן דארט), אויב אזוי קען איך נאר זאגן אז די דאזיגע מקום איז:
באנקראט!!!
 |
|
|