באמבע: אהרונים גרייטן אן מעסטער פלען אויף צווייטע טעג!
היינט האט צוביסלעך אנגעהויבן ארויסליעקן דער אהרונישער מעסטער פלען אויף די צווייטע טעג וויאזוי צו צושטערן דעם יו"ט בחצרות קדשינו.
זייער פלאן זאגט פאר ווי פאלגאנד:
עס זענען דא דריי ציהלן דעם יום טוב. בית המדרש החדש אויף בעדפארד עוו., בית המדרש הגדול אויף ראדני, ביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו שליט"א.
1) פאראורזאכן ראיאטן ביים נייעם שול, ברענגן די בענק פון הופפער מוצאי יו"ט צום נייעם שול, בני ברק'ער בחורים זאלן מיטל נאכט אריינוואקן אין שול און זיך שלאגן מיט די פאליציי.
2) שמיני עצרת ביינאכט גראד נאכן זמן זאלן אלע אהרונים זיין אין ראדני, זיצן נארמאל אויף די פלעצער נישט פארפירן. ווען די זאליס וועלן אנהייבן שלאגן וועט מען רופן פאליציי. די פאליציי האט צוגעזאגט פאר נפתלי משה אז זיי וועלן צושפארן ראדני אויב וועט זיין ראיאטן.
3) שמיני עצרת נאכן געזעגענען פון די סוכה וועט מען ארויפגיין צו בעדפארד ראאס, אנזייען א כאאס אינפראנט פון 550 בעדפארד. פארלאנגן פון די פאליציי צו אינפארסירן די וועיקעט ארדער אויף 550.
דאס זענען פרטים וואס זענען שוין באקאנט, מער פרטים וועלן נאכפאלגן. אנשי שלומי וועלן מוזן זיין גרייט און וואכזאם דעם יו"ט אויף א העפטיגע מלחמה.
נשלח ב-29/9/2010 01:04
צוביסלעך פארשטייט מען שוין וואס ארי' לייב גלאנץ'ס קאר האט געזיכט מוצאי יום הכיפור ביינאכט ביי נפתלי משה אינדיג'ס הויז.
ווי מען הערט זענען עטליכע פאליציי אפיצירן ארויסגעקומען מיט די באגלייטונג פון אינדיג און גלאנץ מוצאי יום הקדוש ביינאכט און די שפעטע שעה'ן.
נעכטן נאכט איז פארגעקימען נאך א געהיימען זיצונג און די סוכה פון יצחק ראזענבערג, יואל לאנדא האט היינט אינדערפרי אריינגעכאפט פסקים פון די הויעכע ארונים פארן פובליצירן בילדער פונעם געהיימען זיצונג.
אנשי שלומינו זענען פאראיינינגט צו שטיין על המשמר און יעדער אן אויסנאם ווערט געבעטן זיך צו באטייליגן ביי אלע תפילות און טישן בצל רבינו שליט"א און ווידער ארויסווייזן פאר די גאנצע וועלט אז די ארוינישע טעראריסטען וועלן נישט אונטערברענגען די הייליגע סאטמארע קהילה.
מיר האבן דאס שוין באוויזען די פאריגע 2 מאל ווען זיי האבן דורךך געפירט די שוידערליכע ראיאטן, מיר וועלן זיי בעזר השם ווידער בייקומען, אבער דאס קען נאר גיין מיטן כח הרבים, דעריבער אנשי שלומינו נעמט דאס נישט פארגרינג.
תוקן על ידי קעציל ב- 29/09/2010 01:20:31
נשלח ב-29/9/2010 08:25
אויפן אנדערען פורם לייקענען זיי די שווארצע פלענער, די געהיימע זיצונג האט שוין אנגעהויבן נעכטען דורכצופירן א טייל פון זייערע באפעלן - כאטש אומדערפאלגרייך - ווען עס איז פליצלונג אנגעקומען פאליציי און געוואלט אפשפארן בית רבינו, און ווי די פאליציי האט געזאגט פאר די אנוועזענדע אז די באפעל איז געקומען פון די :העכערע פענסטערס", נאר עס איז פשוט געווען א טעות אונעם אדרעסס... די חברה זיצן אבער נישט שטיל זיי האבן בייזע פלענער פאר דעם יום טוב
נשלח ב-29/9/2010 22:59
איך פרעג אייביג די קשיא. וויאזוי ווייסט איר אלע פלענער און איך מיט אלע ארונים נישט?? און אינטערעסאנט איז אז כמעט אלע פלענער פון וואס איר האט גערעדט זענען קיינמאל נישט אויסגעפירט געווארן???(יעצט זיי נישט קיין קליין קינד און זאג אז ווייל עס איז ארויסגערינען איז עס בטל געווארן. ווייל לויט ווי איר לייגט אראפ קענען די פלענער צושטאנד קומען אפילו מען ווייסט דערפון)
נשלח ב-5/10/2010 21:23
דאס אז דו זאגסט אז דו ווייסט נישט מיינט נישט אז דו ווייסט טאקע נישט
נעבעך, אזא נערישע וועג פון פראבירן צו סטראשן די עולם אז מען זאל קומען מיטהאלטן די באורינג טישן. און נעבעך עס איז נישט געלונגען. לכאורה נאר אדאנק די מייסטער שפיאן וואס פישער_גאבע האט אריינגעלייגט ביי די סאמע העכסטע פענסטער