בית פורומים כל העולם כולו

סך הכל: די גרעסטע סוכה אויף ווילסאן סטריט...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/10/2010 16:31 לינק ישיר 
סך הכל: די גרעסטע סוכה אויף ווילסאן סטריט...

אלמלא לא ראיתיו לא האמנתיו

ס'איז נישט קיין סוד אז ביי פאליטיק מאכט זיך ביי יעדן אז מען פרובירט איבערצוטרייבן, אבער געווענליך א בר נש וועט פרובירן נישט מגזים צו זיין ביי א מילתא דעבידא לגלויי.

קוקט אבער אויס אז ביי די אנשי דור הפלגה, די וואס האבן די אמת'ע נקודה פון רבין ז"ל, ביי זיי גייט נישט אן דער כלל.

במשך יו"ט סוכות האבן זיי געלאזט פאלן סטעיטמענטס אז זייער סוכה איז די גרעסטע וואס א אדמו"ר זאל נאר האבן געהאט אין די לעצטע פופציג יאר אין אמעריקא, איי די בילדער האבן געוויזן עפעס אנדערש, נו זעט אויס מפני ענוותנותו האט מען געצאלט 10 טויזענט דאלער מען זאל מאכן ס'זאל אויסקוקן קלענער כי ס'זאל נישט שאטן קיין עין הרע...

וויילענדיג די צווייטע טעג יו"ט אין וויליאמסבורג, האב איך מיר נישט געפוילט, איך האב מיר געוואלט איבערצייגן ווער ס'איז מגזים, ווי פארשטענדליך האב איך נישט געהאט מיט מיר קיין מעסטער צו מעסטן, אבער איך האב דורכגעוואקט די גאנצע סוכה אויף ווילסאן און געציילט מיינע טריט, דאס זעלבע האב איך געטון ביי די סוכה אויף הופער סט. און דאס זעלבע האב איך געטון היינט צופרי אין קרית יואל.
די רעזולטאטן זענען שטוינענד.

קרית יואל איז געווען 30 טריט די ברייט און 49 טריט די לענג (נו, וועגן די מתיבתא איז דארט...)

הופער סט. איז געווען 25 טריט די ברייט און 47 טריט די לענג

ווילסאן סט. איז געווען 20 טריט די ברייט און 45 טריט די לענג

אדרבה גלייבט מיר נישט, אויב די סוכות אין וויליאמסבורג שטייען נאך, גייט אריבער און רעכנט עס אויס מיט אייערע טריט וועט איר זען דעם חילוק.

נאר קוקט אויס דאס איז געווען די גרעסטע סוכה אויף ווילסאן סט.

***

קאמיקער באצייכענען אז הו"ר האט רז"ל מורא'דיג פארפירט, אי מלכא אנא השתא אמאי לא אתית לגבאי, פארוואס קומט איר נישט יעצט צו מיר...



תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 03/10/2010 16:37:28



תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 03/10/2010 16:41:42




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/10/2010 08:54 לינק ישיר 

פסיעה גסה אדער פסיעה קטנה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2010 20:27 לינק ישיר 

איך האב יעצט אנגעמערקט אין א דערנעבנדיגן אשכול איבער די קליפ פון די הקפות פון הגה"צ רמ"א פריינד ז"ל, אז וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אויף היידפארק ווען ס'ווען דא א קליפ פון רבין'ס הקפות צום ענין; ס'דא עטליכע עדות וואס האבן אריבער געוואקט די היסטארישע אייזערנע סוכה אויף ווילסאן סט. דעם צווייטן טאג יו"ט פאר די הקפות פונעם רבין שליט"א, און צוגעזען א חילול יו"ט בפרסי' ווי צענדליגע מעקסיקאנע גוים מיט קרויבאטס און דרילערס נעמען אראפ די אייזערנע ווענט כדי ארויסצונעמען די פרענטשעס פאר די באגלייטן אויף מוצאי יו"ט! איך ווינדער מיך נאר אז ווען אונז האמיר געבויט א סוכה אויף פען סט. און פאר עפעס א קרעציגס איז בייגעפאלן אז ער הערט א מאקאש דורך לויפן די סכך האט זיך אים געדאכט אז מ'בויט אום יו"ט, בעיני ראיתי ווי הגאון ר' מאיר און ר' הירצקא צוויבל מיט נאך עטליכע תלמידי חכמים זענען געשטאנען און זיך געטענהט א גאנץ יו"ט מיט די פאר אפגעפליקטע זאליס, יא געמעגט נישט געמעגט, יא כשר נישט כשר, א.א.וו. איך בין נייגעריג צו רזל פילאפף צו ר' מנשה וכדומה האט דאס אינטערעסירט אפילו, אדער ס'געווען איין זאלי וואס האט פראבירט צו פארענטפערן דעם חילול יו"ט בפרסי'??? נאך א רינגעלע אינעם קייט, איך מעג אלעס און דו טארסט גארנישט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סך הכל: די גרעסטע סוכה אויף ווילסאן סטריט...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext