נישט פארגעסן נעכטען האט מען געטאנצען חסדי השם ביי ר' זלמן אין די סוכה ווייל א גרויסער טשפיאן האט געטראפן א וועב זייטל אז זיי האבן דעם שול אין פארדעם האט מען אן קיין שום בושה געטאנצען חסדי השם
16 שעה שפעטער זענען געלאפן אין ערכאות ווי מען שטייט אין מען גייט הערט די זאליס שעלטן אין ברענען באופן נורא ואיום אין מיט רעכט
די ליצים זאגן אז צי די הקפות וועט שוין ר' זלמן אריין קומען מיט א ווייס שטריימעל לויט ווי אזוי די ליצנות גייט דארטן .
נשלח ב-29/9/2010 08:15
האפנדליך וועט דער פרימער זשארש עס שיקן צי דין תורה אין ס'איז דא א מעגליכקייט אז גאנץ וויליאמסבורג זאל אנקומען צי דין תורה טראץ וואס די לישקע קישקע לויט נישט.
הבערת את פי ה' והוא לא תצלח.
נשלח ב-29/9/2010 08:21
אין קינדער פארום זענען די בחורים מיט שנה ראושנה יונגעלייט געפערליך צישאסן אין זיי זענען זיך מחזק מיט דראגס אז זאלי קהל איז אריין קרימענאל קעגן סאטמאר
בחור'ל ! קרימאנעל קען נאר די דיסטירקט אטרוני עפענעןז דא איס מען אריין אינעם ציווילען קארט צי שרייען אז ס'בלאנגעט עכט יא פאר די זאלי'ס אין נישט פאר סאטמאר
נייס טריי.
נשלח ב-3/10/2010 23:20
עס לאזט זיך שווער גלייבן וואס פאר סמכות ''עליונה'' דארט איז דא, ממש א ערב הושענא רבא גייט מען אריין אין ערכעות אן קיין שום בושה, אין מ'איז מרים יד בתורת משה.
אן אפי' שטעלן א פנים כאילו מ'וואלט געוואלט יענעם רופן צו דין תורה.
אלעס מ'זאל קענען שיקען א מעסעזש 2 מיניט פארן זמן מיט די פאבריקאציע אז זיי האבען א TRO - וואס קיינער האט דערווייל נישט געברענגט א לינק דערצו צו קענען באשטעטיגען.
(באלד וועלן אלע זאלי'ס אויפשפרינגען אז אויף א דיעד גייט מען נישט צו דין תורה... ווארט אביסל - די שאלה איז אויף וואס גייט מען יא צו די''ת!)
עס איז נישט דאס ערשטע מאל ווען די זמן שפילט נישט קיין ראלע, די אפעלאט אויפן בית החיים קעיס ווי ער איז אריין בערכעות אויך אן קיין שום הזמנה לדי''ת והיתר בי''ד איז געווען דורך זיין לויער אינעם סאמע 'יום הקדוש'
דאס איז די סמכות עליונה פין די זאלי'ס
נשלח ב-1/12/2011 23:21
איך ברענג ארויף די אשכול
ווייל איך לאך ווען איך זעה ווי די מוסרים שרייען 'מסירה' אין נעמען זיך ווארפען בולבולים אויף די עקסנים וואס פראבירן אפצושטעלן די גניבה פין סאוט 8 אין בעט די קאמישענער זאל נישט געבן קיין פערמיט - אפי' גראדע האט יענער דערמיט גארנישט געהאט
(גיי ווייז ווי קומט דא מסירה, זעהט אויס אז זייער 'סמכות עליונה' איז זייער מחמיר אויף מסירה )
''בשעת זיי זענען די וואס אין בעצם הושענא רבא אריינגעטראגען די סוכסוך איבער סאוט 8 אין ערכעות''
נישטו ווער ס'זאל לאכען..
שרייטס אלע הא לן והא להוא,
זיי מעגן אריינטראגען די סוכסוך אין קארט אבער ווען מ'בעט די קאמישענער זאל נישט געבן קיין פערמיט דעמאלטס איז מען א מסור
פשיהא!
תוקן על ידי היראים ב- 01/12/2011 23:21:50
נשלח ב-2/12/2011 03:28
פארוואס איך לאך וועל איך דיר אויך זאגן. ווייל דו כאפסט אליינס נישט ווי פאני דו בוסט נעבעך. דער הא לן והא להו נעמט אויף ביי דיר אזויפיל פלאץ אז דו בוסט ממש אביעקטיוו ווען עס קומט צו אזאכע זאכן. די זאליס שרייען מסור אויף אברהמי רובין און אברהם לעבאוויטש וואס מסר'ן ביי די בילדונג דפט. אויף דעם זאגסטו אז זיי מעגן ווייל זיי מוזן אפהיטן פון די זאלי גניבה. ווייטער וויאזוי די זאליס האבן געמעגט גיין אין קאורט אפצוהיטן פון די גניבה, דאס פארשטייסטו שוין ממש נישט, דער האר פון קאפ שטייט דיר.
נשלח ב-5/12/2011 02:06
געלעכטער כתב:
פארוואס איך לאך וועל איך דיר אויך זאגן. ווייל דו כאפסט אליינס נישט ווי פאני דו בוסט נעבעך. דער הא לן והא להו נעמט אויף ביי דיר אזויפיל פלאץ אז דו בוסט ממש אביעקטיוו ווען עס קומט צו אזאכע זאכן. די זאליס שרייען מסור אויף אברהמי רובין און אברהם לעבאוויטש וואס מסר'ן ביי די בילדונג דפט. אויף דעם זאגסטו אז זיי מעגן ווייל זיי מוזן אפהיטן פון די זאלי גניבה. ווייטער וויאזוי די זאליס האבן געמעגט גיין אין קאורט אפצוהיטן פון די גניבה, דאס פארשטייסטו שוין ממש נישט, דער האר פון קאפ שטייט דיר.
די מאכסט דיך טאקע פאר אזא שוטה?
ווען איינער האט א סוכסוך אין רופט יענעם אין ערכעות איז ער א צדיק
דער זעלבער נתבע לערכעות זעהט ווי דער תובע וויל ארויסנעמן א פערמיט צו בויען אויף זיין שטח טאר נישט בעטן די בילדינג דעפארטמענט זאל נישט געבן, אין ווען יא איז ער א מסור
מ'זעהט וועמענס תלמיד די ביזט...
נשלח ב-5/12/2011 06:37
איך האב נישט געזאגט אז דער וואס האט גערופן אין קאורט איז א צדיק, אבער זאגן אז דער וואס מסר'ט ביים בילדונג דפט. מעג ווייל ער ראטעוועט די גניבה (יענץ געראטעוועטכץ..) איז אביעקטיוו.
נשלח ב-5/12/2011 22:37
קיין שום שאלה אז איינער וואס רופט דיר אין ערכאות מעגסטו טוהן אלעס להציל מידו פרעג יעדע מורה הוראה אוודאי האט מען נישט קיין בלענק היתר צו גיין אין ערכאות יעדן טאג אבער אין די זעלבע סוכסך בין איך דאך נתבע אין ערכאות פארוואס זאל איך נישט מעגן פארטיידיגן ווי איז מער שייך גבר אלים וואס מדארף ע"פ הלכה תובע זיין בערכאות ווי דעם אז יענער איז א תובע אין ערכאות אין דעם זעלבען נושא און קומט נישט צו קיין דין תורה ליידער